דריי איבער דעם לעפל
איין זייט לעפל זעהט מיט זיך נארמאל און די אנדערע זייט פארקערט,
איך גיב א קוק אויף אונזער לעבנס שטייגער, ווי אזוי מיר היימישע אידן לעבן, און איך בין זיך מתבונן צו זען, ווי אזוי מיר קוקן זיך אן ווי נארמאלע מענטשן, בשעת דאס וואס מיר זעען איז בלויז איין זייט פונעם לעפל, און מען ווייסט ניטאמאל אז עס קען זיין א אנדערע זייט וואס מען זעהט זיך פארקערט, אבער א צווייטן זעהט מען נאר פארקערט און נישט גראד, בשעת וואס יענער זעט זיך גראד און דיר פארקערט.
כלפי מה דברים אמירם, לאמער געבן אפאר משלים און ואידך זיל גמור
ווי באקאנט זענען מזוזת פארברענט געווארן רח"ל אין וומס"ב דורך א פארשוין וואס זאגט אז ער האט עס געטוהן צוליב דעם וואס ער איז אויפגערעגט אז מען פארברענט חמץ ער"פ און מען פארפעסטעט די לופט.
פארשטייט זיך אז עס איז ווייט נישט קיין תירוץ, אבער עס איז אפשר כדאי אויסצושמוסן די אנדערע זייט מטבע ביי די מעשה, ווי אנדערע ענדליכע מעשיות פון דעם סארט.
שטעלט אייך פאר ווען איינמאל א יאר האבען אלע אונזערע ספאנישע שכנים א מנהג צו פארברענען רעדליך פון מאשינן יעדע צוויי דריי גאסן, ווייל אזוי האט מען געטאן אין שפאניע... ( דער סיבה פארוואס איך גיב נישט קיין משל אז מען פארברענט פשוטע זאכן איז צוליב דעם וואס מיר זיצן אין א מצב אז עס איז נארמאל, ממילא וועט מען נישט כאפן דעם פונקט)... פארשטייט זיך אז עס וואלט אנגעמאכט א אומאויסהאלבארע גערוך און שטינק, אז די טעג נאך מכת צפרדע וואלט געווען א משל דערצו, אזש מען וואלט געדארפט וואקן מיט נאז שטאפערס.
נו, וואס קלערט איר? – וואלט געקומען אפאר אידישע חכמים און אונטערגעשטעלט א גוטן פיסל... ווער רעדט נאך אויב עס וואלט געווען אין קעגנזאץ צו אן אנדערע אידישע מנהג... ,וואס דארף מען מער ווען "קנאים" זענען געגאנגען און אינטרגעצונדן א געשעפט אין מאה שערים וואס האט פארקויפט "טרייפענע" mp4 און Ipots און זיי זענען גאר געווען די גבורי חיל, שפעטער ווען די (נציס) ציונים זענען געגאנגן און איין געזעצט איינע פון די שילדיגע קנאים פאר א קורצע צייט האט גאנץ חרדי'זם געשוימט און עס איז געווען א מאסן באגלייטונג צום תפיסה ווי טויזענטע (ארבעטסלאזע) עהרליכע יודן זענען גענגען באגלייטן דעם מקדש שם שמים במסירת נפש.
מען דארף נישט קריכן אזוי ווייט וויאזוי איז צוגעגאנגן דער פארשליסונג פון די טמאנע גל-פז געשעפט אין וומס"ב, און נאך אזעלכע גוטע זאכן, וואס איז, האסט נישט געטשעפט קיין רעליגיע? - האסט יא, דער תורה זאגט אז מען זאל איר אויסמעקן ( פארברענען, אויב עס וואלט זיך אויסגעפעלט) ווען עס קומט צו מאכן שלום, מען זעהט אז שלום איז וויכטיגער ווי א פרשה אינם תורה!!!, האסט נישט פארברענט קיין הייליגס, האסט געטוהן ערגער פון דעם, דו טערעריסט וואס דו בוסט...
און סקווירא פארברענט מען לעבעדיג מענטשען! אלעס מיט סקווירא הכשר... אין קרית יואל פארברענט מען קינדער-היימען ווען עס פעלט אויס...
ירושלים דאמעריקא? – טעהעראן דאמעריקא!
כפרות - פון יאר צו יאר ווערט גרעסער די " צר בעלי חיים פארזארגערס", אבער זיי זענען סתם אנטיסעמיטן.... אמת?! . כאפ נאר א בליק אויף די קליפ ווי אזוי עס גייט צו שחיטה ביי אלאל פלייש, דאס איז שוין בשם קדושה, ערליכקייט... ממש רוצחים!!
ברוך אלוקינו אשר נתן לנו את תורתו, און אלעס וואס דער באשעפער האט באשאפן איז נאר צו באדינען דעם מענטש ממילא מעגן מיר שחט'ן און עסן פלייש... אבער לאמיר פארשטיין, אז איינער איז א מענטשן פרעסער און האט ליב מענטשן פלייש מעג ער איהם אויך הרג'ענען און עסן? וואס איז ער אנדערעש פון די חיה וואס האט אויך צער? נישט אימזיסט האט רבי געהאט ציין ווייטאג אפילו ער האט געזאגט פארן בהמה אז לכך נבראת, ווייל צום שלאגן און צים שחטן איז ער געמאכט, אבער צו האבן צער נישט.
כלפי מה דברים אמורים?
אזוי זענען מענטשן! ווען מען מוטשעט זיך צי לייגן שלאפן די קליינע משהל'ע. ענדליך ליגט ער שוין מיט פארמאכט ע אויגן האלב שלאפענדיג, אבערן פונקט דעמילטס פארט דורך א פלאכע קאר מיט שרייענדע קולות און דאס קינד כאפ זיך אויף, און עס הייבט זיך צוריק אן יו"ט... נו, וואס מיינסטו?! א טוץ מיט פערציג קללות קומען ארויס פון דיין מויל, אויסגיסנדיג די גאנצע תוכחה, באזינגענדיג דאס מענטשהייט, ווי שלעכט מענטשן קענען זיין.
אבער א מינוט, ווי אזוי קוקט אויס אונזער פורים? – דאס איז פשוט שמחה של מצוה, הא? - ביז 3 פארטאגס, זאלט איר זיך נישט וואגן פון טראכטן אפילו פון שלאפן... און מילא דאהי, וואו רוב זענען אידן, אבער לאמיר נעמען א דוגמא פון מאנטרעאל, ענגלאנד און אנדערע פלעצער וואו אידן זענען א קליינער מיעוט... אבער אויב די שטאטישע אינסטאסן וועלן נישט געבן קיין ערלויבעניש, זענען זיי סתם רשעים – ימח שמם.
און מילא ווען עס איז נאר איינמאל א יאר שוין קען מען הערן אבער מארגן איז עס ביי א גרויסן דינער, נעקסטע וואך איז יעדער שילדיג אז אינזערע עסקנים שטיצן נישט דעם זעלבען פאליטישע קאנדידאט....
ברית קודש במציצה בפה ווי אנדערע האבען שוין ארויסגעברענגט, אויב איז עס א פראבלעם, אפילו אינז האלטען אז מצות שאדט נישט, אבער בלומבערג ווערט דערפאר נאכנישט קיין שונא הדת, זיין קאפ פארשטייט פונקט אזוי ווי אונז וואלטן פארשטאנען ווען איינער גייט און געבט איבער א קראנקייט פארן זוהן מיטן אויסרייד פון רעליגיע. אין איראן שמייסט מען מענטשען ביזן טויט מיטן תירוץ 'רעליגיע', יעצט וועמען הארץ עס גייט אויס און זיכט עס אפצושטעלן איז א ראסיסט... אמת?
ווי איינער האט זייער גוט ארויסגעברענגט ביי דו שוידערליכע טראגעדיע פון די גלויבער פאר פאלק אין וומס"ב, ווי אזוי עס וואלט געווען אז אן היימישער וואלט געפירט א קאר ווילדערהייט, און די מידיע וואלט געשריגן אז ער איז א מערדער, וויפעל שופרות וואלטן געבלאזען אז די מידיע זיכט צו דערקוטשענען די חרדישע אידנטום...
דריי איבער דעם לעפל
- וואלפה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
דריי איבער דעם לעפל
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
איכס, נישט אומזינסט האבן אונזערע רבי'ס געוויינט אויף ירידת הדורות, אז מען זעט אזא ארטיקעל פון טויזענטער קערעקטערס קעגן די קאמיונטי אבער זאגט נישט גארנישט,
חביבי, בארואיגט אייך, מען דארף נישט ציען קיין פאלאראל צו אונזערע היספאנשיע שכנים כדי אונז אראפרייסען מיט שריפת חמץ,
דרך אגב, איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער שריפת חמץ גייט שוין אן טויזענטער יאר, עס איז נישט א זאך וואס דער רבי זי״ע האט איינגעפירט, YU תלמידים זענענן אויך מקיים די מאדענע מנהג, עס איז לגמרי נישט און סטייל עס אראפצורייסען כדרך האנטיסעמיטען, און זיכער ציעט מען נישט דערמיט קיין פאלארל צו אונזערע נאנטע גוי׳שע שכנים ווי עס ווערט דערהרג׳ט א גוי׳שע קינד און עווריטיש איינמאל א וואך צילוב גאן וויילענס אזוי אויך איז רעיפ אין דראגס זייער גאנגבאר, עס איז דא גענוג סיבות - מעגליך בארעכטיגטע - פיינט צו האבן די וומסב״ג קאמיונטי, אבער שריפות חמץ איז ניטאמאל די לעצטע פון די ליסט, עס איז בכלל נישט איינע פון די סיבות.
און אזוי ווייטער איז ניטאמאל אינטערסאנט צו לאכען פון דערביטערנישט הלמאי אידן פראווען די יו״ט פורים און זייער געגענט שפעט ביינאכט כאילו עס באדערט איינעם, ווי די מפרשים זאגען האט נאך המן הרשע מורא געהאט דערפון, אגב, כאילו גוים פראווען נישט זייער האלעווין, אדער מיט די ליגענט כאילו קארס מיט הויך הילכערס פארען ארויף און אראפ יעדע נאכט צווישן 8 און צען,
קודאס פאר צוטרעפן איין נערמאלע טעמע צווישען דיינע פאריקטע ארגימענטס, דאס איז די אידישע שחיטה מיט וואס די אידן העצער זענענן טאקע כסדר ביזי דערמיט און זיכען עס כסדר צו שטערן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- וואלפה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
איך זעה אז דו האסט נישט געכאפט די פוינט, איך מאך ח"ו נישט אוועק אפילו איין קליינער מנהג וואס תורה הוא.
איך ברענג ארויס אז דער גוי וואס העצט אקעגן געוויסע חלקים אין יודישקייט, קומט עס נישט פון אנטיסעמטיזאם, עס קומט נאר צוליב זייער פארשטאנד אז עס איז נישט נארמאל, פונקט אזוי ווי אינז קוקען אן זייערע זאכען ודוק ותשכח
איך ברענג ארויס אז דער גוי וואס העצט אקעגן געוויסע חלקים אין יודישקייט, קומט עס נישט פון אנטיסעמטיזאם, עס קומט נאר צוליב זייער פארשטאנד אז עס איז נישט נארמאל, פונקט אזוי ווי אינז קוקען אן זייערע זאכען ודוק ותשכח
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
- וואלפה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
מעומקא דליבא וויל איך זיך שטארק באדאנקן פאר מורינו הרב וואס האט פארראכטן און צוגעפיצט די תגובה, און מיך עס געשיקט אין אישי.
דא קען מען download די קליפ ווי אזוי מען שחט - האקט קעפ אין עזה http://db.tt/E92dSVWA
דא קען מען download די קליפ ווי אזוי מען שחט - האקט קעפ אין עזה http://db.tt/E92dSVWA
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
איך שטים איין מיט וואלפה מיט כמעט אלעס וואס ער זאגט, מיט עטליכע קליינע חילוקים וואס זענען נישט וויכטיג ארויסצוברענגען.
אונז האבן א זיידע וואס האט שוין געזאגט פאר זיינע קינדער למה תתראו, פאר מסתם 4,000 יאר צוריק בערך, און מיט דעם האט ער געמיינט באווייז דיך נישט פאר יענעם, שטעך נישט אויס יענעם די אויגן.
ביי מיר איז דאס וואו א שטיקל צוואה, ביסט אן אייניקל פון יעקב אבינו, ביסט א כשר'ע ערליכע איד, דארפסט אבער נישט איבערדרייען די גאנצע שטאט ביים כפרות שלאגן, פורים דריי דיך נישט אויפן גאס וואו א פראסטע שיכור וכו'.
דא אין ארץ ישראל הערט מען אסאך מאל די פרייע זיך באקלאגן, הייתכן די פרומע מאכן גאנצעטע ארגאניזאציעס צו מאכן פרייע פאר בעלי תשובה, זיי רופן אן די קינד ביים נאמען "מיסיאנערן"! האבן דען די פרייע, ארגאאניזאציעס וואס דרייען זיך ארום אין פרומע געגנטער, צו מאכן ערליכע אידן פריי? ניין! (די ארגאניזאציע הלל ארבעט נישט צו מאכן פרומע פריי, נאר איינער וואס רופט זיי באקומט הילף, א סאציאלע ארגאניזאציע).

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
עוד מישהו האט געשריבן:איך שטים איין מיט וואלפה מיט כמעט אלעס וואס ער זאגט, מיט עטליכע קליינע חילוקים וואס זענען נישט וויכטיג ארויסצוברענגען.
אונז האבן א זיידע וואס האט שוין געזאגט פאר זיינע קינדער למה תתראו, פאר מסתם 4,000 יאר צוריק בערך, און מיט דעם האט ער געמיינט באווייז דיך נישט פאר יענעם, שטעך נישט אויס יענעם די אויגן.
ביי מיר איז דאס וואו א שטיקל צוואה, ביסט אן אייניקל פון יעקב אבינו, ביסט א כשר'ע ערליכע איד, דארפסט אבער נישט איבערדרייען די גאנצע שטאט ביים כפרות שלאגן, פורים דריי דיך נישט אויפן גאס וואו א פראסטע שיכור וכו'.
אינערסאנט אז ביי דיין וויכטיגע פוינט האסט אנגעכפט כפרות שלאגען/יו"ט פורים, און פארגעסן אויסצורעכענענן האנדע/אדעסי/s@w מיט וועם אונוזערע ווייבער האבן א קאנטראקט בנוגע קליידער/דוזשערלרי/הייזער אד"ג וואס דאס מיינט באמת למה תתראו,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
הרב בדחן שכויח פארן צולייגן צו די ליסט, ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, איך האב לעצטנס געזען אז קרית יואל איז פון די ארימסטע שטעט אין ניו יארק אדער אמעריקע, איך געדענק נישט גענוי, סקווירא מיין איך הייסט אויך נישט קיין רייכע פלאץ, איי וואו האבן די מענטשן געלט צו צאלן פאר אזעלכע טייערע קארס?
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.