זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
העי, וואסאפ, שלום וברכה.
ווילסט דוקא הערן עפעס שלעכט?
במשך יעדע שעה איז דא א נייעסל פון **** אביוזערס, רעיפינג. ווילסט נאך? ספארטס, יאנקיס אדער מעטס.
נישט יעדער וויל זיינע קינדער זאלן דאס הערן.
ביטע נוצן טאלעראנץ אויך ביי אזעלכע אידן וועלכע זענען פרומער ווי אייך... (בדחן, וואו ביסטו??)

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Wasup,
צי קרדיא איז גוט אדער שלעכט איז נישט די מדובר דא, פאקטיש האלט דער בחור אז ס'איז פון די ג' חמורות.
אבער טאלעראנץ? טאלעראנץ דארף איך האבן אין גאס, אין בעסמעדרעש, אין די פובליק דאמעין, נישט ווען איך נעם איינעם אריין אין מיין שטוב\קאר.
טאלעראנץ איז טאקע א שיינע זאך, אבער געוויסע דא מאכן עס פאר א גאנצע אפגאט, קיינער האלט נישט פון אבסעלוטע טאלעראנץ, (חוץ פונעם עקסטרעמן פיליזאף), ס'דא א זאך וואס הייסט שכל, און מ'דארף דאס אויך אמאל אמאל נוצן.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קוק אהער, טאלעראנץ גייט ביידע וועגן, אבער אזא איינער וואס טוהט זיך אן א אדרת כחש און פרעגט מיט א געמאכטע בלעכענע פנים "וואס איז שלעכט אז דער בחור הערט זיך אן מיט אלע רעיפס?" הלמאי עס קען עם גאר "צוניץ קומען" ,דארף איך אויסדרוקליך נישט טאלערירן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך אויך האט געשריבן:קוק אהער, טאלעראנץ גייט ביידע וועגן, אבער אזא איינער וואס טוהט זיך אן א אדרת כחש און פרעגט מיט א געמאכטע בלעכענע פנים "וואס איז שלעכט אז דער בחור הערט זיך אן מיט אלע רעיפס?" הלמאי עס קען עם גאר "צוניץ קומען" ,דארף איך אויסדרוקליך נישט טאלערירן.
נאך איין תגובה וועגן טאלעראנץ, שמעקעדיג, לאזט? שכויעך.
אויב גייט טאלעראנץ ביידע וועגן, דארף דער בחור טאלערירן מיין ראדיא, און העכסטענס פארשטאפן די אויערן.
צוריק צום נושא, זאכן וואס רעגן מיך אויף.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
מיך רעגט געפערליך אויף די אידן וואס דרייוון אזוי ווי זיי באוועגן זיך. דאס הייסט אזעלכע פעשע אידן וואס אויף די וועג וויאזוי זיי פירן זייער אויטא דערקענט זיך וויפיהל זיי וועגן.
נישט אלע זענען אזוי. אבער איך קען למשל עמיצן, ער וועט אייביג דוקא פארקירן האלב אויף די סיידוואלק, שיפערהייט מיטן נאז אריין אין די ראוד, אדער פארקערט, זיין אחור סטיקט שטענדיג ארויס. איינמאל האב איך אפגעשטעלט עמיצן. א עלטערע איד, ער וואלט געקענט זיין מיין טאטע. ער האט זיך געאיילט זעט אויס ,און געפארקט ווי א הונט, שאפענדיג א שווערע פארקער לענגאויס דעם גאנצן גאס. זאג איך אים: ר' איד איך האב הנאה וויאזוי איר האט געפארקט! ער האט צעך אויפגערעגט פארשטייט זיך. אבער עס שיין געביסן און אראפגעשלינגען. בהמה וואס ער איז. דו מיינסט ער האט זיך געלערנט!? א מכה! און די ריזיגע תפילין זעקל אויף זיין ווינד שילד דארף יעדעם פארציילן אז דא רעדט מען פון א ברייטע חסידישע איד. איך וועל אוועקגעבן עקסטער פינף מינוט צו זוכן פארקינג אבי נישט צו מאכן די סארט חילול השם.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
מענין לענין באותו ענין. טאקע די וואך. איך האב שטענדיג א ארט וואו איך פארק נעבן מיין ארבעט. אריין אין א געוויסע געסל. אבער היות ס'איז א שמאל געסל, טאר מען נישט פארקן ביי די קארנער, דארט ווי די גאס קומט זיך צאם מיטן גרעסערן גאס וואס האקט איר איבער אין פארעם פון א T דזשאנקשן. סאו מיין געסל פון וואו איך קום ארויס איז די אונטערשטע חלק פון T אריין א לינקס צו די לינקע שטיקל פון אויבן.
אסאך אידעלעך אבער פייפן זיך אריין אין פארקן דארט שטענדיג. און וועל איך וויל זיך איינדרייען לינקס דארף איך פייפן, ארויסגיין פון קאר, ארומזוכן דער הונט. וכו' וכו'.
די וואך אדורכגייענדיג צופיס נעבן יענעם ספאט. זע איך א ברייטע אידישע ווען, פארקירט דארט. און א גוי קומט ארויסצופארן טאקע פון דעם זעלבן געסל. און געט דעם איד'ס ווען א ברייטן רעבישן קראץ אין זיין רעכטע בעק קארנער. אין שעיפ פון א רעבישע שיפע הויזן טאש. די גוי'ס קאר איז נאך צו אלע צרות (מיין גרויס שמחה) געווען א בלויע, און די איד'ס א ווייסע. און ס'האט זיך דערקענט ווי בין תכילת לכרתי. איך בין ממש געטאנצן פון התפעלות. כ'האב אפילו אפירגעזוכט דעם איד און אנגעוויזן. "קוקט! א גוי האט אקארטש אייך שיין צעריבן אייער אחור... ער האט זיך גראדע אפגעשטעלט א רגע, אבער תיכף אפגעפלויגן . דער אידל ווערט ווילד, "האסט אפגעשריבן זיין לייסנס פלעיט?" ניין ! זאג איך מיט א קאלטע פאסיווע רוהיגקייט. "כ'מיין, האסטאך געפארקט ווי א חיה, וואס ווילסטו? אים שטעכן די רעדער אפשר אויך?" (כ'האב עס נישט געזאגט, כ'האב אים נאר נישט געוויזן אז ס'באדערט מיר אויף א האר אפילו).
אסאך אידעלעך אבער פייפן זיך אריין אין פארקן דארט שטענדיג. און וועל איך וויל זיך איינדרייען לינקס דארף איך פייפן, ארויסגיין פון קאר, ארומזוכן דער הונט. וכו' וכו'.
די וואך אדורכגייענדיג צופיס נעבן יענעם ספאט. זע איך א ברייטע אידישע ווען, פארקירט דארט. און א גוי קומט ארויסצופארן טאקע פון דעם זעלבן געסל. און געט דעם איד'ס ווען א ברייטן רעבישן קראץ אין זיין רעכטע בעק קארנער. אין שעיפ פון א רעבישע שיפע הויזן טאש. די גוי'ס קאר איז נאך צו אלע צרות (מיין גרויס שמחה) געווען א בלויע, און די איד'ס א ווייסע. און ס'האט זיך דערקענט ווי בין תכילת לכרתי. איך בין ממש געטאנצן פון התפעלות. כ'האב אפילו אפירגעזוכט דעם איד און אנגעוויזן. "קוקט! א גוי האט אקארטש אייך שיין צעריבן אייער אחור... ער האט זיך גראדע אפגעשטעלט א רגע, אבער תיכף אפגעפלויגן . דער אידל ווערט ווילד, "האסט אפגעשריבן זיין לייסנס פלעיט?" ניין ! זאג איך מיט א קאלטע פאסיווע רוהיגקייט. "כ'מיין, האסטאך געפארקט ווי א חיה, וואס ווילסטו? אים שטעכן די רעדער אפשר אויך?" (כ'האב עס נישט געזאגט, כ'האב אים נאר נישט געוויזן אז ס'באדערט מיר אויף א האר אפילו).
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך בין נישט ממש גערעגט, אבער איך וויל עס פארשטיין.
איך דאווען געווענטליך יעדן טאג מיט די זיבן אזייגער מנין, מען דאווענט נארמאל נישט צו שטאט און נישט צו שנעל, אזוי גייט עס ביז שמונה עשרה, אבער ווען עס קומט צו שמונה עשרה נעמט עס עפעס זייער לאנג, ווי אזוי ארבעט דאס? ווען די מענטשן וואלט געזאגט די שמו"ע אויף די זעלבע ספיד ווי די גאנצע דאווענען וואלט עס גענומען מאקסימום די האלב צייט ווי עס נעמט יעצט די שמו"ע.
איך האב שוין געענדיגט שמו"ע אינקלודינג צוגעלייגטע אייגענע תפלות ביי שמע קולינו און ביי אלקי נצור, און איך האב שוין געטוישט צו רבינו תם'ס תפלין, און מען דארף נאך ווארטן אויף תשעה עונים צו אנהייבן די הויכע שמו"ע.
און נאך מער איז מיר שווער אויף דעם בעל תפלה קבוע, זיין שטילע שמו"ע נעמט אים לענגער ווי די הויכע, ווי אזוי איז דאס מעגליך? ביי די הויכע שמו"ע קומט נאך צו די ברוך הוא ובר"ש'ס, אמן'ס, קדושה, מודים, און דאס וואלט געדארפט נעמען לענגער ווי די שטילע, און למעשה איז עס פארקערט.
האט איינער אן ענטפער אויף די פליאה?

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מסתמא גייט ער אדורך אלע זיינע געשעפטליכע און פריוואטע ענינים וואס ער האט, און וואס ער דארף ערלעדיגן יענעם טאג. מ'דערציילט אז איינער איז צו געגאנגען צו א איד וואס האט געענדיגט שמו"ע און איהם געגגעבן שלו' עליכם. אויף זיין וואונדער פארוואס ס'קומט איהם א שלו' עליכם, האט איהם יענער געענטפערט. "דו ביסט דאך יעצט געווען אין לעמבערג אויפ'ן יריד, קומט זיך דיר א שלו' עליכם...
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:תפלה = שמונה עשרה, אויב איינער קען נישט מכוין זיין כראוי ביים גאנצן דאוונען איז די עיקר מצוה פון כוונה ביי שמו"ע.
פאר מער כוונה לייגט מען צו מער מח, נישט מער ווערטער.
berlbalaguleh האט געשריבן:מסתמא גייט ער אדורך אלע זיינע געשעפטליכע און פריוואטע עניינים וואס ער האט, און וואס ער דארף ערלעדיגן יענעם טאג.
דאס קען ער טוהן ווען ער דאווענט ביחידות, אבער ווען ער דאווענט פארן עמוד איז דאס נישט רעכט אויפצוהאלטן אנדערע מענטשן וועגן זיינע געשעפטן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
די תירוץ איז פשוט און דארפסט עס אליינס פארשטיין ווייל ברסלב פארלאנגט הארץ אינעם דאווענענן,
ביי די שטילע שמו״ע האט מען אינזין די בקשות וואס מען בעט דערפאר נעמט עס לענגער, משא״כ ביי די הויכע שמו״ע האט מען אינזין דעם ציבור דערפאר נעמט עס שנעלער,

מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
דער צדיק'ל וועלעכע זיצט אויפן באס מיט א תהלים'ל, און מאכט זיכער ביי יעדע זיבעטן ווארט ארויסצוקרעצן הויעך, בכדי זיכער צו מאכן אז אפילו די וואס באמערקן נישט אז ער בעהט זיך יעצט אויס זאלן הערן. און אפילו איינמאל מ'ווייסט שוין, וועט ער ווייטער ארויסקרעכצן און כסדר מאכן נייגונגען מיט די האנט, זיכער צו מאכן דער עולם פארגעסט נישט אז אנשטאט פוסטעווען די צייט זאגט ער תהלים.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מען דארף נישט נאכמאכן\פארענפערן\אויסזעהן ווי דעם גוי.
וואס פאר א מין צירוף מילים איז דאס 'דעם גוי'? אדער זאג 'גוים' אדער 'א גוי', איהר הייסט אפשר י.מ. סופר?
עס קען זיין אז אין דיקדוק איז עס יא אויסגעהאלטן, פונקט ווי 'דער דייטש', אבער עס רעגט מיר נאכאלץ אויף.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?