נולד מאוחר??? (פראפייל)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

נולד מאוחר??? (פראפייל)

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]רוב געלונגענע שרייבער דא זענען שוין מער ווייניגער באזינגען געווארן דא פונעם אלגעמיינע מאסע, צו דורך א פלייץ פון לייקס, צו דורך קאמפלימענטס, טייל מאל אפילו מיט גאנצע אשכולות געווידמעט אין זייער כבוד, לדוגמת: יאיר, יידל, ממי שאמרו, לעמאן דזשוס, קופערניקוס (דער לעצטער האט א מנהג צו עפענען יעדע שלישי ושישי אן אשכול וועגן זיך אדער וועגן א צווייטן), סוף כל סוף איז קאווע שטיבל א ווארעמע פלאץ, דאס גאנצע שטיבל איז פארהויכט מיט הייסע פארע פון ליבע און טאלעראנץ.

קאווע שטיבל מיטגליגער זענען רעכטע אייניקלעך פון אברהם אבינו. זיי טוען מכניס אורח זיין יעדע פרישע גאסט, יעדע נייע ניק, אפגעזעהן פון וועלכע קרייז, שיכט, קהילה ער געהערט. נאך שלשים יום (הודעות) ווערט דער פרישער ניק געטוישט פון: 'א גאסט אין שטיבל' ביז: א געהעריגע 'פאלל-פלעדזש-מעמבער' מאנשי שלומינו. און ווי לאנג דער גאסט פאלגט אויס די געזעצען פון 'כבוד האדם באשר הוא' וואס דער זיידע-באריסטא און די באבע-זשאווא האבן נאך אוועקגעשטעלט אין די בראשית יארן, איז דער גאסט וועלקאם פונקט ווי די דריי אראבער ביי אברהם אבינו נאכן וואשן זיך די הענט און פיס.

נאך א זאך מיט וואס קאווע שטיבל מיטגלידער קענען זיך אינדענטיפיצירן מיט זייער זיידע אברהם אבינו איז די מדה פון טובת עין, אסאך מאל שטיי איך און שטוין, רבונו של עולם וואו נאך טרעפט מען אזויפיל פארגינערס בפונדק אחד? הלואי אויף מיין בית מדרש געזאגט! בעסער געזאגט: הלוואי אויף מיינע משפחה געזאגט! (שטייצעך פון די ווייב'ס זייט).

איך שפיר אבער אז עס דא איין ניק וואס באקומט נישט זיין פארדינטע כבוד, נישט מען רעדט פון אים אסאך, נישט מען לייקט אים עפעס ספעציעל, אין איין ווארט: ער באקומט נישט זיין אנערקענוג וואס עס קומט אים. זיין נאמען איז נולד מאוחר! לכן במקום שאין אנשים השתדל להיות איש האב איך מיר אנגעגארטלט מיטן אויפגאבע צו שרייבן א קורצן פראפייל אינעם עהרע פונעם חוקר און פילאזאף. יעדער וואס האט עפעס צוצולייגן עפעס א מעלה פינעם 'חתן דנן' איז מכובד.

וזה החלי בעזרת צורי וגואלי:

נולד'ס מהלך.
נולד'ס כח איז פרעגן און פרעגן און נאכאמאל פרעגן. נולד לאזט נישט איבער קיין איין פראגע אומגעפרעגט. איך גלייב ווען ער זאל נעמען א די-ענ-עי טעסט וועט זיך ארויסשטעלן אז זיינע גענעס ציען ווארצלען גלייך ביז ר' ירמיהו ארויף, ווי שטייט אין די גמרא אויף ר' ירמיהו'ס שאלות: 'על דא אפקוהו ר' ירמיהו מבי מדרשא'! פארוואס ? ווייל ר' ירמיהו'ס קשיות האבן אנגערירט די סאמע יסודות פון יהדות, איז נישט געוען קיין אנדערע ברירה נאר אים ארויספירן פון בית מדרש. דא אין קאווע שטיבל, ווען מען קען ווען, וואלט מען שוין לאנג ארויסגעטראגן נולד אויף א בעטל, נישט איינמאל נאר צענדליגע מאל (שטייצעך ס'איז נישט ממש דומה ס'נאר לשֹבֵר את האוזן).

תוכן התגובות.
נולד'ס קשיות זענען נישט געצוימט צו א געוויסע סטייל אדער טעמע, אמאל איז עס א שאלת חכם, אמאל איז עס א שאלת תם און אמאל, אין א רעגענדיגע טאג, זאל נישט אויסגערעדט זיין, איז עס א שאלת רשע.

נולד איז דער איפכא מיסתברא'ניק, דער 'אפשר-דאך' פון מנחם מנדל'ס מעשה ביכלעך, ס'איז נישטא אזא זאך ווי הנחות און מוסכמות, יעדע נארמאלע באגריף זאך איז אונטער פראגע צייכן.

נולד פרעגט פשוט'ע איינפאכע שאלות אויך, אזעלכע שאלות וואס ליגט יעדעם אויפן מח אבער מען פרעגט עס נישט. פארוואס נישט? ווייל ביי א נארמאלע מענטש איז די נושא טאבו! געשלאסן! אבער ביי נולד איז גארנישט געשלאסן.

די גאנצע וועלט קען פארשטיין אז מען פארציילט נישט אין די תשעה ירחי לידה צי די עיבור איז א זכר אדער נקבה, אפי' מען ווייסט עס קלאר פונעם אלטרא סאונד. אבער אונזער נולד פרעגט: רבונו של עולם וואס איז די גאנצע סוד??? פארוואס טאר איך נישט פארציילן דעם גרויסן סיקרעט???

הונדערט בלאט פון וועבערמאן סומעטאכע, און נולד שיסט ארויס אן הודעה "וואס מיינט דאס סומעטאכע? בין איך דער איינציגער גולם וואס ווייסט נישט וואס דאס מיינט?" און ניין! קיינער האט גראדע נישט געוואוסט, איינער האט געמיינט אז עס מיינט קאטשעניו פאר עס ווערט הארט, און א צווייטער האט געמיינט אז עס איז סמייטע פאר ס'ווערט פארשימעלט.

פינעף בלאט פון דיסקוסיעס איבער א נאמען פארן נייע קאווע בלעטל, יעדער פרואווט איבערשטייגן דעם צווייטן מיט ארגינעלע איידיעס, אבער נולד קומט פון אן אנדערע ענגעל אינגאנצן: פארוואס עפעס דארף עס בכלל א נאמען??? פרעגט ער מיט א תמימות.

נולד קימערט זיך גאנץ ווייניג איבער די רושם וואס זיינע תגובות וועלן מאכן, ער קען זאגן און פרעגן זייער אומפאפולערע מיינונגען און פראגעס, צומאל ווערט ער אפגעפאטש באשריגן און באזינגען, אבער הי-דאזענט-געט-פעיזד, ער האט נישט קיין מורא און ווערט נישט שאטענזירט נישט ביי נחום ראזענבערג און נישט ביי וועבערמאן, נישט פון די פרומע און נישט פון די קילע.

סטייל התגובות.
נולד'ס תגובות קען מען דערקענען פון א מייל ווייט, ס'איז בדרך כלל דריי-פיר קורצע שורות מיט צענדליגע פראגע צייכענעס, און מיט הונדערט גרייזן. און נישט ווייל נולד קען נישט ספעלן! נאר וועגן אנדערע סיבות אינגאנצן: איינס ווייל נולד איז א גרויסע חסיד פון 'אותיות מתחלפות', ביי אים איז ח' און כ' אדער ט' און ת' די זעלבע, כ'מיין וואס א חילוק? הא-קעירס?

צווייטענס וזה העיקר, נולד איז ארויס מיט א מלחמת חרמה אקעגן וואקאלן, ער פסק'נט 'יש אם למקרא' אז מען קען עס ליינען וואס פעלט אויס צו צולייגן וואקאלאן?? שוין, נאך איינע פון נולד'ס קשיות.

נולד אין פאזיע.
כ'טראכט אז ווען נולד וואלט זיך באטייליגט אינעם פאעזיע פארמעסט, וואלט זיין פאעם אויסגעזעהן בערך אזוי (אפשר וואלט געפעלט אביסל מער וואקאלן):

"ספיקות און קשיות האב איך א סך,
פון שאלות און תמיהות איך קראך,
מענטשן זאגן לאדעך אפ לעב און לאך,
אבער איך זאג נישט פרעגן איז נישט צו דער זאך,
דאס איז געווען און וועט בלייבן אייביג מיין פאך".

נולד'ס צורה.
עס ווערט געברענגט אין אלע ספרים אז בשעת א מענטש זאגט נאך א מימרא פון איינעם זאל ער זיך מצייר זיין די צורה פונעם בעל המימרא, יעצט כ'האב נישט קיין אנונג ווי אזוי חתן דנן זעהט אויס, אבער אין איינע פון די אשכולות איז ער מגלה טפח, ער פארציילט אז ער האט א פאטעטא בארד! נישט מער נישט ווייניגער א פאטעטא בארד, נישט קיין פיקעל בארד און נישט קיין צוויקעל בארד, נאר א פאטעטא!

יעצט דאס אליין איז זייער ווייניג אינפארמאציע צו קענען מאכן א סקעטש פון נולד, ווייל אין דעם שטיקל אינפארמאציע אליין קען מען קלערן צוויי חקירות איינס: פון וועלכע סארט פאטעטא רעדט ער? צו רעדט ער פון די לאנגע ברוינליכע איידעהא-פאטעטאס וואס מען ניצט פאר אווער-נייט קוגל? אדער אפשר רעדט ער פון די קליינע רינדעכיגע רויטע זויערע פאטעטאס וואס מען סערווירט ביי א שבע ברכות אין שמח תשמח צוזאמען מיט אן אלט שטיקל טשיקן?

נאך א א חקירה קען מען חקר'ן, צו רעדט ער פון א פאטעטא בארד אן א קנאבל, אדער אפשר איז שוין די קנאבל נכלל אינעם פאטעטא, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אז ווען ער גייט אריין אין מקוה און קניפט אויף די קנאבל פון די פאטעטא קען די לענג דערגרייכן ביזן טבור אזוי עס זאל אויסזען ווי א לאנגע סקוואש?

נולד'ס נאמען.
כ'וועל מסיים זיין מיט א חידוש וואס איז מיר לעצטענס נתחדש געווארן. די זאך איז אזוי, מיום שעמדתי על דעת קאווע שטיבל האב איך מיך אייביג געוואונדערט וואס איז פשט אינעם נאמען "נולד מאוחר", ווי קומט עס אריין דא? בעסער געזאגט וואס האט אונז דער בעל הניק געוואלט לאזן הערן מיט אזא מאדנעם נאמען?

לאחר החיפוש בכתבי ידות מצאתי איזה פירוש ישן ונושן, ושם הביא מקדמון אחד פירוש על תיבת נולד מאוחר, וזה לשונו: נולד מאוחר. בלשון בתמיה עכ"ל, לפי"ז דארף מען זאגן אז די נאמען נולד מאוחר קומט מיט אפאר פראגע צייכענעס צום סוף, אזוי: נולד מאוחר?????????, און דאס אליין איז אויך איינע פון נולד'ס קשיות: ס'איז כאילו זיין תגובה קומט מיט א הקדמה: עם-איי-מיססינג-סאומטינג? בין איך שפעט געבוירן געווארן אז איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר? פארוואס פרעגט קיינער נישט וואס איך פרעג?

די תירוץ אויף נולד'ס קשיא איז, ניין! ביסט נישט שפעט געבוירן געווארן! ביסט אינגאנצן נישט געבוירן געווארן. דו פאנגסט בכלל נישט אן צו עקזיסטירן. די גאנצע נולד מאוחר איז איין שטיק אילוזיע, ס'איז נישטא קיין נולד, און ס'נישטא קיין מאוחר, והא ראי' אויב איז עס מאוחר איז עס דאך נישט נולד, און אויב ס'איז נולד איז עס נישט מאוחר. אלא מאי, קושיא מעיקרא ליתא ס'איז נולד און ס'איז מאוחר ממש בבת אחת וכל שאינו בזה אחר זה אינו בבת אחת, בבחינת שני הפכיים בקערה אחת.

לפי"ז האב איך געטראכט, בדרך אפשר אז דאס מיינט דער מדרש פליאה: 'נולד נולדת אחור אחרת, הדא דכתיב נולד מאחור', עכ"ל המדרש, וכל רואה מדרש זו מתפלא פלאים הפלא ופלא בבחינת ותפלא רוחו, נאר לפי מה שנתיישב מתיישב הכל בישוב נושב השבא ושבא בבחינת השב אשיב לעת כזאת. פשט איז אזוי: די מדרש זאגט אונז, ווען איז עס נולד נולדת? דוקא ווען ס'איז אחור אחרת!! דעמאלטס און נאר דעמאלטס איז נולד מאוחר ודפפפפפפפח"ח. ווי וואלט ר' טודרוס געזאגט אויף אזא שטיקל תורה: 'כ'מיין ס'ליגט א שטארקע אמת דערין' (וכל הגילויים הנוראים האלו לא זכיתי אלא בזכות אבותי ורבותי נשמתם בגנזי תחתונים) .[/justify]
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:lol: :lol: :lol: :lol:
נישטא נאך איינער וואס קען דאס אזוי מעכטיג באשרייבן..!
אין לנו אלא בענזשאמין בלבד! אין עוד מלבדו!..........

(איך האף אז נולד איז נישט באליידיגט..)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
Lexus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך Lexus »

Ouch! Not nice!
You have a amazing pen but don't hurt no one!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

להוציא מלבן פון לעקסעס וויל איך מגלה זיין אז בין א פייערדיגע חסיד פון נולד מאוחר. כ'ווייס נישט צו ער האט נאך אזא גרויסע אנהענגער דא אין שטיבל ווי מיך. איך ליין מיט אינטערעסע כמעט יעדע הודעה וואס ער שרייבט נאר. און איך גלייב נישט אז נולד וועט ווערן באליידיגט פון דעם פראפייל, ווייל ווער עס איז נישט בלינד קען ליינען צווישן די שורות די גרויס עהרע און רעספעקט וואס איך האב פאר אים.
העכסטענס וועט ער האבן נאך אפאר קשיות, ווי למשל, וואס איז דאס פראפייל ? וואס פעלט עס אויס ? וואס עפעס פונקט מיך? וכהנה וכהנה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

דו האסט אים געוויזן דיין ארטיקל בעפאר?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

און ווייל ער איז נולד געווארען מיט אפאר מינט שפעט איז ער נאכנישט דא צו ליינען זיין הספד..
בענדזי' טרעף נאך פראפייל'ס דו שרייבסט דאך מוראדיג!!! יעדע שטיקל איז דא א פאר זאפטיגע חידושים!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נולד האט שוין געליינט, געלייקט, אבער זאגט נישט קיין פיפס, קיין הערה, אויפן פראפייל אפשאצונג. ווי עס שיינט, איז ער עס מקבל באהבה..

נולד, לאז דיך הערן!..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:נולד האט שוין געליינט, געלייקט, אבער זאגט נישט קיין פיפס, קיין הערה, אויפן פראפייל אפשאצונג. ווי עס שיינט, איז ער עס מקבל באהבה..

נולד, לאז דיך הערן!..

הא הא ער איז באליידיגט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נעה, קעניש זיין. זעהסט דאך ער האט געלייקט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

נולד האט מיר געלאזט וויסן אז ער האט זייער הנאה געהאט פינעם ארטיקל און האט פיין געלאכט, אבער ער קען נישט מגיב זיין ווייל ער מאכט א תענית דיבור פאר א וואך (כ'האף ער וועט נישט זיין בייז אויף מיר פארן זיין א הולך רכיל ומגלה סוד, בפרט אויב ער וועט דורכפאלן מיט זיין תענית דיבור און צוריקקומען פאר א וואך).
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

בענדזשי מיין ווייב האלט אז די ביסט די שטן. פונקט ווען כהאב אנגעהויבן מיין תענית האסטו מיר מספיד געווען.
כבין פיין דורך געפאלן. די האסט מיר גורם געווען א ניסון גרעסער ווי די כל האומר...אינו אלא טועה ניסיונת.
ככהאב נישט געהאט קיין צייט כהאב אנגעהויבן שרייבן אפאר מאל און געדארפאט סטאפן.
פון מיין דרעפט פאלדער:
כבין ווערטער לאז. אזא כבוד בענדזשאמין זאל זיך צי מיר אראפלאזן!
בענדשי כמיז דיר זאגן די האסט פיין ארויס א מענטש. כהאב קודם געמיינט בוסט סך הכל נאך א משי זהב (נאט טא בי קאנפיוסד וויט זר זהב), ווען מיין גלעכטער איז געווארן לייכטער האב איך איבער געליינט נאכאמעל רואיג און יא די האסט מיך פיין ארויס. אויף וויפיל כהאב פארשטאנען דיינע טיפע רעיונת. געוויסע זאכן האב איך געדארפט נישטערן טיף אין מיין סאבקאנטשעס ביז כהאב איידענטיפייעד מיט דיינע אנאליסעס.

שמעקי און דעת זענען גערעכט יא איך בין ברוגז אויף דיר. היינט וואק איך אויפן גאס כהאב עס געהאט אונמיטען א מוטינג אויך. מקוקט וואס קוקט ער אזוי, כגעב א וויש מיין טשין מיין אויבשטע קנעפל מאך איך זיכער סאיז פארמאכט, ער קוק ווייטער. ער נעמט ארויס זיין בלעקבערי ער טייפט, איך שארף אויס מיין אויגן ''potato'' און סענד. איך נעם מיך קשר''קן, וועט דע העלל, נעכטן איז דאך געווען שריים פין שבת פאר נאכטמאל. אפשר פאטעטא קוגל?. באמס ער באקומט א ריפליי ''קנאבל?'' ער געט א קוק אויף מיין בארד. כהייב אן טראכטן פון די פרייטיג ציננאכטס מעני, קנאבל אה סדאך דא אן ענין, שוין סאיז נישט מאחורי. איך עס נישט קיין קנאבעל.
אויפן גאס ווייטער מקוקט אויף מיין בארד . רויטע פאטעטע ..סקוואש... בקיצר סאיז געווען א ביטערע דורך גאנג
אזוי הער מע
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

נולד מאוחר האט געשריבן:בענדזשי מיין ווייב האלט אז די ביסט די שטן .

אינטערעסאנט, מיין ווייב טענה'ט שוין לאנג אזוי.
פארשפארט