אני הקטן בין שוין געווען מיטן פרוי עטליכע מאל אין ארץ ישראל. איך בין נאכנישט געפארן מיט איר קיין אינטערנאציאנלער טריפ חוץ קיין ארה"ק. פלארידע, קאלעפארניע און אפילו וועיגעס יא, אבער קיין שווייץ? וואס איז דא צו טון דארט חוץ קוקן שניי'איגע בערג?...
קודם כל איז לדעתי ארץ ישראל דאס גרינגסטע פלאץ פאר אידישע באדערפענישן, האסט כשר'ס איבעראל, מנין ווי אימער דו דרייסטיך און עבאוו אלל איז דער פאקט אז אין דעם קליינעם פיצי לאנד איז דא וואס צו טון אזויפיל הן ברוח והן בגשם אזש איך בין נאך אלץ נישט פארטיג.
דער סדר פון אונזער באזוך גייט געווענליך (נאך זעקס מאל הייסט שוין געווענליך, איא?) ווי פאלגאנד: מ'קומט אן קיין ירושלים עיה"ק וואו מ'פארוויילט אויף 2 טאג און אויף שבת קודש. אין ירושלים פארברענגט מען א טאג אין אלט שטאט, אמת אז ס'דא אסאך בחורישע פלעצער, אבער ס'דא אסאך פלעצער ווי ס'פונקט אזוי אינטערעסאנט פאר א פארפאלק. א טור אין עיר דוד מוזיעם איז געוואלדיג, א שפאציר איבער די סמטאות עיר עתיקה האט דיך נישט זיינס גלייכן. דערנאך איז דא די גרויסע ממילא שאפינג מאל ווי מ'פארברענגט א האלבן טאג. און ווי קען מען פארגעסן גיין באזוכן די ליבע מאמע רחל, פאר די פרויען איז דאס זיכער דערהויבן... ווען איך בין דארט געווען טאקע פאריאר תיכף נאך פסח איז געווען אויפגעשטעלט דעמאלס א ריזן "עיר הקרח" א אייז שטאט, זייער א אינטערסאנטע אטראקציע.
נאך ירושלים לאזט מען זיך ארויס קיין גליל, איין טאג איז כולו רוחני מירון, צפת, און טברי' די קברי אבותינו ורבותינו. דערנאך פארוויילט מען אין טברי' אויף 2 3 טאג. אין טברי' איז דא אסאך וואו צו גיין, גרויסע פאן פארקס און אטראקציע ערטער ביים וואסער. אזוי אויך פארט מען צו קיין גולן באזוכן יעדעס מאל א אנדערע וויין פירמע, ס'דא דארט אפאר טשאקלאד פירמעס ווי זיי גיבן טור'ס.
א שבת אין צפת... איי ווי נעמט מען ס'פעדערל צו באשרייבן א שבת אין צפת. האמת אגיד אז זייענדיג דארט אלס בחור האב איך נישט געהאלטן אז מיין פרוי וועט דאס ענדזשויען נאך די חתונה. אבער למעשה איז זי שוין כמעט א גרעסערע צפת פען פון מיר. צפת ברויך מען אין ערגעץ נישט גיין, בלויז זיצן אויף די טעראסע און אריינאטעמען ריינער צפת'ער לופט איז אלעס ווערט. דער שב"ק האט דארט אלע טעמים, די קארלבאך תפילות, דער ברסלב'ער קבלת שבת על פני השדה, א טבילה שב"ק צופרי און מקוה אריז"ל, דער שבת נאכמיטאג שפאציר אין אלט שטאט און דער פיצא מוצ"ש ביי ירושלים פיצא איז אויך א חלק פונעם שבת...
נאך שבת גיימיר קיין תל אביב פון וואו מ'כאפט א קליינעם פליגער רייזע פון א שעה צייט קיין אילת. אין אילת איז ענדלעס ווי מ'קען אלץ גיין. עיר המלכים איז א קיילעכיגער טאג, דער עיר הקרח מיט די אייזענע קרעטשמע, איימעקס, איינמאל האב מיר זיך אפילו אריבערגעכאפט דעם גרעניץ קיין מצרים דורך גבול טאבה. דערנאך איז דא א הערליכע אונטער-וואסער פארק און מוזיאם פון אלע ערליי פישעלעך, הערליכע קארעלס אונטערן וואסער. א שיף רייזע מיט דורכזיכטיגע פאדלאגע וואו מ'קען זען די ריין ציכטיג בלויע וואסערן פון רויטן ים, א בליק אויפן פאלאץ פון ירדנ'ער קעניג. איין טאג איז מען מקדיש פארן וואסער, פערע-סעילינג, א פריוואטער שיפל אויף א רייזע ארום דעם וואסער. דער גרויסער לונה פארק מיט פילע אטראקציעס און נאך און נאך און נאך...
דערנאך פארט מען צוריק קיין ירושלים אריינצוכאפן אביסל הייליגע לופט בעפאר מ'קישט ס'ערד צו פארלאזן דאס הייליג לאנד און צוריק קיין ניו יורק מ'קומט...
(די אינפארמאציע איז צוזאמגעשטעלט פון א פאר נסיעות מיינע, ווער עס דארף מער הילף קען זיך ווענדן אין אישי)
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
קען מען גיין jet ski ערגעץ לעבן ירושלים געגענט? ביים כנרת? וועלכע איז א קלינערע וואסער איך וויל נישט קיין שמיציגע אזוי ווי די שמוציגע וואסערען לעבן nyc,
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
טענקס געפילטע, ווייסט איינער פון א פליישיגע פלאץ און די געגענט פון ירושלים, ווי מקען פאר 20 דאלער עסן וויפיל סלאזט זיך, כהאב אמאל גהערט איך קען מיך נישט דערמאנען, סדארף צו זיין גאר א גוטע פלאץ