די באסטאן אויפרייסן, א קאנספיראציע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3591 מאל

די באסטאן אויפרייסן, א קאנספיראציע?

שליחה דורך ברסלבער »

עס דרייט זיך ארום שמועות פון קאנספיראציע טעאריקער אז די באסטאן אויפרייסן איז געווען א קאנספיראציע פון די רעגירונג, עס איז געווען אויספלאנירט און אויסגעפירט דורך די FBI, און די צוויי ברודער סאספעקט'ס זענען גאר גענצליך אומשולדיג.
איך פערזענדליך האב קיינמאל נישט געגלייבט אין די סארט קאנספיראציע טעאריעס, עס קלינגט עפעס זייער קאמיש און אומגלויבלעך אז אמעריקא האט נישט קיין בעסערע דאגות נאר צו אונטערברענגן זייער אייגן לאנד און אריינברענגן שרעק און כאאס צוויישן זייער אייגענע בירגער, אבער דאס מאל נאכן דורכקוקן די באווייזן וואס די חברה ברענגן, איז עס זייער שווער אוועקצומאכן מיט די האנט, עס זעהט אויס ווי עס ליגט יא עפעס אמת דערין, כאטש נישט ממש אלעס וואס זיי זאגן זענען לאגיש, אבער זיי האבן געוויסע שטארקע קשיות וואס מען קען נישט אזוי גרינג פארענטפערן, אבער די מעשה איז אז כך עונשו של בדאי אז מען גלייבט אים נישט אפילו אויף אמת, אויב די זעלבע חברה האבן געזאגט אויף די 9/11 אטאקעס אז עס איז געווען געמאכט דורך די רעגירונג, וואס דעמאלט'ס האבן זיי נישט געהאט קיין זאכליכע באווייזן, וועט מען זיי יעצט אויך נישט גלייבן.

לאמיר אביסל אראפברענגן עטליכע פון זייערע טענות, און העמיר זעהן וואס דער עולם האט צו ענטפערן דערויף.

1. די פערזענדליכקייט פון די סאספעקט'ס
יעדער איינער וואס האט געקענט פערזענדליך די צוויי ברודער, אנגעהויבן ביי זייער משפחה און געענדיגט ביי זייערע פריינד פון סקול, זאגן אלע אז עס מאכט נישט קיין סענס די גאנצע מעשה, עס שטייט בכלל נישט אויס פאר זיי צו טוהן אזעלכע זאכן, אזוי ווייט אז עטליכע פון זייערע חבירים האבן געזאגט אז ווען זיי האבן געזעהן די בילדער פון די צוויי וואס די FBI האט ארויסגעשטעלט, האבן זיי גלייך דערקענט אז דאס ענדלט אין זייערע חבירים, אבער זיי האבן נישט אריינרופן מעלדן, ווייל זיי האבן נישט געטראכט אין וויסטן חלום אז דאס קען זיין זיי, מן הסתם זענען דאס צוויי אנדערע וואס זעהן אויס ענליך.
אויך איז דא א בילד וואו מען זעהט דעם צווייטן סאספעקט נאך די אטאקעס, און ער האט נאך אן זיין בעק-פעק.

2. ווער האט עס יא געטוהן?
מען זעהט קלאר אויף בילדער און ווידיאס דריי מענטשן מיט שווארצע דזשעקעטס וואס האבן א בעק-פעק וואס זעהט אויס אקוראט אזוי ווי די בעק-פעק אין וואס די באמבע איז געליגן, די דריי חברה האבן אין זייער אויער אפאראטן מיט א ווייער, לכאורה א קאמיוניקאציע אפאראט.
די חברה זענען פון א ציווילע ארמיי גרופע, וואס לויט ווי די קאנספריראציע טעאריקער זאגן האט די רעגירונג זיי געדונגען דורכצופירן די אקט.
2.jpg
2.jpg (52.57 KiB) געזען געווארן 2058 מאל


3. די פארוואונדעטע וואס מען זעהט אויף די בילדער זענען געווען עקטערס
ווי די חברה זאגן איז די גאנצע זאך געווען א שפיל פון אגענטן, עס זענען געווען אנגעגרייט עקטער'ס אין א שטוב גלייך נעבן די ערשטע אויפרייס וואס פון דארט זענען ארויסגעטאנצן אנגעגרייטע עקטערס צו שפילן פארוואונדעט.
מען זעהט אויף די בילדער ווי די פענסטערס נעבן די אויפרייס זענען געווארן אויסגעשאסן פון די קראפט פון די באמבע, אבער אויף א מיסטריעזן אופן איז עס געווארן אויסגעשאסן אויף ארויס אנשטאט אויף אריין, וואס דאס וואלט לכאורה געדארפט געשעהן.
4.jpg
4.jpg (40.78 KiB) געזען געווארן 2058 מאל

איין באקאנטע בילד איז דא פון א מענטש וואס ווערט געפירט אין א ווילטשער מיט פארברענטע צוויי פיס, די חידוש איז אז אויף זיין פנים זעהט ער בכלל נישט אויס ווי א מענטש וואס האט יעצט פארלוירן זיינע צוויי פיס, און פארוואס פירט מען אים אויף א ווילטשער און נישט אויף אויף א סטרעטשער ווי מען פירט געווענטליך פארוואונדעטע?
דער מענטש איז געווארן אידענטיפיצירט, מיט קלארע בילדער, אלץ א מלחמה וועטעראן וואס האט שוין פון לאנג פארלוירן זיינע צוויי פיס, און יעצט האט מען אים געניצט אלץ אן עקטאר, מען האט אים צוגעלייגט צוויי האלבע פארברענטע פיס, ארויפגעגאסן בלוט, און ער איז א פארטיגער פארוואונדערטער.
8.jpg
8.jpg (50.15 KiB) געזען געווארן 2058 מאל

עס איז דא א גאנצע רייע בילדער ווי מען זעהט דעם מענטש ליגן גאנץ אנפאנג פון די אויפרייס, ער ליגט רוהיג אויף דער ערד, אן קיין טראפ בלוט ארום זיך, און דערנאך זעהט מען ווי ער איז פיל מיט בלוט און ארום אים איז אויך פיל מיט בלוט, ווי איז די בלוט געווען פארדעם?
אויף יענע בילדער זעהט מען אויך א צווייטער פארוואונדערטער מיט א ווייסע העמד, פון די ערשטע בילדער זעהט מען אים, אן קיין בלוט, אן קיין וואונדען אויפ'ן קאפ, און דערנאך זעהט מען אים מיט א רויטע בלוטיגע העמד, און ארומגעוויקלט דעם קאפ מיט א רויט פארפלעקטע שמאטע.
אין איין ווידיא זעהט מען ווי עס איז דא בלוט אויף דער ערד און אויך עפעס וואס זעהט אויס ווי אן מענטשליכע אבר, און ווען איינער וואקט דארט דורך ווערט די בלוט מיט די אבר פלוצלינג פארשוואונדן, און מען זעהט א פשוט שטיקל אייזן אויפ'ן פלאץ, עס זעהט קלאר אויס פאטאשאפט.
און אזוי איז דא נאך בילדער וואס איז קלאר פאטאשאפט, עס שטומט נישט מיט די מציאות.
נאך א ווידיא איז דא פון דער באסטאן פאליס קאמישענער ווען מען האט אים געפרעגט אויב מען דארף מורא האבן פאר נאך באמבעס, זאגט ער אז ניין ווייל עס איז נאר געווען די "צוויי עקטארס", און ער ציעט גלייך צוריק און ער זאגט די צוויי אינדיוויזשעאלס...

4. עס גייט פארקומען א קאנטראלירטער אויפרייס!
נאך די אטאקעס האט די מידיא געזאגט בשם די פאליציי אז עס גייט פארקומען קאנטראלירטע אויפרייסן, אזוי ווי מען האט געטראפן נאך אומאויפגעריסענע באמבעס גייען די פאליציי עס יעצט אויפרייסן, למעשה האבן זיי נאכדעם געמאלדן אז דאס איז אפגערופן, עס גייט נישט פארקומען.
וואס ליגט אונטער דעם?
די באסטאן גלאוב האט ארויסגעשיקט א טוויט אום 12:35 (צוויי שעה פאר די אויפרייסן) אז עס גייט פארקומען קאנטראלירטע אויפרייסן היינט אין באסטאן דורך די פאליציי, און זיי האבן אנגעגעבן די אדרעס ווי דאס גייט זיין, און דאס איז געווען עקזעקטלי ווי די ערשטע אויפרייס איז פארגעקומען!
אויף די הויך-הילכער פון די מאראטאן האט מען געהערט אויסרופן אז מען זאל זיך נישט דערשרעקן, עס איז נאר א דריל, מען זאל זיך האלטן רוהיג, און דערנאך האבן אויפגעריסן די באמבעס.
מענטשן וואס זענען שוין געלאפן אין אסאך מעראטאנ'ס האבן געזאגט אז דא האבן זיי געזעהן אסאך מער סעקיוריטי ווי זיי האבן געזעהן ערגעץ אנדערש, עס זענען געווען ספעציעלע הינט וואס קענען דערשמעקן באמבעס, סיי ביי די אנהויב פונעם מאראטאן און סיי ביי די פיניש ליין, און אויך זענען געווען מענטשן אויף די דעכער צו באאבאכטן די געלויף פאר סעקיוריטי, און פון אנהויב האט עס שוין אויסגעזעהן אז די אויטעריטעטן ווייסן אז עפעס גייט דא פאסירן, און למעשה האט דער פאליס קאמישענאר געזאגט אז עס איז נישט געווען קיין שום זארגן אז עפעס גייט דא געשעהן, אבער די אויסנאם זיכערהייט מיט באמבע-שמעק-הינט איז לכאורה אן אנדייטונג אז זיי האבן יא געוואוסט פון דעם בעפאר.

5. נאך די אטאקעס
די סאספעקט'ס זענען נישט אנטלאפן נאך די אטאקעס, נאר זיי זענען אנגעגאנגען מיט זייער סדר היום פונקט ווי בעפאר.
דאס מאכט עפעס נישט קיין סענס, האבן זיי נישט געטראכט אז פריער אדער שפעטער וועט מען קומען אויף זייערע שפורן? פארוואס זענען זיי נישט אנטלאפן?
און נאך מער, נאכדעם וואס מען האט שוין ארויס געגעבן זייערע בילדער פאר די פאבליק, האבן זיי נישט געהאט קיין בעסערע דאגות נאר צו גיין און אראפשיסן א פאליס מאן סתם אזוי פאר שוואוילטאג, קאמאן דאס איז דאך געהעריג סוסייד, וואס איז געווען דער מאטיוו פון צוגיין צו א פאליס מאן און אים שיסן סתם אזוי, דאס איז ממש אזוי ווי זיך גיין איבערגעבן פאר די פאליס.

6. דער צווייטער סאספעקט אין די שיף.
עס איז דא א בילד גענומען פון א העליקאפטער ווי מען זעהט דעם סאספעקט #2 ארויס קומען פון די שיף אויף די אייגענע האנט, נישט פארוואונדעט און אן קיין שום וואפן אין די הענט, און למעשה איז ער דערנאך אנגעקומען אין שפיטאל מיט א קויל אין האלז און דערפאר קען ער נישט רעדן, לויט די פאליציי האט ער זיך אליין געשאסן, אבער לויט די קאנספיראציע טעאריקער איז דאס געווען מיטן ציהל אים שטיל צו מאכן.
7.jpg
7.jpg (41.06 KiB) געזען געווארן 2058 מאל


כהנה וכהנה איז דא א שפע פון קשיות און ספיקות אויף די אפיציעלע ווערסיע פון די מעשה, חדשים לבקרים קומען ארויס פרישע באשולדיגן אז די רעגירונג באהאלט דא עפעס, און אונז העמיר מוזן ציווארטן, ימים ידברו, מן הסתם מיט די צייט וועט זיך עס מער אויסקלארן, אדער וועט מען ציווארטן א יאר צוויי ביז דער שטערן וועט שיין באשריבן די באסטאן אויפרייסן קאנספיראציע...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר