טאגבוך פון א מוזיקאנט אין מירון ל"ג בעומר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

טאגבוך פון א מוזיקאנט אין מירון ל"ג בעומר

שליחה דורך מיין מיינונג »

איך האב מיך אנגעשטויסן אין דעם ארטיקל אויף עברית, און ס'האט מיך מורא'דיג באנומען נאך וואס דער שרייבער האט אין געציילטע שורות איבערגעגעבן די געפילן וואס שפילן זיך אפ ל"ג בעומר אין מירון, האב איך לטובת די חברים איבערגעזעצט דעם ארטיקל אויף אידיש. פארשטייט זיך אז איינער וואס איז שוין אמאל געווען ל"ג בעומר וועט מער פארשטיין דעם ארטיקל... אבער דאך איז עס אינטערעסאנט פאר אלעמען.

*

"קאנצעטריר דיין אינסטרומענט אינעם מייקרעפאון" הערט זיך די באסאווע שטומע פונעם ארענדזשירער אויפן ספעציעלן פלאטפארמע וואו עס געפינען זיך די שפילערס. "איך מוז זיכער מאכן אז דער קלארינעט דרינגט אדורך די טיפע נשמה סטרונעס פון יעדער וואס געפינט זיך אין ראדיוס פון דעם פלאץ" פירט ער אויס זיין באפעל.

ניטאמאל ווייסט דער ארענדזשירער דעם טיפקייט פון זיין יעצטיגן באפעל. די צוואנציג שטאקעדיגע פארענטשעס קעגן איבער דעם מוזיק פלאטפארמע הייבט זיך צוביסלעך אן אנצופילן מיט אינגעלייט, בחורים און קינדער, א שטופ אהער א שטופ אהין און דער שטח פארענט פון די פארענטשעס ווערט אנגעפילט מיט טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן
וועלכע ווארטן מיט שפאנונג אז דער מעמד זאל זיך אנהייבן. אונז שפילער'ס מאכן די לעצטע צוגרייטונגן אנצוהויבן די סעריע פון ווארימע ניגונים וואס ווערן געשפילט בעפארן אנצונדן די הדלקה, התרגשות'דיגע ניגונים וואס באנעמען א אידישע נשמה, און צינדט אן א פלאקער אין הארץ.

צו די זעלבע צייט שטייט דער אנגעראכטענער מדורה אנגעפילט מיט וואטע און שמן זית למאור. ענדלאזע רייעס פון מענטשן שלענגלען זיך אנצוקומען צו דער מדורה אריינצוגיסן שמן זית און צו מזכיר זיין זיך מיט די משפחה אשר ישנו פה ואשר איננו פה. א התרגשות'דיג בילד פאר זיך.

און אט הייבט זיך עס אן... איך פארמאך די אויגן, איך זע נישט קיין מענטש ארום מיר, דער ניגון באנעמט מיך אינגאנצן, קוים וואס כ'שפיר אז איך שפיל פאקטיש אויף אן אינסטרומענט, מיינע פינגער לויפן פון זיך אליינס אויפן קלארינעט, איך שפיר צוביסלעך ווי איך בין נישט דאהי, איך פאר אוועק אין די העכערע ספערן, איך געפין זיך יעצט אינעם "עולם הנגינה". וואס כידוע איז דער עולם הנגינה זייער נאנט צום עולם התשובה. צדיקים פלעגן זאגן אז מיט נגינה קען מען אנקומען צו גאר הויעכע מדרגות און צו תשובה טון בתשובה שלימה. אן עלעקטעראנישער שטראם לויפט דורך מיין קערפער און געבט צו צום ווארימקייט פון ניגון וואס כ'שפיל יעצט.

איך כאפ א בליק פאר א סעקונדע אויפן ארום, דאס בילד וואס אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן ערלויבן נישט מיינע אויגן זיך נאכאמאל צו פארמאכן. טויזענטער און צענדליגער טויזענטער שאקלן זיך מיטן קאפ אויף ארויף צום טאטן אין הימל, פארמאכטע אויגן און אפענע מיילער און זינגן מיט א העכערן דביקות. איך באמערק פון דערווייטענס מיין חבר מנחם מענדל, וואס הערשט נישט לאנג צוריק האט מען ליידער אנדעקט ביי זיין פיר יעריגער שרוליק די ביטערע מחלה, טרערן פליסן יעצט פון זיינע אויגן אן אויפהער, זיינע ליפן שעפשען א תפילה און זיינע פנים שטריכן זאגן עדות אז ער רייסט איין אז זיין שרוליק זאל ערהוילט ווערן מיט א רפואה שלימה. איך ווער שטארק באנומען און איך שפיר די אויגן מיינע ווערן שוואכער און סטראשען ארויסצולאזן טרערן. איך פארמאך צוריק די אויג און איך האבן אינזין ביי מיר אין הארצן אז מנחם מענדל און שרוליק זאלן שוין זען די ישועה בקרוב ממש. אפאר מינוט גייען פארביי און איך האב מיר ווידער ערלויבט צו עפענען די אויגן, מיינע בליקן שטויסן זיך אן אין א קליין קינד וואס באטראכט זיין טאטן וואס האט זיך פארדערט ס'פנים און זיינע אקסלן ווארפן זיך און צו יעדע שטיק צייט הייבט ער די הענט אויף ארויף און ס'זעט אויס ווי ער דארף א שטארקע ישועה, דאס באאבאכטן ס'קינד מיט זיינע אומשולדיג בליקן אויף זיין פאטער ווי איינער וואס וויל העלפן נאר האט פשוט נישט די מעגליכקייט, נעמט מיך ארויס פון די גלייזן און א ווידערשפעניגדיגער טרער קייקעלט זיך אראפ פון מיינע אויגן.

איין טרער ברענגט ס'צווייטע ביז איך וויין שוין מער ווי איך שפיל, ווען פלוצלינג באמערק איך אויף די רעכטע זייט פונעם פלאטפארמע מיין חבר פון ישיבה שלמה'לע וואס האלט שוין באלד צען יאר פון די חתונה און האט נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, שאקעלט זיך און איז מתפלל, איך טראכט צו מיר אזא אינגערמאן וואלט שוין געקענט האלטן ביי די פערטע חאלאקע פון זיין פערטע קינד, און דא שטייט ער נעבעך קינדערלאז. איך האב שלמהלע אינזין אין הארצן. פונדערווייטענס זע איך מיין קרוב מנחם משה וואס גיבט זיך אפ מיט זיין חאלאקע אינגל משה'לע וואס ער האט געברענגט פון ירושלים קיין מירון, דאס ליבשאפט פון טאטע צו קינד באנעמט מיך ביז די טיפעניש פון מיין נשמה. אביסל ארויפציר דאכט זיך אז איך זע דעם פערצן יעריגן יתומ'ל יאסעלע שטייענדיג אויף די פארענטשעס, פון זיינע בליקן ליינט זיך ארויס זיינע מחשבות: הערשט פאריאר ל"ג בעומר בין איך דא געשטאנען אויף דעם זעלבן פלאץ אינאיינעם מיט מיין טאטע ר' מאיר, און פארלאפענעם חודש שבט האט א ווילדער דרייווער געמאכט א פריצייטיגער סוף צו זיין אינג בליענדער לעבן, און דער טאטע איז מער נישטא מיט אונז. הארט נעבן אים זע איך חזקי שווארץ פון אמעריקע, מיר האבן צוזאמען געלערנט אין די ישיבה, און זיינע פארזארגטע בליקן דערמאנען מיר אז ער האט א ברודער וואס איז לעצטענס פארהאנקעט געווארן מיט די אמעריקאנע רעגירונג אין לעגאלע פראבלעמען און עס דראעט אים שווערע יארן טורמע ה"י. איך קוק מיך ווייטער ארום און איך זע הערש מיילעכ'ן וואס איז נעבעך בלינד געווארן די לעצטע פאר יאר שטייט מיט פארגלאצטע אפענע אויגן אין ריכטונג צום רבי'ן וואס שטייט שוין פארענט פון די מדורה, און בעט א תפילה בזכות ר' שמעון ער זאל געהאלפן ווערן. איך בין פארגליווערט געווארן. די ניגוני התעוררות זענען נארוואס פארענדיגט געווארן ביינעזאם מיט אלע מיינע מחשבות און התרגשות'ער.

איינס, צוויי און דריי: אוי לכבוד התנא אלוקיי רבי שמעוין בר יוחאי...... ברעכט די כאר ספאנטאן אויס, איך דריי מיך אויס אין איילעניש צום ריכטונג פון די הדלקה, פארענט פון מיר זע איך בערג פון מענטש שפרונגן ארויף און אראפ אומקאנטראלירבאר ווי ווילדע ים כוואליעס. איך זע דער רבי נעמט דעם פייער פאקל און דערנענטערט דאס צום הויפן וואטע דורכגעווייקט מיט אויל, דער פונק כאפט זיך אן און אונטער א מינוט גייט שוין א פייער קנויל. עס איז אוממעגליך צו באשרייבן די שמחה, אומצאליגע רינגן פון פייערליכע טענץ ממש נישט פון די וועלט, מיינע פינגער לויפן בליץ שנעל אויפן קלארינעט אן קיין פיזישע שפיר. העכערע כוחות שוועבט אין די ריין קלארע מירון'ער לופט. ווען צווישן די רינגן מערק איך אונזער שלמה'לע טאנצן מיט א אויסטערלישע שמחה, זיין פנים שטראלט פאר פרייד. איך זע משה'לע רייט אויף די אקסלן פון זיין טאטן מנחם משה און שפרינגן צום טאקט פון בר יוחאי לידל. איך זיך ארום יאסעלע צווישן די מאסן, אבער הילד איננו, איך קוק אויף די פארענטשעס אבער איך זע אים נישט, פאר א מינוט הייב איך אן זארגן אפשר האט עפעס פאסירט מיט אים, אבער צו מיין שמחה איז נישטא קיין עק ווען איך דערזע אים אויף מיין לינקע זייט טאנצן א לעבעדיגע קעדאשקע אין צענטער פון א רינג. חזקי שווארץ האצקעט ווי א קינד אין א רינג מיט זיינע אמעריקאנע חברים, איך רייב מיך די אויגן צי איז דאס דער זעלבער חזקי וואס איך דענק פון די ישיבה. הערש מיילעך טאנצט אומאויפהערליך מיט די אפענע אויגן זיינע און אפילו אין זיין ביטערן מצב זעט זיך ארויס שטראלן פון האפענונג פון די דאזיגע אויסגעלאשענע אויגן...

המשך יבוא.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין. האבענדיג באזוכט עטליכע מאל דארט, שפיר איך דעם מצב פון טיפן הארצן.
עס מאכט די מערסטע סענס ווי חיליק פראנק שרייבט דאס, שפילענדיג ביי די גרויסע תו"א הדלקה.
וירח ה' את ריח הניחוח
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

חיליק שפילט דארט רוב שעות פון לג בעומר, ער הייבט אן ביי באיאן אין דערנאך אין חצר אין ביי נאך גרויסע הדלקות, פארנאכטס גייט ער אריבער קיין תולדות אהרן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אבער ער רעדט פון "צוואנציג שטאקיגע פארענטשעס", "ענדלאזע רייעס פון מענטשן שלענגלען זיך אנצוקומען צו דער מדורה אריינצוגיסן שמן זית", א.א.וו. דאס איז בעיקר ביי תו"א.
וירח ה' את ריח הניחוח
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

דאס האט קיין מוזיקאנט נישט געשריבן, עס איז א בלויזע פיקציע.

אין א זייטיגן נאטיץ. חיליק גייט היי יאר נישט שפילן מער ביי תולדות אהרן הדלקה.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס נישט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

אז חיליק גייט נישט שפילן ביי תו"א, לוינט זיך נאך צו פאהרן אויף מירון ל"ג בעומר...?
אין אמת'ן גירעדט איז תו"א פון די שענסטע מיט צו האלטן לויט מיין מיינונג, ער האט נאר איין פראבלעם אז ער מאכט זיין הדלקה דעם צווייטן טאג וואס דעמאלטס איז מען שוין מיהד פון יו"ט, קען מען איהם פארטוישן מיטן פינסקער וואס נוצט זיין פלאץ די ערשטע נאכט.
אויב ל"ג בעומר גיפאלט פרייטאג הער איך אז ער מאכט אויך די ערשטע נאכט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

תו"א מאכט די ערשטע נאכט אין ירושלים ביי זיין ביהמ"ד. נישט אין מירון.

און יא, מ'קען זאגן אם חילי'ק אין כאן, איז עס נישט דאס זעלבע...
וירח ה' את ריח הניחוח
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

צוויי גירסאות, איינס זאגט אז תו"א וויל אים מער נישט נעמען וויבאלד ער האט געשפילט אויף געמישטע קאנצערטן, די אנדערע זאגט אז חילוק אליינס האט זיך אנטזאגט.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

למדן האט געשריבן:אז חיליק גייט נישט שפילן ביי תו"א, לוינט זיך נאך צו פאהרן אויף מירון ל"ג בעומר...?
אין אמת'ן גירעדט איז תו"א פון די שענסטע מיט צו האלטן לויט מיין מיינונג, ער האט נאר איין פראבלעם אז ער מאכט זיין הדלקה דעם צווייטן טאג וואס דעמאלטס איז מען שוין מיהד פון יו"ט, קען מען איהם פארטוישן מיטן פינסקער וואס נוצט זיין פלאץ די ערשטע נאכט.
אויב ל"ג בעומר גיפאלט פרייטאג הער איך אז ער מאכט אויך די ערשטע נאכט

אויב וויל איינער ריכטיג ענדזשויען תולדות אהרן הדלקה, זאל ער גיין קיין מירון הערשט נאכמיטאג, און נישט זיין אויסגעמוטשעט פון א גאנצן טאג.
מען מוז זיך נישט פירן ווי די חסידי תולדות אהרן ממש, וואס א חלק פון זיי גייען ניטאמאל אריין אין די מערה...
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

הערנדיג חיליק פראנק שפילן די באקאנטע קה אכסוף ביי די תו"א הקפה האב איך דערהערט עפעס א נייע ניגון, א נשמה'דיגע זמר. הגם איך האב שוין געהערט דעם זעלבן ניגון טויזנט מאל פאר דעם האט עס באקומען א נייע צורה. ער לייגט עס אראפ מיט א מורא'דיגע מתיקות.
דאס איז געווען די שענסטע מאמענט פאר מיר אין מירון.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעצטע יאר האב איך פון מיין קאנאפע מיטגעהאלטן לייוו אין מירון דורכן קאמפיוטער.
איינער ווייסט אויף וועלכע סייט מען גייט קענען מיטהאלטן?
וירח ה' את ריח הניחוח
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגעוועקט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איינע פון די אינטערעסאנטסטע הכנות וואס שפילט זיך אפ אין די היימישע (און אפילו נישט היימישע...) געגנטער אין א"י זענען די הונדערטער אדער מער מדורות וואס די קינדערלאך שטעלן צו אין יעדן ווינקל לכבוד ל"ג בעומר.

וואכן לאנג שלעפט מען יעדן שטיקל האלץ, מאטראצן, צווייגן, און נאך גוטע ברענענדיגע מאטריאלן, יעדער צו זיין ווינקל, און מען שטעלט אויף א הויכשטאקיגע געביידע. ווען עס קומט דער גליקליכער מאמענט ל"ג בעומר, די נאכט פאלט צו, באגיסט מען די מדורה מיט טאנען פון בענזין, און דאן נעמט מען דעם פאקל, און עס פלאמט אויף עד לב השמים און מען הייבט אן טאנצן, אור היקוד הם יוקדים (רוקדים...), בשעת די קינדער קוקן צו מיט הנאה ווי זייער גאנצע ארבעט ווערט פארניכטעט אין פייער.

דא אין אמעריקע וואלטן די 'נאציס' שוין לאנג פארבאטן אזעלכע מצוות... אבער דארטן איז עס א חלק פונעם היימישן קולטור, בכל פינות ומחנות, און די פייערלעשער פארן לכתחילה ארום צו פארלעשן אויב זאל ח"ו די שריפה ארויס פון קאנטראל. פארפאלן. עס איז גאר אן אינטרעסאנטער ספעקטאקל!

אט איז עטליכע זיסע בילדער פון דאס יאר תשע"ד
http://www.jdn.co.il/news/348148
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מעורר ישנים ומקיץ נרדמים...
לרגל ל"ג בעומר הבעל"ט.
פארשפארט