איחוד פעלד האט געשריבן:דער סיבה פארוואס איך האב אנגענומען זיבת דבר לח, איז ווייל די פוסקים זאגען אז די אנדערע הרגשות זענען זיכער נישטא מער היינט (זעהט אויס זיי האבען נישט געזעהן דער יאהא פעידזש),
דאס איז איינע פון די זאכען וואס איך פרוביר מוכיח זיין. מיר קענען זיין סאך מער סאפיסטיקירט אין די וועג פון לערנען און פסקנ'ן. ראש וראשון איז צו זיין אפען גענוג צו קענען באמערקן ווי עס שטייט זאכען אנדערש ווי מען האט סופפאזעדלי "אנגענומען אלע דורות". נישט זיין אזוי אינטערדרוקט אז ווייל דער פוסק הדור האט שוין געזאגט איז אין אחר דבריו כלום. נאכדערצו ווען דער זעלבער פוסק דערשרעקט זיך נישט פון קיין מג"א, חת"ס וכיוצא בזה. פארשטייט זיך מיט'ן שיינעם שלייער פון תלמיד טועה. אבער האם איז הי קידדינג? וכן נמי מיט דעם יאהא פעידזש וואס דו ברענגסט. איך וויל זעהן איין "היימישער" פוסק מאכען א סוירטש אויף גוגל צו וויסען וואס פרויען אליין דערציילן.
רחמנא ליצלן מהאי דעתא, מ'איז דאך א בהעימה אויב קוקט מען אויף די קעילע, (דאלמעטשער דאלמעטשער). די גרעסטע דזשאוק איז נאך ווי ער האט געהאקט אויף טעלעוויזשיע. גאש חאטש ביים האקען אויף פירצות זיי אפ טא דעיט.
ערגעץ ווי האט בדחן געשריבען אז מען זאל נישט האבן קיין טענות אויף די רבנים ופוסקים, זיי פסקנ'ן לויט וואס עס שטייט. ולא עליהם תלונתנו אלא על ה' [ח"ו]. בעניי מיין איך אז לא מיניה ולא מקצתיה.
ווען די רבנים בימי הרפורם האבען פארשטאנען די נחיצות צו אסר'ן חופות אין שול האבען זיי באמת געזעהן אז עס האט אויף זיך א טוץ מיט איסורים. גלייב מיר אז די ראשונים וואס האבן דוקא געמאכט חופות אין ביהמ"ד, האבן אפגעלערנט די סוגיות אנדערש. ע' פנים לתורה. מען קען אסר'ן אדער מתיר זיין א שרץ בק"ן טעמים. מען קען אננעמען א דעת יחידאה, אדער מען קען איבער דרייען א שטאט מכח א דעת יחידאה. מען קען טרעפן גרינג היתירם פאר מניעת הריון, און מען קען עס אבער אויך מאכען אזוי הארב ווי ציונית ה"י. עס ווענדט זיך אין דעם כלליותדיגען מיינדסעט. ווי קריטיש וויכטיג עס איז אז אידן זאלן האבען א זיס, געשמאקע, מחיה'דיגע, לעבען.
איך גיי נישט אריין אין די שאלה פארוואס עס שטייט נישט קיין שכר ועונש פון יענע וועלט אין די תורה. אבער עט ליעסט זיי מיר מודה אז מיט דעם וואס די פסוק זאגט צו גאלדענע גליקן אויף דער וועלט דא למטה פאר שמירת תורה ומצוות, זעהן מיר אז גוטע זאכן אויף דער וועלט פארנעמט גאר אן ערענסטען ארט און אונזער חומש'ל. פארוואס דארפען מיר זיך לערנען פין די טריפה'נע גוים פון ימי הביניים, ממאס צו זיין אין די וועלט וכל מחמדיה? מאמרי חז"ל איז דא גענוג צו ציען אויף יעדע ריכטונג. זיך נישט אויס דוקא די וואס רעדט פון צער ועוני. טרעף נישט אויף יעדע זאך די חומרי שניהם. וכסיל בחשך הולך, איז נישט פון די שלש חמורות.
אז מען רעדט שוין פון די פירצה פון מיקל זיין אויף דאורייתות, איז החרש לא אוכל.
וואס איז טאקע פשט אין דעם דרש חז"ל אז העושה כחומרי שניהם איז כסיל בחשך הולך? געוואלד, עס איז דאך אן ערנסטע ספיקא דאורייתא. פארוואס האבען זיי נישט פארשטאנען דאס וואס איז רגיל בפי אלע אונזערע פוסקים אז "כל המחמיר תבא עליו ברכה"? וואסארא תירוץ איז דאס אז נעכטען האב איך מחמיר געווען ווי די אנדערע שיטה? דערצערענען דעם אייבערשטען איז ביי זיי גארנישט? איז דען נישט ווערט אויפצוגעבן דאס גאנצע עולם הזה אויף נישט עובר צו זיין איין תקנה דרבנן? כש"כ א חייבי כריתות דאורייתא. אביסל יראת שמים...