עסן עסט'זיך האט געשריבן:איך הער אז די עסקנים פון איחוד הקהלות האבן ארויסגעגעבן א שטעכעדיגע ארטיקל פארוואס סאטמאר מוז אויך קימין צו די כיניס, האט עס איינר גיזעהן?
און יעצט גייט שוין סאטמאר לויפן אויף אלע פיר
יאנקל האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער ביטע מסביר זיין וואס דא גייט פאר. וואס איז פשט אז וואס א טאג עס גייט פארביי ווערן די פלאקאטן פאר דעם "כינוס כלל ישראל" וואס אמאל שארפער, שטורעמישער און מיליטאנטישער? קודם כל, דער נאמען פון דעם צוזאמקום איז שוין נישט "כינוס כלל ישראל" - די ווערטער "כלל ישראל" האט מען אנגעהויבן שרייבן מיט פיצעלע אותיות. יעצט שרייבט מען מיט גיגאנטישע בוכשטאבן "הצלת הדורות".
ווען די צעטלעך האבן געוויזן א בילד פון א חרוב'ער הייזקע "א דאנק דעם אינטערנעט", האב איך געמיינט אז איין צעטל איז בטעות געשריבן געווארן מיט אזא נוסח. אבער ווען עס האבן פלוצלונג אנגעהויבן ערשיינען צעטלעך וועלכע שרייען אז דער אינטערנעט איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א גזירה פון "להשמיד להרוג ולאבד" האב איך פארשטאנען אז דער קאמפיין האט אפיציעל אנגענומען אזא צעווילדעוועטן טאן.
איך האב אבער געמיינט אז איך האב שוין געזען דאס ערגסטע, ביז איך האב געזען דעם פרישן צעטל וואס שרייט מיט ריזיגע קידוש-לבנה אותיות אז דער אינטערנעט איז גאר אונזער אלטער שונא "עמלק!"
מסתמא וועט דער נעקסטער צעטל אונז דערציילן אז דער אינטערנעט איז היטלער און וועבסייטס זענען נאציס, און אפשר גאר וועט אין סאטמאר ראדני הענגען א צעטל אז דער אינטערנעט איז פונקט ווי אן אהרוני, ר"ל!
יידל האט געשריבן:סקולענע רבי האט דאס געשריבן?קופערניקוס האט געשריבן:אבער גראדע די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ אנפאנג אז וויליאמסבורג איז ריין, און דערנאך אז דאס איז בלויז פיקציע, און קאם-אן מיר אלע ווייסן דאס איז א גוטע שטיקל ארבעט. פארפאלן סקולענער רבי יכולט!