איך דארף כבוד, פובליסיטי, אטענשאן, און לויבונגען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

איך דארף כבוד, פובליסיטי, אטענשאן, און לויבונגען

שליחה דורך זר זהב »

וואס ווינדערטסטיר אזוי? ווייל איך זאג וואס דו טראכסט??

ס'צייט צו באסטאן די באלון און אנהייבן עקטן ווי בא'חנ'טע קינדער. פארוואס זענען מיר בכלל געקומען צום דעת? שטעל דיר פאר א וועלט וואו יעדער בלייבט א קינד ({(אויב יעדער איז אזוי איז עס דאך נישט א פראבלעם, דאס גאנצע פראבלעם איז דאך נישט זיין אנדערש פון ''יענער'')}) ס'וואלטאך געווען אזוי זיס, ווי באקאנט איז דאס גאנצע חן פון קליינע קינדער דער 'אמת' וואס זיי צייגן, גארנישט איז בסדר מיט זיי, זיי דארפן אלעס און אז נישט וויינט מען, אנדערש ווי דו ווען דו קומסט צו גאסט צו א חבר און ער פרעגטיר צי ער קען דיר מיט עפעס מכבד זיין זאגסטע נעה, ס'פעלט נישט אויס, כ'בין נישט געקומען צו עסן, כאנאר וואס אפגעגעסן (ליגנער!) - דאס הונגער מאנט און דו רעגסטיר אויף דיר אליין ,, וואו נעמט מען די קינדערישע תמימות צו זאגן ראבאטיש לייג אראפ קוגל מיט פיקל חריין קאול סלאו מיט מאראנצן זאפט נישט די ניק? ווען מ'הערט אזעלכע אמת'ע דיבורים ווערט מען אליינס פרייליך, יענער וואלט געלאפן און דיר געברענגט מכל טוב וטוב, ס'וואלט זיך געשפירט דארט אן עולם התיקון מ'וואלט זיך גע'האג'ט און געטאנצען. ס'זיכער אז דאס פארדרייט די יוצרות, און פאר דעם איז עס אזא דעפרעסטע וועלט. אויב שטעליך ווען אויס די וועלט וואלט איך די איינע זאך געטון אנדערש נעמליך אויסגעשטעלט אונזערע מוחות זאלן זיך נישט דעוועלאפן מיט די גרויליגע שקר/בושה, נאר בלייבן ווי קינדער.

אלנספאל איך אליין שעם זיך דא צו קומען צום פוינט.. איר זעהט. כ'גיי עס אבער דורכברעכן. איך דארף כבוד אנערקענונג פובליסיטי און אטענשאן (געלט בעטיך נישט ווייל דאס איז א סתירה צו קינדערישקייטן) איז ווער איז וויליג מיר אריינצוווארפן דא א גוט ווארט? מיר זאגן ווי געלונגען איך בין? סתם לויבן אין די וועלט אריין.

און יעדער איז וועלקאם ווער ס'וויל ארויפקומען אויף מיין וואגן און ברעכן די אויסגעוואקסענע בושה, זאל דא קומען בעטן און מ'וועט טרייען יעדן צו באזונגען און באוואשן. מי לה' אלי?

לאמיר זיין זיסע קינדער!! לאמיר פארן! העלללאאא!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר