רוב המון וועט נאר פארשטיין לאחר המעשה, טו בעד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

רוב המון וועט נאר פארשטיין לאחר המעשה, טו בעד

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

ס'קומען ציגיין גרויסע צילייגער, קליינע נעזער, בלייכע פענימער, אין פארקנייטשטע שטערן'ס, יעדער פרובירט צי ווייזען זיינע קענטעניסען ווער עס קען בעסער חוזעק מאכען אין אפלאכען פין די שרעקליכע קאנספיראציע ליבהאבער, די דאזיגע מאדנע ברואים וואס זענען אראפגעפאלען פין די לבנה אין אין ווערען באשולדוגט אין זעהן באהאלטענע קאנספיראציעס אויף טריט אין שריט,

רבותי, די אמת איז אז די ריכטיגע סיבה פארוואס אסאך מענטשען ווילען נישט גלייבען אין אזוי געריפענע קאנספיראציעס איז נישט וועגען זיי זענען קלאמפיש די קלוגע וואס לאזען זיך נישט נארען פין די נארישע דמיונות, נאר ס'איז פשוט די מענשליכע נאטור, א מענטש וויל נישט גלייבען אז ס'קען זיין ס'זאלען זיין מענטשען וואס קענען טוהן זאכען וואס זענען ווייט ארויס פין די גרעניצען פין דעם דארעכשניטליכע מענטש'עס דמיון, אין פארדעם איז עס אוטומאטיש ליגענד אין פארטיג, מען דארף נישט האבען טענות צי די מענטשען, זיי זענען סך הכל מענטשען אין ס'איז א נארמאלע מענטשליכע נאטור,

מען זעהט דאך ביי דעם דעספאט היטלער אז ער האט פינקטליך געשריבען אין זיין ביך וואס ער פלאנט צי טוהן, ס'נישט געווען קיין סוד, אבער רוב המון האט עס נישט געגלייבט פשוט ווייל ס'קען נישט זיין, אין אפילו ווען ער האט עס שוין געהאלטען אינמיטען טוהן האבען מענטשען נישט געקענט גלייבען, דאס איז א טייל פין די מענטשליכע נאטור, ס'האט געדויעט ביז נאכען חורבן, ווען די וועלט איז געווען חרוב אין די פאקטען האט געשפיגען אין פנים, נאר דעמאלץ האט מען געמיזט מודה זיין אז יא ס'האט טאקע פאסירט , די אומגלויבליכע אין שרעקליכסטע האט טאקע פאסירט,

רבותי, היסטאריע חזר'ט זיך איבער נאכאמאל אין נאכאמאל, אין טאמער עפעס איז די המון מער נאריש היינט אין ווער ווייסט צי וואס עס וועט דארפען קומען ביז די המון וועט זיך חאפען, ס'שטייט שוין אין די ספרים אז א גרויס חלק וועלט וועט שטארבען כ'מיין צוויי דריטעל, קוקט אויס אז פאר משיח'ן וועט די כח הרע קומען צי א קלימאקס, נאך ערגער ווי די צווייטע וועלט קריג, (כ'האף אז נישט),

עכ"פ ס'נאריש זיך צי גיין טענה'ן ווייל אפילו די גרעסטע אין קלארסטע פאקטען קען אפגעפרעגט ווערען מיט שרייבען "עה שטותים, נארישקייטען, די קאנספירעסי טעאריסט" אין פארטיג ס'אפגעפרעגט, ממילא גיי איך אפילו נישט אריינגיין אין קיין טענות ומענות, כ'שרייב עס נאר דא לזכרון אז ס'וועט קומען א צייט וואס ס'וועט חלילה געשען וואס ס'וועט געשען טאמער ס'וועט געלונגען פאר די שלעכטס צי אויספיהרען זייערע פלענער, וועט מען זיך דערמאנען אז פראפעסאר שפירא האט שוין געשריבען,

ס'איז היינט אזוי ווי אמאל, ס'דא פלענער צי הארגענען רוב וועלט, אין די חברה זאגען עס אפען, אין שרייבען עס אין זייערע ביכער, ענק מיינען אז זיי ווילען אוועקנעמען די וואפען סתם פאר ליידיגגיין .... ס'איז א טייל פין א גרעסערע פלאן, אין צי ציגרייטען דעם באדען דארף מען אנטוואפענען דעם המון כדי זיי זאלען זיין מער הילפסלאז ווען די ווייטערדיגע פלענער וועלען זיך אנטוויקלען, ס'קומט גרויסע עקאנאמישע שוועריגקייטען, לכאורה עפידעמיקס דורעך אינזענירטע וויירוס געמאכט אין א לעב, אין אזוי ווייטער,

כ'קען שרייבען ווייטער, אבער ס'וועט אויסקוקען זייער פאני פאר די רוב וואס פארשטייען נישט די טיפקייט פין די גאנצע זאך, אין כ'האב נישט קיין געדולד צי שרייבען מיט א טיפקייט, ווייל וויפעל וועט עס דען אויפטוהן, די רוב וועט דאך מסתם זאגען אז ס'שטותים,

עכ"פ ווער ס'קען זאל קויפען גאלד אין זילבער, קויפען קליינע פארעם'ס אין מאכען אייגענע ענערגיע איינריכטונגען ווי סאלאר אדער אנדערע, זיך אויסלערנען צי פלאנצען אליינס עסען, אוועקלייגען עסען וואס האלטען זיך, נישט געבען קיין וואקסינס, נישט טרונקען קיין פלאורייד, נישט עסען קיין GMO עסען, אין קויפען וואפען טאמער מען קען לעגאל, נישט נעמען קיין פסייקאודראגס ווי פראזעק אדער אנדערע, אין ווארען אלע חברים צי ציגרייטען וואס מען קען, וכולי האי ואולי, אין גאט זאל האלטען די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער,
galitzyana
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך galitzyana »

you are crazy
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

galitzyana האט געשריבן:you are crazy

.Strong point!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אה. ענדליך האבן מיר א פראפעסאר וואס רעדט שוין צום זאך. אז מ'רעדט שוין. ציוואס האט אויסגעפעהלט אויסצופאטשקען אזויפיהל געלט פאר צוויי ריזיגע מלחמות. מ'וואלט געדארפט לאזן די אראבערס צוהעלפן די ארבעט, אונז אויסצוקוילען. און אינאיינוועגס שפארן א היבש ביסל געלט...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

פראפעסאר - איר זענט בארעכטיגט צו גלייבן וואס איר ווילט און לעבן אין שרעק פון 'די חברה' וואס שרייבן אין זייערע ביכער (ווי?) זאגן אפען (ווען?) אז זיי גייען הארגענען רוב וועלט און דאס איז די סיבה פארוואס זיי ווילען אוועקנעמען גאנס פון אונז פשוטע מענטשן (אבאמא, וואס לכאורה מיינט איר אים דערמיט ער וויל דאך אוועקנעמען גאנס, האט אלע כלי משחית, עף סיקסטיןס, דראונס, טאנקן, אד"ג, ער האט אפילו נוקליארע וואפן, שרעקט זיך פון גאנס. ער האט מורא אז ווען ער וועט שוין איינמאל פאר אלעמאל וועלען אויספירן זיין פלאן להשמיד להרוג ולאבד אנשים נשים וטף, וועלן מענטשן זיך נישט לאזן און זיי וועלען אראפשיסן זיינע ערעפלאנען מיט גאנס)

איין זאך נאר, עצה'נען דעם עולם נישט צו געבן וואקסינס גרענעצט זיך מיט רציחה! מיליאנען מענטשן לעבן היינט נאר ווייל זיי האבן באקומען וואקסינס. די וועלט איז פטור געווארן פון אסאך טויטליכע מחלות דורך וואקסינס. א גרויס חלק פארוואס מען לעבט היינט לענגער ווי אמאל איז צוליעב וואקסינס. ס'איז נישט קיין קינדער שפיל. און די אלע וואס רעדן איין תמימותדיגע פרויען נישט צו געבן קיין וואקסינס, זענען עתיד ליתן את הדין!

אויב איז א דאקטער מאסגעבענד ע"פ הלכה צו זאגן פאר א חולה נישט צו פאסטן יום כיפור, איז ער זיכער באגלייבט איבער וואקסינס און נישט מענטשן וואס לא קראו ולא שנו ולא ידעו בין ימינם ושמאלם אין הלכות רפואה.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

Accountant האט געשריבן:
איין זאך נאר, עצה'נען דעם עולם נישט צו געבן וואקסינס גרענעצט זיך מיט רציחה! מיליאנען מענטשן לעבן היינט נאר ווייל זיי האבן באקומען וואקסינס. די וועלט איז פטור געווארן פון אסאך טויטליכע מחלות דורך וואקסינס. א גרויס חלק פארוואס מען לעבט היינט לענגער ווי אמאל איז צוליעב וואקסינס. ס'איז נישט קיין קינדער שפיל. און די אלע וואס רעדן איין תמימותדיגע פרויען נישט צו געבן קיין וואקסינס, זענען עתיד ליתן את הדין!



יעצט האסטע מיר אויפגערעגט, די ביסט א ליגנער, די האסט עס קיינמאל נישט געהעריג אדורעך געטוהן, די זאגסט נאך גאסען פראפעגאנדע, איז לאמיר דיר זאגען די אקאונטענט, די ווייסט נישט וואס די רעדסט, וואקסינס איז נישט דאס וואס האט געראטעוועט די מענטשהייט, ס'איז א בלאף, א באבע מעשה, לאמיר דיר עפעס אויסלערנען נישט אלעס וואס די גאס האלט פאר א פאקט איז טאקע אמת, כ'קען דיר דא געבען לינקס וואס צינעמט די זאך אין ווייזט אויף די בלאף דערפין אבער כ'גיי עס נישט טוהן, טאמער ביסט טאקע אינטערעסירט צי פארשטיין דאן זיך אליין אין מיטשע דיר אביסעל, אפשער אזוי וועסטע עס בעסער פארשטיין,

אין פאר כ'פארגעס, די אלע וואס פרובירען אויפקלערען נאיווע פרויען צי פארשטיין אז וואקסינס זענען שעדליך אין קען אין טוט שעדיגען די מח פין אומשולדיגע קינדער איז זייער שכר עד אין קץ, אשריהם ואשרי חלקם

Accountant האט געשריבן:אויב איז א דאקטער מאסגעבענד ע"פ הלכה צו זאגן פאר א חולה נישט צו פאסטן יום כיפור, איז ער זיכער באגלייבט איבער וואקסינס און נישט מענטשן וואס לא קראו ולא שנו ולא ידעו בין ימינם ושמאלם אין הלכות רפואה.


דאס ווערט אנגעריפען א קרומע שכל הישר, פארדריי נישט קיין קאפ מיט יום כיפור אין מיט יא מאסענגעבענד צי נישט, די מציאות איז אז רוב דאקטוירים ווייסען נישט בענין וואקסין'ס בין ימינם לשמאלם, חוץ פין דעם אז מען מיז עס געבען, טאמער וועסט זיי אנהייבען פרעגען קשיות וועלען זיי אדער אנהייבען צי קעקעצען מיט נארישע סלאגאנען אדער אנהייבען שרייען ווי א לונאטיקער , זיי לערנען וואס די אינדערסטרי וויל, מעדיקעל דאקטוירים היינט זענען מער ריכטיג צי ווערען אנגעריפען פארמאסוטיקעל טעקנישענס צי דעם פארשטייען זיי נישט צי געזונט, אין זיי זענען נישט קיין דאקטורים אז ווי דער רמב"ם אדער להבדיל היפאקרעטס,

נאכאמאל פאר יעדער וואס וויל הערען, וואקסינס איז פויזען, פויזען, פויזען, פויזען,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פראפעסאר שפירא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
זרש כסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 8:49 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך זרש כסף »

איך קען דיר געבן לינקס אז די האלאקאוסט איז קיינמאל נישט געשען. איז וואס?

איך מיין אז דו קוקסט אויס וויזוי דו קוקסט אויס טאקע ווייל האסט נישט גענומען וואקסינס. איז ביטע לויף שנעל צום דאקטאר!!
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

זרש כסף האט געשריבן:איך קען דיר געבן לינקס אז די האלאקאוסט איז קיינמאל נישט געשען. איז וואס?

איך מיין אז דו קוקסט אויס וויזוי דו קוקסט אויס טאקע ווייל האסט נישט גענומען וואקסינס. איז ביטע לויף שנעל צום דאקטאר!!


tongue_twisters_twist_17.gif
זרש כסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 8:49 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך זרש כסף »

אה... ביזט גערעכט, זעהסט יעצט האסטע מיר קאנוויסט אן לינקס אן גארנישט...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יוי לאך איך פון ראביי שפירא... די קארטון איז עפעס געוואלדיג, ער שפייט נאכאנאנד אויס אלע זיינע וואקסינען, ביינאזאם מיט האס און שנאה..
וירח ה' את ריח הניחוח
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ער מיינט ערנסט וואס ער שרייבט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

פיין געזאגט. האסט מיר מהנה געווען מיט א גוטע לאך אין א בלויע ליל שישי.

און די תמימים דא נעמן עס נעבעך אזוי ערענסט.

שששששש כ'זאג נעשט פאר קיינעם.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דעת תורה האט געשריבן:ער מיינט ערנסט וואס ער שרייבט?

יא
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מענטשן וואס עצה'נען בכלל נישט צו געבן קיין וואקסינען זענען ראוי צו ווערן אנגערופן רוצחים, נישט נאר זייער אייגענע קינדער לייגן זיי אריין אין א סכנה, נאר דער גאנצער ציבור איז אין א סכנה וויבאלד די אימיוניטי פון א ציבור איז אנגעהאנגן אין די פראצענט פון מענטשן וואס זענען אימיונייזט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

פראפעסאר - על מה יצא הקצף? פארוואס ביסטו אזוי צוהיצט? און פארוואס רופסטו מיך אן א ליגנער? מה פשעי ומה חטאתי? וואספארא ליגענט האב איך געזאגט? כ'האב נאר געזאגט א מיינונג, דו ביסט שטארק קעגען מיין מיינונג, דאס מאכט מיך נאכנישט פאר קיין ליגנער.

יא, כ'האב אדורך געטהון דעם ענין. א משפחה מיטגליד מיינער האט מיר אויך פראבירט מסביר צו זיין ווי שעדליך וואקסינס איז און כ'האב פארברעגנט א לאנגע צייט אדורך צו טהון דעם ענין. לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין איין סייענטיפיק סטאדי וואס ווייזט אז וואקסינס זענען שעדליך. פארקערט, אלע סטאדיס ווייזען אז עס ראטעוועט פון אסאך חולאים רעים.

איך וויל נאר פארשטיין דיין געדאנקען גאנג. מילא די מיליאנען גויאישע דאקטוירים וואס שרייען חי וקיים אז מען דארף געבן וואקסינס זענען נישט באגלייבט, זיי זענען פון די חברה וואס ווילן אויסהארגענען רוב וועלט. זיי היילן קראנקע כדי ס'זאל זיין מער מענטשן צו הרג'ענען ווען דער גרויסער שחיטה גייט פארקומען, פיין. אבער וואס טוט זיך מיט די היימישע דאקטוירים? ס'זענען דא הונדערטער פרומע דאקטוירים, א שטייגער ווי דאקטער ווערצבערגער, דאקטער זעגעלבוים, וואס איז מיט זיי? פארוואס לאזן זיי דאס צו? פארוואס קומען זיי נישט ארויס מיט א וויי געשריי איבער דעם? וואס טוט זיך מיט די טויזענטער הצלה אינגעלייט? זיי געבן זיך אוועק יומם ולילה צו ראטעווען אידישע קינדער, ווי זענען זיי? פארוואס טוהן זיי גארנישט צו ראטעווען אזויפיל אידישע קינדער? פארוואס לאזן זיי געבן פויזען פאר אונזערע קינדערלעך? ווי זענען די אלע רפואה ארגענעזאציעס ווי רופא חולים? איז רבי הערשל קאהן אויך אין די ארגענעזאציע וואס גייט הארגענען רוב וועלט?

אה, זיי ווייסן פשוט נישט. דאקטוירים וואס לערנען זיך אסאך יארן, וואס זייער גאנצע וועזן איז די רפואה וועלט, פארשטייען פשוט נישט וואקסינס, זיי גייען נאך די אינדוסטרי מיט בלינדע אויגן. דאקטוירים וואס קענען אויסהיילן קענסער, וואס קענען ארויסנעמען א הארץ, עס ארויף לייגן אויפן טיש און עס פארעכטן, און דערנאך עס צוריקלייגען אינעם מענטש, מומחים וואס קענען אדורך פירן א מוח אפעראציע, די אלע ווען ס'קומט צו וואקסינס ווייסן זיי נישט מימינם לשמאלם. זיי פארשטייען נישט אזוי גוט ווי עטליכע בלאגערס. גיב מי עי ברעיק.

זאג נאר, ס'זאל זיך אודאי נישט מאכן, אבער ווען זאלסט ווען דארפן אנקומען צו דאקטער, ווען ס'זאל זיין א טויטליכע מחלה, וועסטו דיך גיין היילען ביים דאקטער אדער ביים בלאגער???

די אינדוסטרי פון וואס דו רעדסט, וואס מיינסטו, ווער זענען זיי? זיי זענען דאקטוירים. מענטשן וואס האבן שוין געראטעוועט טויזענטער מענטשן ממות לחיים.

איך ווייס נישט ווי אזוי ס'גייט ביי דיר. אבער ווען איך האב א שאלה להלכה גיי איך צום עקספערט, צום דיין. ווען איך האב א לעגאלע פראגע, גיי איך צום עקספערט, צום לויער. ווען איך האב א פראבלעם מיט מיין קאמפיוטער, גיי איך צום עקספערט, צום קאמפיוטער פראגרעמער. ווען איך דארף פארן מיט אן עראפלאן גיי איך צום עקספערט, צום פיילאט. און ווען איך וויל וויסן איבער וואקסינס, גיי איך צום עקספערט, צום דאקטער.

ווי קלוג איינער איז, איז נישט מעגליך ער זאל אלעס קענען. אויב זענען דא מענטשן וואס האבן אדורך געטהון אן ענין, דער דיין דעם שולחן ערוך, להבדיל דער לויער געזעץ, דער קאמפיוטער פראגרעמער קאמפיוטערס, דער פיילאט עראפלאנען, דער דאקטער רפואה, פארלאז איך מיך אויף זיי.

איך קען נאך אסאך מאריך זיין, אבער היום קצר והמלכאה מרובה. דער שבת קודש שטייט ביים שוועל. וועל איך מקצר זיין במקום שאמרו להאריך.

א גוט שבת
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

יידל האט געשריבן:מענטשן וואס עצה'נען בכלל נישט צו געבן קיין וואקסינען זענען ראוי צו ווערן אנגערופן רוצחים, נישט נאר זייער אייגענע קינדער לייגן זיי אריין אין א סכנה, נאר דער גאנצער ציבור איז אין א סכנה וויבאלד די אימיוניטי פון א ציבור איז אנגעהאנגן אין די פראצענט פון מענטשן וואס זענען אימיונייזט.


דאס איז פארשטייט זיך נאר אמת טאמער די גאנצע וואקסין טעאריע איז למעשה אמת,
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

יידל האט געשריבן:מענטשן וואס עצה'נען בכלל נישט צו געבן קיין וואקסינען זענען ראוי צו ווערן אנגערופן רוצחים, נישט נאר זייער אייגענע קינדער לייגן זיי אריין אין א סכנה, נאר דער גאנצער ציבור איז אין א סכנה וויבאלד די אימיוניטי פון א ציבור איז אנגעהאנגן אין די פראצענט פון מענטשן וואס זענען אימיונייזט.


געהארגעט אייגענע קינד דורך נישט געבען וואקסינען
www.wftv.com/news/news/local/baby-dies-whooping-cough-orange-co/nXXqP/
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

Accountant האט געשריבן:פראפעסאר - על מה יצא הקצף? פארוואס ביסטו אזוי צוהיצט? און פארוואס ריפסטו מיך אן א ליגנער? מה פשעי ומה חטאתי? וואספארא ליגענט האב איך געזאגט? כ'האב נאר געזאגט א מיינונג, די ביסט שטארק קעגען מיין מיינונג, דאס מאכט מיך נאכנישט פאר קיין ליגנער.


ווייל די האסט אנגעהויבען מיט עתיד ליתן את הדין, האסט א דעה, נו פיין, אבער הייב נישט אן מיט עתיד ליתן את הדין, דער באשעפער האט דיר דערווייל נישט אויפגענומען פאר דיין סעקרעטערי,

Accountant האט געשריבן:יא, כ'האב אדורך געטהון דעם ענין. א משפחה מיטגליד מיינער האט מיר אויך פראבירט מסביר צו זיין ווי שעידלעך וואקסינס איז און כ'האב פארברעגנט א לאנגע צייט אדורך צו טהון דעם ענין. לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין איין סייענטיפיק סטאדי וואס ווייזט אז וואקסינס זענען שעידלעך.

ס'יא דא

Accountant האט געשריבן:פארקערט, אלע סטאדיס ווייזען אז עס ראטעוועט פון אסאך חולאים רעים.

נישטא קיין ארענטליכע סטאדי וואס ווייזט אזאנס

Accountant האט געשריבן:איך וויל נאר פארשטיין דיין געדאנקן גאנג. מילא די מיליאנען גויאישע דאקטוירים וואס שרייען חי וקיים אז מען דארף געבן וואקסינס זענען נישט באגלייבט,


לאמיר דיר געבען א טיפ, "די אמת ווערט נישט באשלאסען לויט וויזוי מיליאנען מענטשען טראכטען, נאר אויף וואס די פאקט איז למעשה,

בפרט ביי זאכען ווי מ'זעהט אז ס'דא א רוח הזמן צי גלייבען אין דעם אן א שכל,
Accountant האט געשריבן: זיי זענען פון די חברה וואס ווילן אויסהארגענען רוב וועלט.


זיי זענען נישט, חאטשיג זיי זענען פין די וואס די גמרא זאגט אויף זיי "טוב שברופאים לגיהנום"

Accountant האט געשריבן: אבער וואס טוט זיך מיט די היימישע דאקטוירים? ס'זענען דא הונדערטער פרומע דאקטוירים, א שטייגער ווי דאקטער ווערצבערגער, דאקטער זעגעלבוים, וואס איז מיט זיי? פארוואס לאזן זיי דאס צו?


ווייל זיי גלייבען אין דעם פונקט ווי רוב דאקטורים וואס האבען נאר געלערענט וואס מען האט זיי אויסגעלערענט אין קאלעדזש אבער האבען פארגעסען אז מען דארף ניצען די אייגענע קאפ אויך, זיי מיינען נישטו קיין שלעכטס,

Accountant האט געשריבן:פארוואס קומען זיי נישט ארויס מיט א וויי געשריי איבער דעם?


זייער אסאך דאקטורים פין די וואס האבען זיך יא געחאפט דערויף, שרייען טאקע דערקעגען, אין ס'דא זייער אסאך פין זיי,

Accountant האט געשריבן:אה, זיי ווייסן פשוט נישט. דאקטוירים וואס לערנען זיך אסאך יארן, וואס זייער גאנצע וועזן איז די רפואה וועלט, פארשטיין פשוט נישט וואקסינס, זיי גייען נאך די אינדערסטרי מיט בלינדע אויגן.


ליידער, זייער אסאך דאקטורים זענען אזוי, האלוואי וואלט עס נישט געווען אמת,

Accountant האט געשריבן:דאקטוירים וואס קענען אויסהיילן קענסער,


האלוואי וואלטען זיי געקענט, אסאך אידישע שטובער וואלטען געווארען אויפגעראכטען, היילען איינס פין צען צי אפילו ווייניגער הייסט נישט אז זיי קענען היילען,


Accountant האט געשריבן: וואס קענען ארויסנעמען א הארץ, עס ארויף אויפן טיש און עס פארעכטן, און דערנאך עס צוריקלייגען אינעם מענטש,


דאס איז די חכמה פין סורדזשערי ס'האט נישט מיט וואקסינס, אפשער וועסטע זאגען אז א גוטע ארקיטעקט פארשטייט זיכער וויזוי צי דרייווען א דזאמבאו דזשעט ?!

Accountant האט געשריבן: די אלע ווען ס'קומט צו וואקסינס ווייסן זיי נישט מימינם לשמאלם. זיי פארשטייען נישט אזוי גוט ווי עטליכע בלאגערס. גיב מי עי ברעיק.


ס'נישט עטליכע בלאגערס, ס'דא אסאך דאקטוירים, אין אסאך מעדיקעל ריסערטשער'ס וואס זענען אויסגעשפראכען דעקעגען, סאו געט יור פעקטס סטרעיט

Accountant האט געשריבן:די אינערסטרי וואס די רעדסט פון, וואס מיינסטו, ווער זענען זיי? זיי זענען דאקטוירים. מענטשן וואס האבן שוין געראטעוועט טויזענטער מענטשן ממות לחיים.


זיכער איז דא חלקים פין מעדעצין וואס איז וויכטיג, אזוי ווי עמרדזשענסי מעדעצין וואס קען צירוק ברענגען מענטשען פין די שוועל פין טויט, כ'מאך נישט אוועק "אלעס" אין מעדעצין, כ'זאג אז ס'דא דארט פאלטשע זאכען אויך וואס זענען פאלטש אין זייער שעדליך, אבער וויפעל זיי הארגענען ווייסטע אויך ?,

Accountant האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי ס'גייט ביי דיר. אבער ווען איך האב א שאלה להלכה גיי איך צום עקספערט, צום דיין. ווען איך האב א לעגאלע פראגע, גיי איך צום עקספערט, צום לויער. ווען איך האב א פראבלעם מיט מיין קאפיאטער, גיי איך צום עקספערט, צום קאפיאטער פראגרעמער, ווען איך דארף פארן מיט אן עראפלאן גיי איך צום עקספערט, צום פיילאט, און ווען איך וויל וויסן איבער וואקסינס, גיי איך צום עקספערט, צום דאקטער.


נו פיין וועסט האבען א גוטען תירוץ פארוואס די האסט געגעבען וואקסינס, אבער דאס מיינט נאכנישט אז דיין עקספערט איז גערעכט, דאס מיינט סך הכל אז די זאגסט אז די קענסטעך נישט אלעס אדורעך טוהן סאו גייסטע צי דער וואס ריפט זיך א עקספערט אין דעם,


Accountant האט געשריבן:א גוט שבת


א גוט שבת
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

יאנקל האט געשריבן:"הלוואי וואלט איך געגעבן פאר מיין טאכטער וואקסינאציע" - אן ארטיקל פון די וואך אין דעם "גארדיען":
http://www.guardian.co.uk/commentisfree ... vaccinated


עניטינג פין מעינסטרים מידיא דארף מען לייגען אויף די חזקה פין לויטער פראפעגאנדע, זיי ווייסען אז די מאסען וועקען זיך אויף אין זיי טרייען צי אנשרעקען מיט פראפעגאנדע,
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
Accountant האט געשריבן:יא, כ'האב אדורך געטהון דעם ענין. א משפחה מיטגליד מיינער האט מיר אויך פראבירט מסביר צו זיין ווי שעידלעך וואקסינס איז און כ'האב פארברעגנט א לאנגע צייט אדורך צו טהון דעם ענין. לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין איין סייענטיפיק סטאדי וואס ווייזט אז וואקסינס זענען שעידלעך.

ס'יא דא


ניין ס'איז נישט דא.
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
Accountant האט געשריבן:פארקערט, אלע סטאדיס ווייזען אז עס ראטעוועט פון אסאך חולאים רעים.

נישטא קיין ארענטליכע סטאדי וואס ווייזט אזאנס

ס'איז יא. איך ווייס נישט וואס איז דיין מעסטער פון "ארענטליך", אבער עס זענען דא צענדליגע סטאדיס וואס ווייזן אז עס ראטעוועט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

שימעלע האט געשריבן:געהארגעט אייגענע קינד דורך נישט געבען וואקסינען
www.wftv.com/news/news/local/baby-dies-whooping-cough-orange-co/nXXqP/

ווייטער פראפעגאנדע, אפילו ווען לאמיר זאגען וואקסינס קען צירוקהאלטען וואפינג קאף, איז אבער דא וועגען עס צי היילען טאמער איינער האט עס, סאו ס'סתם בי עס, פראפעגאנדע פאר וואקסינען, אין וואס דערשרעקט דעם אןמוויסענדע המון, מער ווי ווען מען זעהט די ווארט "געשטארבען" אדער "טויטפאל", לויטער פראפעגאנדע, ס'קען זיין אז א קינד איז געשטארבען , אבער ווער ווייסט פין וואס, אין א דאקטער וואס קען היינט נישט היילען וואפינג קאף אין נישט מער ווי א שוסטער,
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ס'מאדנע ווי פראפעסאר שפירא מאכט אלעס אוועק אלץ פראפעגאנדע, אין די זעלבע צייט וואס כמעט אלעס וואס ער האט געשריבן אויף דעם נושא איז נישט מער ווי לויטער פראפעגאנדע. און פלוצלינג ווען ער הערט אז א קינד איז געשטארבן פון whooping cough ווערט ער סקעפטיש, "קען זיין, אבער ווער ווייסט פון וואס"... א ביטערע געלעכטער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
Accountant האט געשריבן:יא, כ'האב אדורך געטהון דעם ענין. א משפחה מיטגליד מיינער האט מיר אויך פראבירט מסביר צו זיין ווי שעידלעך וואקסינס איז און כ'האב פארברעגנט א לאנגע צייט אדורך צו טהון דעם ענין. לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין איין סייענטיפיק סטאדי וואס ווייזט אז וואקסינס זענען שעידלעך.

ס'יא דא


ניין ס'איז נישט דא.

ס'איז יא דא.
וחוזר חלילה.
וואס איז די פוינט פון זיך טענה'ן אויב אלע שטודיעס ווערן סייווי דורכגעפירט דורך האלאקאוסט פלאנירער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט