שקויעך הקטן פאר די קאמפלימענט.
איך בין נישט קיין מבין אויף איינעם וואס רעדט מיט ביטול אויף א תורה שלימה פון גאר אסאך פילוזפען. אמת מען קען האלטען אז מען האט גאר א גוטען קאפ, אבער יענע האבן דאך לכאורה אויך געהאט גוטע און טיפע קעפ. איך פארשטיי ווען מען רעדט פון גוטע קעפ וואס האבן געהאט אן אגענדע, דעמאלט איז גאנץ אן אנדערע זאך. אבער אפענע, טיפע, שטארקע קעפ, וואס מחשבה וחקירה איז זייער גאנצע קיום, און נאכ'ן טראכטען פאר יארן און יארן זאגן צענדליגע פון אט די בעלי כשרון א געוויסע מהלך און הבנה, פון ווי נעמט זיך די מהלך פון טאטאלע ביטול צו זייער מיינונג? מיין שאלה איז נישט נאר אויף הרב לעיקוואד, מיין שאלה איז אויף כמה חברים חשובים דא וואס זענען מסכימים לדבריו. להבהיר איך מיין דאס נישט אלץ טענה אויף איינעמ'ס כאראקטער, איך וויל באמת פארשטיין וואס דא גייט פאר. די חברים המסכימים דא זענען דאך לכאורה נישט קיין פארמאכטע קעפ כלל וכלל, און אוודאי דער בעל המאמר בעצמו, טא וואס איז פשט?
אוודאי געוויס קען מען פרעגן און זיך מתווכח זיין, און אפשר אפי' האלטן זיך שטארק ביי איין מיינונג, [חאטש דאס לעצטע פארשטיי איך נישט פונקט וויאזוי], אבער זילזול וביטול צו א שיטה וואס צענדליגע און מסתמא הונדערטער אפענע געזונטע קעפ האבן אנגענומען במשך הדורות איז נישט מובן פאר מיר.
אפשר וועט מען מוזען זאגן דאס וואס Oscar Wilde האט אמאל געזאגט, I'm not young enough to know everything.
נאך אסאך זוכעניש איז מיר געלונגען צו טרעפן דעם שטיקל וואס איך האב אמאל געליינט דא בשם Ernst Mach.
I treat matter as a mental symbol standing for a relatively stable complex of sensational elements.
. [page 363 of his ‘The analysis of sensation]
איך האב דוקא געזוכט צו טרעפן פון א סייענטיסט און נישט פון די "פילוספיים ההבליים", כלשונו פון לעיקוואד.
דער מר. מאך. האט אנגעקוקט חומר/ריאליטי/מציאות, אז באמת רעדט מען דא נישט מער ווי א קאמפליצירטע צאמשטעל פון מיינע/אונזערע sensations. דאס רעדן דערפון ווי א אביעקטיווער מציאות איז נאר למען הקיצור, עס איז נאר א סימבאלישער וועג צו אידענטפיצירען א געוויסע מין sensation.
וועסטו דאך אוודאי פרעגן ווער איז שוין דער גרויסע Ernst Mach? און וואס געבט א חשיבות פאר אט די טעאריע זיינער.
לאמיר אלזא נעמען א סייענטיסט וואס איך האף אז אפי' לעיקוואד וועט האבן צו אים א משהו דרך ארץ, אלבערט איינשטיין. קוק דא וואס ער שרייבט אויף דער מר. מאך.
One sees that in this paradox [the pursuing of a beam of light paradox] the germ of the special relativity theory is already contained...The type of critical reasoning which was required for the discovery of this central point was decisively furthered, in my case, especially by the reading of David Hume's and Ernst Mach's philosophical writings." (Albert Einstein, "Reply to Criticisms," in Albert Einstein: Philosopher-Scientist, Edited by Paul Arthur Schilpp, Harper Torchbooks, p 679, 1949/1951.) n
קרעדיט פאר די מראה מקום: ספק ספיקא maybe maybe
אוודאי אויב איז דא אסאך חכמים וואס האלטן אנדערש ווי די שיטה, שוואכט דאס אפ פון אנצונעמן מיט א זיכערקייט דעם געוויסען מהלך. אבער פון אפשוואכען ביז זילזול וביטול איז א ווייטע מרחק.
דער חכם הנזכר איז איינס פון גאר אסאך וואס זענען געגאנגען מיט דעם מהלך. דעריבער איז מיין שאיפה צו פארשטיין די חשובע חברי הפורום בנוגע מיין שאלה וואס איך האב דא געפרעגט.
בתור שאלה אמיתי וויל איך וויסען צו איז מעגליך אז עס איז דא מצד די חשובי הקהלה א שטיקל בייעס קעגן סיי וואסארע טעאריע וואס קען מאמת זיין די פילוספיה היהדות? קען דאס אפי' מעגליך זיין? אז מכוח די גרויסע יסורים וואס מען האט פון די אלע שקרים וואס מען פארקויפט, גייט מען אויפ'ן אנדערען עקסטרעים, און מען לאזט נישט צו אין קאפ גארנישט וואס עס קען זיך אפי' דאכטען אז דאס איז מאמת די שיטות פון די יושבי חושך? זענען ביידע זייטן לקוי מיט נגיעות?
איך מיין נישט דא קיין זילזול, איך מיין צו פארשטיין. עס איז דאך נישט מסתבר אז לעיקוואד וויל סתם מבטל זיין יענמ'ס מיינונג מיט זילזול על לא דבר. וה"ה כלפי די לייקערס זיינע.
החותם מיט פולען רעספעקט פאר די געוואלדיגע גאונות פון לעיקוואד ושאר חבריו.
נ.ב. פארשטייט זיך אז איך דארף מיך נאך ספראווען מיט די לעגיטימע שאלות וואס לעיקוואד האט למעשה געשריבען....