די הרב מיכאל ברוידא קאנטראווערסיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

די הרב מיכאל ברוידא קאנטראווערסיע

שליחה דורך יידל »

די לעצטע צוויי וואכן איז די אידישע בלאגאספערע פארנומען הימל און ערד מיט די קאנטראווערסיע איבער הרב מיכאל ברוידא. ווער איז הרב מיכאל ברוידא? ברוידא איז פון די שטערקסטע רבנים און די מאדערן-ארטאדאקס געמיינדע, ער איז נישט מער ווי 48 יאר און זיינע דערגרייכונגען זענען להפליא. חוץ זיין רבנות און זיין דיינות פאסטן אין בית דין ד'אמעריקע, איז ברוידא אויך א געזעץ פראפעסאר אין אין עמארי אוניווערזיטעט. זיינע הלכה'דיגע ארטיקלן פלעגן אפט פארעפנטליכט ווערן אויף די גאר פאפולערע "הרהורים" בלאג וועלכע באלאנגט צו גיל סטודענט.

פאר בערך צוויי וואכן האט סטיווען ווייס פון די דזשואיש טשענל אויפגעדעקט אז הרב ברוידא האט געהאט "באשאפן" א פאלשע נאמען - הערשל גאלדוואסער - וועלכע ער האט גענוצט צו פובליצירן הלכה'דיגע ארטיקלן און זיך אריינצובאקומען אלץ מעמבער אין די IRF, א קאמפעטישאן מיט די מאדערן-ארטאדאקס RCA אין וועלכע ברוידא אנגעהערט. די ארטיקל דעקט אויף אויף אז ברוידא האט גענוצט פאלשע נעמען צו לאזן קאמענטארן אויף זיינע אייגענע ארטיקלן אויף די הרהורים וועבזייטל. די קאמענטארן פלעגן געווענליך אויסלויבן די כאראקטער פון הרב ברוידא, און אונטער נעמען ווי דוד גאלד און דוד ווייסמאן פלעגט ער זיך אננעמען פאר זיך אליינס און זיך ריינוואשן פון באשולדיגונגען וואס אנדערע האבן געווארפן אויף אים.

ווען הרב ברוידא איז קאנפראנטירט געווארן מיט דעם סקאנדאל, האט ער געשיקט אן איבערבעטונגס בריוו צו הרב בערי געלמאן, דער געוועזענער יו"ר פון די IRF. שפעטער האט ברוידא ארויפגעשטעלט א פובליק איבערבעטונגס בריוו אויף די הרהורים בלאג, ווי ער שרייבט אז די נאמען הערשל גאלדוואסער האט ער מיט נאך א חבר געמאכט פאר צוואנציג (!) יאר צוריק, און ער האט חלילה נישט געמיינט שלעכטס דערמיט. ער שרייבט אז דער חבר פארלאנגט צו פארבלייבן אנאנים, און אזוי אויך שרייבט ער אז די לעצטע פאר יאר האט ער שוין נישט גענוצט קיין איינע פון זיינע פאלשע נעמען, אבער אנדערע מענטשן האבן עס אנגעהויבן נוצן, אן זיין וויסן.

נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס הרב ברוידא ברענגט ארויס אין זיין בריוו איז אז שרייבן אונטער א פאלשע נאמען איז אן אנגענומענע זאך אין די תורה וועלט. ער שרייבט אז דער מגן אברהם פסק'נט אז עס איז נישט קיין פראבלעם, און בשם פראפעסאר מארק שפירא ברענגט ער נאך אז עס איז דא א גאנצע ליסטע פון גדולי ישראל וואס האבן געטון דאס וואס הרב ברוידא האט: דער בן איש חי האט כידוע ארויסגעגעבן שו"ת תורה לשמה (איבער וועלכע ס'געווען א דיון דא אין קאווע שטיבל), און דער אדר"ת האט אויך ארויסגעגעבן א ספר בעילום שם און געגעבן דערויף אן הסכמה מיט זיין עכטן נאמען שרייבענדיג דערהויבענע זאכן אויפן מחבר. אין פאקט, זאגט שפירא, עס איז דא א ספר אוצר בדויי השם פון שאול חיות ווי ער רעכנט אויס א ריזיגע ליסטע פון גדולים וועלכע האבן גענוצט פענע-נעמען.

עס האט זיך געטון איבער דעם קאנטראווערסיע פאר בערך א וואך, און הרב ברוידא האט אויך אפגעטרעטן - צייטווייליג - פון זיין פאסטן אלץ דיין אין בית דין ד'אמעריקע. היינט איז פארעפנטליכט געווארן אז דער סקאנדאל גייט פיל ווייטער ווי מ'האט פריער געמיינט. פאר פיר יאר צוריק האט הרב ברוידא פארעפנטליכט אין די "טראדיציע" מאגאזין א תשובה ווי ער איז מלמד זכות אויף פרויען וועלכע דעקן נישט צו זייער האר נאכן חתונה. פארשטייט זיך אז דער תשובה האט ארויסגעברענגט גרויס קאנטראווערסיע, און צענדליגע בריוון זענען אריינגעשיקט געווארן צו טראדיציע, זה בונה וזה סותר. צווישן די בריוון איז געווען א בריוו פון איינעם "דוד כתר" וועלכער האט פארציילט איבער דריי גדולים פון וועמענס פסק מ'האט געקענט ברענגן א ראיה צו הרב ברוידא'ס פאזיציע. דער בריוו איז נישט אנגענומען געווארן דורך טראדיציע, און איז פארעפנטליכט געווארן דורך הרב גיל סטודענט אויף זיין בלאג. אין אן ארטיקל אויף הרהורים צוויי יאר שפעטער האט הרב ברוידא גענוצט דעם בריוו אלץ ראיה צו זיך. עס שטעלט זיך יעצט ארויס אז עס איז גאנץ מעגליך אז דער בריוו איז געווען געפעלטשט - דורך נישט קיין אנדערער ווי הרב ברוידא.

דאס פארשארפערט די סקאנדאל, וויבאלד דאס קריכט שוין אריין אינעם גדר פון אקאדעמישען שווינדל וואס איז פיל הארבער ווי סתם זיך לויבן מיט א פאלשן נאמען.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איך זע נישט די עוולה וואס ער איז באגאנגען. ער איז געווארן א מעמבער אין אן ארגנעזאציא וואס איז נישט מקפיד וואס די עכטע נאמען איז.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

אינטערסאנט און אינהאלטסרייכע אשכול, ייש״כ יידל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

בדחן האט געשריבן:אינטערסאנט און אינהאלטסרייכע אשכול, ייש״כ יידל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

סא בעיסיקלי האט ער געהאט צוויי ניקס, נו, דא אין שטיבל איז אויך דא אזעלכע.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

עקזעקטלי
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

צווי ניקס איז נישט דער פראבלעם, דער פראבלעם הייבט זיך אהן ווען מ' קלאפט זיך אין רוקן מ' גיט זיך לייקס אדער פיהר ניקס פרעגן אפ איין מענטש וואס האט נאר איין ניק. וואס דאס איז די זעלבע בערך וואס ער'ט געטוהן
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

למדן האט געשריבן:צווי ניקס איז נישט דער פראבלעם, דער פראבלעם הייבט זיך אהן ווען מ' קלאפט זיך אין רוקן מ' גיט זיך לייקס אדער פיהר ניקס פרעגן אפ איין מענטש וואס האט נאר איין ניק. וואס דאס איז די זעלבע בערך וואס ער'ט געטוהן

געבן לייקס איז נישט תלי בסברא. משא''כ אז ער רעדט דברים של טעם מיט א נאך א ניק וואס איז די פראבלעם?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נולד מאוחר האט געשריבן:
למדן האט געשריבן:צווי ניקס איז נישט דער פראבלעם, דער פראבלעם הייבט זיך אהן ווען מ' קלאפט זיך אין רוקן מ' גיט זיך לייקס אדער פיהר ניקס פרעגן אפ איין מענטש וואס האט נאר איין ניק. וואס דאס איז די זעלבע בערך וואס ער'ט געטוהן

געבן לייקס איז נישט תלי בסברא. משא''כ אז ער רעדט דברים של טעם מיט א נאך א ניק וואס איז די פראבלעם?

די פראבלעם איז אז ער האט געזאגט ליגנט מיטן צווייטן ניק כדי לחפות אויף וואס ער האט געזאגט מיט זיין אייגענעם נאמען.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

און אז ער האט זיך אליין אויסגעלויבט.. ס'שמעקט פון יוהרא...
באלד וועט מען אויפדעקן אז יאנקל און יידל היינו הך. קודם ברענגט ער די נייעס און נאכדעם באדאנקט ער זיך דערויף.
איך בין נייגעריג צו מ'האט שוין אמאל געכאפט אזעלכע רבנים און אינטעלעקטואלן, בלאגן אויף נעט, מיט ליטעראטור אקעגן זייער רעליגיע, אדער אנשויאונגען וואס זיי פרעדיגן אין נארמאלן לעבן. למשל אז מ'זאל כאפן סליפקין פרעדיגן כפירה אויפ'ן אינטערנעט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יידל וועלכע ליגנט האט ער געזאגט?
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

דאס אריין דרינגען אינערהאלב די רייען פונעם קאנקורענץ אונטער א פאלשן נאמען מיטן ציל באקומען אינפארמאציע וואס ער וואלט נישט געקענט באקומען מיט זיין עכטע נאמען, איז זיכער א פראבלעם.

עניוועי, ווי אנטאני ווינער לערנט אונז שוין, 2 יאר ארום קען ער זיין צוריק מיט א פרישן ניק...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

זייער אסאל ביזנסער גייען אריין אונעם קאמפעטעטישנס געשעפט זיך אומקיקן.
ביז ווילאנג די קאמפעטישן האט עקסעפטעד רבנים אן זיי באמת אדענטיפיצערן, מעג יעדער קאמפעטישען אריין שפאצירען דארטן.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

יידל שיין באשריבן, א דאנק
די אלע וואס פארפירן זענען נאר די אידישע מידיע? אדער די ערענסטע האבן אויך א פראבלעם דערמיט.

איך וואלט געזאגט,ווען אזא זאך געשעט ביי אונז וואלט מען זיך נישט אזוי געפרייט מיטן כאפן יענעם ביי א עבירה.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די נייעס איז דערווייל נאר געווען באריכטעט אין די אידישע מידיא. פון "די ערנסטע" אין די אידישע מידיא איז עס געווען באריכטעט אין הארץ (מיט וועם ברוידא האט געהאט אן עקסקלוסיוו אינטערוויו וואו ער האט אוועקגעמאכט די ערנסקייט פונעם סקאנדאל), פארווערטס און טעבלעט מאגאזין.

אגב איז היינט צופרי באריכטעט געווארן ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אינעם קאנטראווערסיע אז עס איז אויפגעשווימען א חשד אז ווען הרב ברוידא איז געלאפן פאר די רבנות הראשות אין ענגלאנד האט ער גענוצט פאלשע אימעיל אדרעסן מיט פאלשע נעמען צו שיקן בריוון וועלכע האבן אים אינדארסירט. אויך איז געווען אין די נייעס אז עמארי אוניווערזיטעט וואו הרב ברוידא דינט אלץ געזעץ פראפעסאר האט אונטערגענומען אן אויספארשונג צו הרב ברוידא האט אנדערע עטישע פארלעצונגען.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איז דא טערמינען און קאנדיציעס בשעתן זיך איינשרייבן אלס ניק וואס יא און וואס נישט צו טון ? האט ער עובר געווען? איז דער סקאנדאל אן עטישער נאר אלס זיין הויכער פאזיציע/קאריערע אדער ס׳קען זיין לעגאלע קאנסעקווענצן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די הרב מיכאל ברוידא קאנטראווערסיע

שליחה דורך טאמבל סאס »

אין די סידור קורן געדרוקט דורך הרב סאקס, דער געוועזענער טשיף ראביי שרייבט ער דארט, צווישן א ליסטע פון נעמען, א יישר כח צו מיכאל ברוידא און... הרב הערשל גאלדוואסער. חי חי חי.

די סיפור מיט די טשיף ראביי פאסטן איז געווען אז מען האט אים אינטערוויאוט אין יוני פון יענע יאר אלס קאנטענדער פאר די טשיף ראביי'ס פאסטן אין ענגלאנד, און אין אוגוסט האט ער זיך אנאנימעסלי פארבינדן צו א רעפארטקע פון די דזשואיש קאראניקעלס און געזאגט אז ער רעדט פון די אפיס פון די ראבינאט און ער קען ארויסגעבן אז די מערסט לייקלי קאנדידאט איז רב מיכאל ברוידא. ער האט סעפארטעד זיין קלעים מיט'ן ארויסגעבן פארשידענע אינפארמאציע וואס נאר עמיצער וואס איז באמת בתוך הדברים וואלט געקענט וויסן.

דער אמת איז אבער געווען אז צו יענער צייט איז זיין נאמען שוין לאנג געווען ארויס פון די קוועשטען. דאס הייסט מ'האט איהם מער נישט קאנסידערד. דאס האט ער געטוהן א טאקטיק האפענדיג אזוי ארום צוריק גענומען ווערן אין באטראכט.

די מיידל, מרים שביב דוכט זיך, האט טאקע אנגעשריבן א הערליכער ארטיקל און ווען די געמאכעכץ האט געהאקט די פען האט דאס אנגעברענגט בושת. ביז מ'האט זיך געכאפט אז ס'מוז זיין ער.

דאס איז זיכער ער איז א כלי. ער איז געווען די פ.ה.ד. מענטאר פאר מער ווי איין ראביי.

ער האט אבער גארנישט געטוהן אילעגאל ווי ווייט מען ווייסט. עס איז אלץ רעפיוטעישאנעל דעמעדזש. אנדערש פון דער הויכער דיין קאפלאן וואס האו ממש גגנבט אלטע ספרים ארויס פון דער יונייטעד סינאגאג לייברערי און פארקויפט פאר גרויס געלט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

טאמבל סאס האט געשריבן:אין די סידור קורן געדרוקט דורך הרב סאקס, דער געוועזענער טשיף ראביי שרייבט ער דארט, צווישן א ליסטע פון נעמען, א יישר כח צו מיכאל ברוידא און... הרב הערשל גאלדוואסער. חי חי חי.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk


Photo copy, sir
Under influence
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די הרב מיכאל ברוידא קאנטראווערסיע

שליחה דורך טאמבל סאס »

בילד

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט