זאכן וואס איר האט הנאה עס פאסירט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

זאכן וואס איר האט הנאה עס פאסירט

שליחה דורך יואב »

דער אשכול איז געווידמעט פאר זאכן וואס איר וואלט נישט געטאהן, אדער איר מאכט אן אנשטעל איר וואלט נישט געטוהן, און למעשה טוהט דאס א צווייטער, אדער פאסירט דאס פון זיך אליינס, צו אייער שטארקע צופרידנהייט. אדער איר ווילט עכט איין זאך, און צוליב סיבות טוהט איר א צווייטע.
פאלגענד שאקל איך ארויס עטליכע, ווער ס'וויל קען צולייגן. קיין סאך איז מיר נישט בייגעפאלן, ווייל היינט האב איך אפגעכיפערט דעם דאווענען.

-דער בעל תפילה הייבט אן הויעך שמונה עשרה הגם ס'נאך נישטא תשעה עונים. (כמעט נישט דא ווער ס'זאל מוחה זיין).
-ס'צינד זיך אדער לעשט זיך א לעקטער וכדו' שבת וועלעכע האט אייך געשטערט, און איר האט הנאה אז ס'האט זיך בטעות מסדר געוועזן.
איר וועט געבען א שריי, או וויי שבת! אדער אויב דער קליינער וועט עס טאהן, איר וועט אים באוואשן, און דאן הנאה האבן ווי ס'בדארף צו זיין.
-אייער חברותא קומט נישט, אפיציעל בייזערט איר זיך, אבער איר האט הנאה אז איר זענט פריי.
-איר ווילט איינעם מסדר זיין, איר ווילט אבער נישט טשעפנען. א צווייטער נעמט זיך איבער יענעמס ביינער, צו אייער סאטיספאקציע.
-איר ווילט שרייבן עפעס קארני, ס'פאסט אייך נישט. זר שרייבט עס, איר געט אים א לייק, און שרייבט צו טיפיקל זר.
-איר ווילט אויף עפעס מוחה זיין, צוליב פארשידענע סיבות האלט איר זיך צוריק. בדחן שרייבט דאס, ס'ערווארבט זיך היץ ארום דעם.
איר האט הנאה, אנשטאט לייקן גיסט איר אבער צו צום פייער.
-איר ווילט שרייבן עפעס אויפגעקלערט, איר האט מורא דעת תורה וועט אייך דערגיין די יארן. יאיר שרייבט דאס מיט א זאפט, איר מאכט זיך כאילו איר האט אפילו נישט באזוכט דעם אשכול.
-איר וואלט געפייגערט צו זיין יידל, איר באלעקט זיך מיט זיינע תגובות. למעשה טאנצט איר אויף ווי א פראש, אויב איר האט א געלעגנהייט צו פאריכטן זיין ספעלינג אדער גרעמער.
-איר קענט קוים ווארטן פאר א פרישע בענדזשעמין פרענקלין ארטיקל, איר וועט אבער לייקן איציק פאר צושניידן זיין ארטיקל.
-איר וואלט געבעטן פאר אפיקומן צו זיין קופערניקס, אבער איר וועט ציטירן א קליין הונקעדיגע שורה, ער זאל דארפן קומען מסביר זיין וואס ער האט געמיינט.
-איר וועט הנאה האבן יאנקל האט געהאט גאטס צו אנאליזירן עלעקוואנט עפעס א האקעלע נושא שיין מסודר מיט אלע דעטאלן. אבער דערנאך פרייד איר זיך אים צו זעהן אויף דעפענסיווע.
-איר וואלט נישט געלייקט, נאר איר זעהט די חכמי השטיבל לייקן שטעלט איר זיך צו. מי ראה אלו יצאו.
-איר וועט אויספלאצן פון עפעס א חוצפה'דיגן תגובה פון יואליש, און נאכדעם שרייבן א באנדע אויפגעקלערטע.
-איר וועט זיך מחיה זיין מיט א פרישן היתר לעיקוואוד האט אויסגעארבייט, איר האפט דער היתר בלייבט. איר וועט אבער זוכן ווי ער קענט אים משוגע מאכן, אז מער ווייניגער זאל ער דארפן איבער זאגן נאכאמאל די זעלבע זאך, פשוט מיט אן אנדערן לשון.
-איר ווילט אסאך מאל לייקן, איר שפירט אבער אז איר זענט בעל הבית אויפן לייק קנעפל, ווי כאילו יענער בעהט זיך דערפאר.
-איר האט הנאה פון וואלפה'ס בילדער, אדער שעפטל'ס נייעס אפדעיטס, איר לייקט אבער נישט ווייל איר טראכט מ'וועט אייך אראפקוקן, זייט איר לייק דאך בלויז זאכליכע תגובות.
-איר האט געמיינט איר שרייבט סתם שטותים, ונבנתה דרינגט ארויס פון אייער תגובה עפעס אן אינטעליגענטע צוטרעף, און איר פירט ווייטער דעם שמועס כאילו איר האט טאקע דאס געמיינט.

מ'קען צולייגן.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

האסט א road rage מיט איינעם און ווילסט נישט אריין קראכען אין איהם אבער האסט הנאה אז ער זעצט אריין אין א צווייטען
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

האסט א נארישע שאלה און שעמסט דיך צו פרעגען, אבער האסט הנאה אז ידען האט עס געפרעגט

(אבער דיר וועט מען ענפערען שנעלער ווי ווי מע ענפערט ידען)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יואב האט געשריבן:-איר וואלט געפייגערט צו זיין יידל, איר באלעקט זיך מיט זיינע תגובות. למעשה טאנצט איר אויף ווי א פראש, אויב איר האט א געלעגנהייט צו פאריכטן זיין ספעלינג אדער גרעמער.

דא האב איך מיך באליידיגט.
איך האב גראדע אמאל פארראכטן יידל א טעות אויף א ווארט, אבער נישט צוליב קנאה, נאר פשוט כ'האב באמת נישט פארשטאנען. און ס'איז געווען א פרעמדע נושא, דעריבער האב איך געטראכט מעגליך ס'פעהלט אין מיין הבנה.
אבער דו ביסט גוט!!!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואב די ביסט א ריז! ענק שבענקים. אן אייגענארטיגע זיסע זאפטיגע שפראך, א געזונטע חוש פאר הומאר און א ציפעדיגע קריטיק.
איך האב זייער הנאה פון דאס וואס האט דא פאסירט: יואב האט מיר משבח געווען און בארירט עמיצן וואס האט מיר געצימבעלט, אבער איך וואלט עס נישט אליין געטון. פאר דעם איז דא דער שר צבא וואס טוט די ארבעט!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איר ווילט לייקן א קאטעווערסאלע תגובה אבער איר שעמט זיך, און איר האט הנאה אז געפילטע האט עס געלייקט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דו ווילסט לייקן מח שליט אבער דו פארשטייסט נישט וואס ער זאגט, אבער האסט הנאה אז קופערניקוס האט אים געלייקט.
ס'איז אבער נאר א האלבע נחמה. ווען דו זעסט אז לעיקוואד פרעגט אים אפ. אההה, נו, נאך א מזל האסט אים נישט געלייקט... (העי! לעיקוואד'ן האסטו יא פארשטאנען?)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

יואב האט געשריבן:
-איר קענט קוים ווארטן פאר א פרישע בענדזשעמין פרענקלין ארטיקל, איר וועט אבער לייקן איציק פאר צושניידן זיין ארטיקל.


מ'קען צולייגן?
איר זענט אנגעוויזן אויף א לייק ווי א קינד אויף אביסל אטענשאן. עס פאסט אייך נישט צו בעטן בפירוש, אבער איר האט הנאה אז עס פאסירט...
(כ'מיין נישט חלילה קיינעם פערזענליך)

אגב, עמיצער האט באמערקט וואס יואב האט דא געטוהן? ער איז אויפגעקומען מיט א געניאלע המצאה: גיב יעדן אטענשאן און באקום אסאך לייקס!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

נאט אייך דעם לייק.
כ'זעה אבער אז איר האט זיך נישט געלאזט. ווי א נבון וואס איז א מבין דבר מתוך דבר, האט איר באשלאסן איבער צו קלוגן דעם געניאלן בייפאל פון יואב'ן, און אים נישט שענקן א לייק להוציא מלבו. מ'שטיינס געזאגט אז ער וועט קומען ווי א נארמאלן מענטש און בעטן א לייק, וועט איר נידערן בבית גנזיך, עפענען די פארזיגעלטע לייק אוצר, און זעהן לפי המצב אויב איר קענט אים שענקן איינס. נו גוט, פלעגט מען זאגן ביי אונז.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

אוי א שאד יואב, האסט געשריבן צופיל סיבות פארוואס איך זאל דיר נישט לייקן, אבער ס'איז א פיין שטיקל.
שוין ווייסט וואס מי ראה את אלו יוצאין ומליקקין.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

יואב האט געשריבן:פאלגענד שאקל איך ארויס עטליכע, ווער ס'וויל קען צולייגן. קיין סאך איז מיר נישט בייגעפאלן, ווייל היינט האב איך אפגעכיפערט דעם דאווענען.

יואב, א זיסער צינישער ליקוט.
נאר איך זע קיינער שרייבט נישט, וועל איך עס טון אין גייסט פון דעם אשכול.

איך האב הנאה ווען איינער הייבט אן מיט אזא סארט הקדמה ווי "איך שאקל ארויס עטליכע", ווען למעשה שאקלט מען ארויס א צוויי מנינים (אזוי ווי די משוגעת פון דרשנים צו זאגן אז מ'וועט נאר זאגן א קורץ ווארט, ווען למעשה האט ער אנגעגרייט א פאק מיט ישמח משהס און חתם סופרס און גייט פון איין גוט ווארט צו א צווייטן עד נאזיום.) און דערנאך "קיין סאך איז מיר נישט בייגעפאלן", ווען ווי געשמועסט איז ער געשפרונגען פון זיך אליין פון דעם ריזיגן צאל פון געניאלע המצאות און קלינגענדיגע ביישפילן וואס זענען איינגעפאלן, "ווייל היינט האב איך אפגעכיפערט דעם דאווענען", ווי גלייך מען האט ממש קיין עקסטערע מינוט נישט געשפענדט דערפאר נאר עס האט זיך אזוי פונקט ארויסגעשאקלט אינמיטן א כיפערדיגן דאוונען (א שטייגער ווי די זעלבע בעלי דרשנים וואס געבן א האלב-שעה'איגע הקדמה פון "כ'האב זיך ממש נישט פארגעקוקט, נאר אזוי אויפ'ן וועג אהער איז מיר פונקט איינגעפאלן א ווארט פון אים און יענעם און א שילוב פון דעם ערשטן, מיטלסטן און לעצטן ווארט פון דער וואכעדיגער סדרה וואס לאזט זיך צופעליג משלב זיין מיט דעם היינטיגן הוד שבנצח, וואס איז פונקט בגימטריא ווי די מסכתא וואס מ'האט דא מסיים געווען צוזאמען מיט'ן כולל." קאם אן, ביסט געזיצט א שטיק צייט און געארבעט דערויף און ב"ה עס איז ארויסגעקומען א געלונגען שטיקל. עס קומט זיך ווייטער פול קרעדיט דערפאר.)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

@שרגא, קודם כל, דער ארטיקל איז געשריבן געווארן 7:17 Am.
איך גלייב איר זענט מיר נישט חושד אין אפרעכטן אברהם'ס געבעהט, טאקע אין תרח'ס זאנע.
מילא די לענגסטע וואס כ'האב געקענט דאווענען אויב כ'האב מיר מיט געכאפט מיטן וותיקין וואגאן, פלאס א קליינטשיגע אבער זאפטיגע לשון הרע נאכן דאווענען, ווי לאנג האט דאס שוין געקענט זיין ?

צווייטנס, פרעג איך דיר, קאן מען דען נישט שרייבן מער ? גלייכסט דאס צו בעלי דרשנים וואס נעמען איין זאץ אויף וואס מ'האט שוין גערעדט איבער דעם כמעט אזוי לאנג ווי דער וועלט שטייט, א שטייגער ווי חנוכה אור הגנוז,פורים קימו וקבלו, פסח שאור שבעיסה, שבועות כאיש אחד בלב אחד, 3 וואכן רב לך שבת בעמק הבכה, שמחה פון חמשה עשר באב, ערענסקייט פון ראש השנה, הייליגקייט פון יום הקדוש, געוואלדיגקייט פון סוכות, גרויסקייט פון שמחת תורה אא"וו. און פייניגען דערמיט די מענטשהייט.

דריטנס, איך בין שפראך לאז, איר האט מיר גענאגלט ווי די אידן דעם אותו האיש. פארפאלן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

יואב האט געשריבן:דריטנס, איך בין שפראך לאז, איר האט מיר גענאגלט ווי די אידן דעם אותו האיש. פארפאלן.


און פונקט ווי די אידן האבן דאך באמת 'נישט' גענאגלט יוזל'ען, אזוי האב איך דיך אויך נישט... א פיינע מליצה.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

אמאליגע ניקים. אמאליגע פאליטיק..

אבער אין כל חדש תחת התחת.. מ'קען רעילעיטן צו די מושגים.. נאר די נעמען האבן זיך געטוישט.

(ווי. - איר וואלט נישט געלייקט, נאר איר זעהט די חכמי השטיבל לייקן שטעלט איר זיך צו. מי ראה אלו יצאו... וכדו')
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

שעפטאל האט געשריבן:אמאליגע ניקים. אמאליגע פאליטיק..

אבער אין כל חדש תחת התחת.. מ'קען רעילעיטן צו די מושגים..

(ווי. - איר וואלט נישט געלייקט, נאר איר זעהט די חכמי השטיבל לייקן שטעלט איר זיך צו. מי ראה אלו יצאו...)
כ'אדיר געגעבן דאס לייק, יעצט זאג אויס, וואס טוסטו מיט אזוי סאך לייקים? ווי האלטסטו דאס?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@אלע צוזאמען

א תגובה אהן קיין לייק מאכט מיך אביסל דערשראקן, אפשר באלמוטשע איך סתם די מענטשהייט?

(דערפאר לייק איך אזוי פיהל, מיינענדיג אז יעדער האט די זעלבע קאמפלעקסן ווי מיר..)

אלטע לייק'ס העלפט נישט פאר די תגובות פון היינט, ווייל אפשר איז די היינטיגע תגובה נישט אין מויל צו נעמען..

וואס כ'טוה מיט די לייק'ס?

מיין לייק'ס לייף סייקיל.

1. צום ערשטען לייקער אויף א תגובה (ווער רעדט נאך אויב ס'האט גענומען א שעה..) זאג איך (שטילערהייט כאילו ער הערט..) "שכח פאר מיך ראטעווען פון מיינע פחדים, שכח פארן הנאה האבן".

2. פאר די צווייטע און דריטע זאג איך שוין שכח מיט א שמייכל, " אקעי, סאו ס'נישט א סטופיד תגובה? אה! ב"ה!

3. פון 4 לייק'ס און ווייטער (חוץ פונעם שכח), ווערט עס טרענספארמירט אין גוטע קאנפידענס ענערגיע וואס דרייעט אהן מיין הארץ מיט נאך א אשכול, תגובה.

4. אבער ווי נאר כ'לייג עס ארויף, ווערט די גאנצע ענערגיע אויסגעדרעינד פון שרעק, אפשר האט מען נישט הנאה, אפשר עקספעקט מען מער.

דאן הייבט זיך אהן די סייקיל פון פריש..
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

און וואס וועט זיין אויב מען האט נישט הנאה?... הא? א געשעפט האסטו מיט די מענטשהייט? וואס איז אויב זיי האבן נישט הנאה פלאס דו ווייסט ניטאמאל ווער זיי זענען? וואס איז די שרעק אינוואלווד?

איך $charge 200 א שעה :lol:
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

איך לייג צו א שורה

דו האסט מורא זיך צו טרעפן מיט די פארשטינקענע פילינג אז איך בין סתם א גארבידז און א גארנישט!

און דא קימט שוין יא אריין 'שרעק'

סאיז גאר שרעקעדיג און פיינפול זיך צו טרעפן מיט דעי פילינג
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

איי לעכטיגע @שפילער
לאמיך עס מסביר זיין מיט א משל. ס'געוועהן אמאל א קעניג. וואס האט געהאט א בת יחידה, וואס זיכט א חתן...
--

ישנם שני מיני ניקים..

1. וואס קאנעקט מיט אנדערע ניקים, ער רעספעקט אנדערע און וויל נישט נערווירן. ביז ער ווערט אנגענימען אין די ק"ש אישי גראופ'ס..

2. וואס קומט סך הכל צו נעמען. (שרייבן? נאר זיינע אגענדעס. וכדו'.)
דער האט קיין פראבלעם זיך צו באמאכן אויפן ציבור, א געשעפטן האב איך מיט די מענטשהייט..

איך בין ב"ה אין די ערשטע סוג. און א יאמן ביאינג, כ'קען אראפ שלינגן אויב כ'בין נישט וועלקאם ערגעץ, אבער ס'קאסט מיך פּעין און איבריגע ענערגיע.
כ'דאווען פאר חיים של עושר וכבוד והיינו רעספעקט. כ'בין אקעי מיט דעם, כ'קען עס איינזעהן, און אפי' אויסזאגן..

איך נעם $500 א האלבע שעה... :lol:

א זיס געבענטשט לעכטיג יאהר! :)
פארשפארט