רוב המון וועט נאר פארשטיין לאחר המעשה, טו בעד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר און פראפעסאר שפירא, ביטע צייכנט צו צו איין סייענטיפיק סטאדי אז וואקסינס זענען שעדליך. (נישט אז עס האט סייד עפפעקטס, נאר אז זיי זענען שעדליך).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פראפעסאר, אן אריינגיין ווער איז גערעכט - איך וויל פארשטיין, ווער האט דיר אויפגעקלערט?
פארוואס פון גאנץ כלל ישראל ביסטו - און בלויז דו - באשאנקען געווארן מיט אזא טיפן טראכטעדיגן קאפ, משכמו ולמעלה גבוה מכל העם?
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קען זיין אז פראפעסער שפירא איז גערעכט, אבער אזוי ווי אין אלע קאנספיראציעס מוז מען אננעמען אז מענטשן זענען זייער שלעכט. און נישט נאר דאס, נאר אז נישט די לוזערס, מערדערס, נארקאטיקס און דזשאניקס זענען שלעכט, נאר מענטשן וואס האבן אוועקגעגעבן זייער גאנץ לעבן אין קאלעדזש און פירן אן אנשטענדיג לעבן מיט א שטארקע סטרוקטור און פעסטע יסודות, זענען אין אמת'ן מאסן מערדער.
איך גלייב אין די גוטסקייט פון מענטשהייט, און טוה מיר א טובה ווארף מיר נישט יעצט די האלאקאסט אין פנים אריין. די האלאקאוסט איז געווען א דבר שהיה בכלל ויצא לידון בדבר החדש, ואין לך בו אלא חידושו.
נאך א זאך דארף מען גלייבן אין קאנספיראציעס אז מענטשן ווערן זייער פרייליך צו אנשליסן זיך אין א גרויסע געהיימע שלעכטע אונטערנעמונג, און מענטשן וועלן קיינמאל נישט פארראטן די קאנספיראטארן. קיין איין דאקטאר-פארשער-אפטייקער האט נישט געהיים אפגעכאפט הארטע באווייזן אויף די קאנספיראציע און עס ארויסגעגעבן.
קיין איין עף בי איי אגענט אדער סעקיורעטי פיגור, איז נישט ארויסגעקומען דערציילן סודות פון חדר איבער סעפטעמבער עלעווען, א בדידי הוי עובדא געשיכטע, אפילו אז ער וואלט געקענט ווערן א הערא איבערנאכט.
מען דארף אויך גלייבן אז די מידיא וואס האט ליב צו אריינדרינגען אין חדרי חדרים און אויפדעקן זאכן, ארבעט מיט אינאיינעם מיט די קאנספיראטארן אויף טריט און שריט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג האט געשריבן:פראפעסאר, אן אריינגיין ווער איז גערעכט - איך וויל פארשטיין, ווער האט דיר אויפגעקלערט?
פארוואס פון גאנץ כלל ישראל ביסטו - און בלויז דו - באשאנקען געווארן מיט אזא טיפן טראכטעדיגן קאפ, משכמו ולמעלה גבוה מכל העם?

ווייל ער האט נישט געטרונקען קיין פלארייד וואסער, נישט געגעסן קיין GMO, נישט געוואוינט אין מאנסי וואס איז נאענט צו די נוקלעארע רעאקטער, נישט זיך געשטאכן מיט וואקסינען און נישט געגאנגען אין פובליק ביהכ"ס.
וואס, דו ווילסט מיר זאגן אז דו ווייסט נישט פון דעם קאנספיראציע צו פאר'סמ'ן אלע פובליק ביהכ"ס? עס איז א פאקט, עס זענען דא קלארע דאקומענטעריס אויף דעם!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קופערניקוס, דיין נקודה גייט נאך ווייטער. די אלע קאנספיראציע טעארעטיקער האבן בעצם די מעגליכקייט צו גיין אין קאלעדזש, באקומען א דעגרי אין ביאכעמיע, זיך אנשליסן אין א פארמעסוטיקעל, און ארויסקומען דערנאך מיט אלע סודות! ווער לאזט זיי דאס נישט טון?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:יאיר און פראפעסאר שפירא, ביטע צייכנט צו צו איין סייענטיפיק סטאדי אז וואקסינס זענען שעדליך. (נישט אז עס האט סייד עפפעקטס, נאר אז זיי זענען שעדליך).

יידל, וואס איז די פוינט פון ברענגען שטודיעס אויב זיי ווערן סייווי דורכגעפירט דורך האלאקאוסט פלאנירער?
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ענטפער וועט אסאך מאל גיין צו מאכן די קאנספיראטארן נאך סאך גרעסערע מאנסטערס און סופער היומענישע מערדערס, און דאס איז די סיבה פארוואס קיינער וועט נישט ארויסקומען קעגן זיי. די רשעות פון די קאנספיראטארן איז נישט בלויז א אומפארשטענדליכע זאך, נאר די אימה אנווארפענדע הסבר אויף די קאנספיראציע.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

שמעקעדיג האט געשריבן:פראפעסאר, אן אריינגיין ווער איז גערעכט - איך וויל פארשטיין, ווער האט דיר אויפגעקלערט?
פארוואס פון גאנץ כלל ישראל ביסטו - און בלויז דו - באשאנקען געווארן מיט אזא טיפן טראכטעדיגן קאפ, משכמו ולמעלה גבוה מכל העם?

קודם ס'דא אסאך אידען וואס געבען נישט קיין ואקסינס, אין צווייטענס געוויסע אומשטענדען אין מיין לעבען האבען מיר געצווינגען צי איינזעהן געוויסע זאכען, אין צי אדורעך טוהן אנדערע, כ'בין נישט שלמה המלך אין נישט משה רבינו, כ'בין א פשוטער איד,
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:קופערניקוס, דיין נקודה גייט נאך ווייטער. די אלע קאנספיראציע טעארעטיקער האבן בעצם די מעגליכקייט צו גיין אין קאלעדזש, באקומען א דעגרי אין ביאכעמיע, זיך אנשליסן אין א פארמעסוטיקעל, און ארויסקומען דערנאך מיט אלע סודות! ווער לאזט זיי דאס נישט טון?

'די סייענטיפישע עסטאבלישמענט וועט זיי סטראשען מיט 'די ערגסטע אויב זיי זענען מגלה אלע געהיימע פלענער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:יאיר און פראפעסאר שפירא, ביטע צייכנט צו צו איין סייענטיפיק סטאדי אז וואקסינס זענען שעדליך. (נישט אז עס האט סייד עפפעקטס, נאר אז זיי זענען שעדליך).

יידל, וואס איז די פוינט פון ברענגען שטודיעס אויב זיי ווערן סייווי דורכגעפירט דורך האלאקאוסט פלאנירער?

נע, כ'רעד נישט פון שטודיעס וואס ווייזן אז וואקסינען העלפט, כ'רעד פון שטודיעס אז וואקסינען זענען שעדליך. פראפעסאר שפירא טענה'ט אז עס זענען דא אזעלכע שטודיעס. חוץ פון וועיקפיעלד'ס פאלשע שטודיע איז נישטא אזעלכע שטודיעס. איך טשעלנדזש דעריבער שפירא צו ברענגן א ראיה לדבריו אז עס זענען יא דא אזעלכע שטודיעס. פון מיר אויס קענען די שטודיעס זיין פון עליענס, עז לאנג עז זיי זענען סייענטיפיק שטודיעס.

קופערניקוס האט געשריבן:די ענטפער וועט אסאך מאל גיין צו מאכן די קאנספיראטארן נאך סאך גרעסערע מאנסטערס און סופער היומענישע מערדערס, און דאס איז די סיבה פארוואס קיינער וועט נישט ארויסקומען קעגן זיי. די רשעות פון די קאנספיראטארן איז נישט בלויז א אומפארשטענדליכע זאך, נאר די אימה אנווארפענדע הסבר אויף די קאנספיראציע.

אבער די קאנספיראציע טעארעטיקער טוען סיי ווי מגלה זיין די געהיימע פלענער, נו, זאלן זיי שוין זיין בעלנים און ברענגן הארטע ראיות!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך אלע מעשיות רעספעקטיר איך פראפעסער שפירא פארן איינזעהן זיין מיינונג און איר שטארק פארטיידיגן מיט א שטארקע איינזעעניש, אבער עס האנדלט זיך דא פון זייער אן ערנסט ענין, ארויסנעמען א קלוגע היימישער יונגערמאן פון א גאר שטארק אויפגעבויטע טעאריע אין וועלכע ער גלייבט מיט זיין גאנצע נשמה, לאמיר דא באמת איבערגיין אלעס מיט גרונטליכקייט, אן קיין לשונות פון ביטול, און ווער עס מאכט פראפעסער שפירא געבן וואקסינען פאר זיינע קינדער באקומט פון מיר א סכום הגון
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

קופערניקוס האט געשריבן:מוז מען אננעמען אז מענטשן זענען זייער שלעכט.

אינגאנצען נישט, רוב מענטשען זענען נישט שלעכט, די שלעכטע זענען א קליינע קליינע מיעוט ביים שפיץ,

דאקטורים עכ"פ רוב זענען מענטשען וואס קענען באמת מיינען גוט, נאר זיי ווייסען נישט בעסער, אין איינער וואס האט אריינגעלייגט זייער גאנצע לעבען אין א סאבדזשעקט, ועט פארשטייט זיך נישט וועלען גלייבען אז עס איז פראבלעמאטיש,

אין בכלל רוב שלעכטס געשעהט דורעך גוט מיינענדע מענטשען,
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:יאיר און פראפעסאר שפירא, ביטע צייכנט צו צו איין סייענטיפיק סטאדי אז וואקסינס זענען שעדליך. (נישט אז עס האט סייד עפפעקטס, נאר אז זיי זענען שעדליך).

יידל, וואס איז די פוינט פון ברענגען שטודיעס אויב זיי ווערן סייווי דורכגעפירט דורך האלאקאוסט פלאנירער?

נע, כ'רעד נישט פון שטודיעס וואס ווייזן אז וואקסינען העלפט, כ'רעד פון שטודיעס אז וואקסינען זענען שעדליך. פראפעסאר שפירא טענה'ט אז עס זענען דא אזעלכע שטודיעס. חוץ פון וועיקפיעלד'ס פאלשע שטודיע איז נישטא אזעלכע שטודיעס. איך טשעלנדזש דעריבער שפירא צו ברענגן א ראיה לדבריו אז עס זענען יא דא אזעלכע שטודיעס. פון מיר אויס קענען די שטודיעס זיין פון עליענס, עז לאנג עז זיי זענען סייענטיפיק שטודיעס.

ווער זאל מאכן די סייענטיפיק שטודיע? די נאצי-סייענטיסטן?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

קופערניקוס האט געשריבן:וועלכע ער גלייבט מיט זיין גאנצע נשמה,

מיט מיין גאנצע נשמה גלייב איך נאר אין איינציגען באשעפער
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:וועלכע ער גלייבט מיט זיין גאנצע נשמה,

מיט מיין גאנצע נשמה גלייב איך נאר אין איינציגען באשעפער

וואס איז דאס? נאך א קאנספיראציע?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

יידל האט געשריבן:וואס, דו ווילסט מיר זאגן אז דו ווייסט נישט פון דעם קאנספיראציע צו פאר'סמ'ן אלע פובליק ביהכ"ס? עס איז א פאקט, עס זענען דא קלארע דאקומענטעריס אויף דעם!

ווי עס שיינט ביסטע סתם א קאנספיראציע טעאריסט, ברענג מיר א סטאדי אז ס'שעדליך,
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:וואס, דו ווילסט מיר זאגן אז דו ווייסט נישט פון דעם קאנספיראציע צו פאר'סמ'ן אלע פובליק ביהכ"ס? עס איז א פאקט, עס זענען דא קלארע דאקומענטעריס אויף דעם!

ווי עס שיינט ביסטע סתם א קאנספיראציע טעאריסט, ברענג מיר א סטאדי אז ס'שעדליך,

http://journals.lww.com/epidem/Fulltext ... .1228.aspx
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

יענץ איז די וועיקפיעלד פין די פאבליק טוילעט סומאטוכע
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ששש... זאג נישט אויס. די חברה ווילן אים סתם אינטערברענגן ווייל ער האט זיך דערוואגט ארויסצוקמען מיט די סוד אז זיי זייען אן סם המוות אין די טוילעטס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך גימפל »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
אינגאנצען נישט, רוב מענטשען זענען נישט שלעכט, די שלעכטע זענען א קליינע קליינע מיעוט ביים שפיץ,

דאקטורים עכ"פ רוב זענען מענטשען וואס קענען באמת מיינען גוט, נאר זיי ווייסען נישט בעסער, אין איינער וואס האט אריינגעלייגט זייער גאנצע לעבען אין א סאבדזשעקט, ועט פארשטייט זיך נישט וועלען גלייבען אז עס איז פראבלעמאטיש,

אין בכלל רוב שלעכטס געשעהט דורעך גוט מיינענדע מענטשען,

איך כאפ נישט גענוי, ווי איז די שפיץ, און ווער איז איינער?
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך ברוין »

מיך ווינדערט איין זאך. די זעלבע מענטש וואס גלייבט אז ניין עלעווען איז א אינסייד דזשאב און באסטאן איז א שפיל פון די רעגירונג דער זעלבער גלייבט נישט אין וואקסינען פארוואס? ווי ווערט דאס פארבינדן? איז נישט מעגליך צו האלטן אז וואקסין איז שלעכט אבער נאך אלס גלייבן אז בין לאדין איז א טעראריסט?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איי די חברה.

וואס וועט זיין?

וויאזוי קען מען זיך טאקע אן עצה געבען מיט די חברה?

שוין איך טרינק שוין נישט די וואסער, ווייל איך וויל שוין נישט זיין אן עקשן, און די וואסער מאכט מיך זיין אן עקשן כמבואר במק"א, דערווייל האט מיין עקשנות גענומען א ציה ארויף, און איז געוואקסען נאך מער, און מיין צאן ווייטאג איז צוריקגעקומען, זעהט אויס די פלארייד האט עפעס אויף געטוהן דארט.

אבער וואס קען מען טוהן למעשה פראפעסער?

אפשר גיימיר צוזאמען אין קאנטרי, און מאכען א פארעם, מיט שעפסעלעך און ציגעלעך, און מען וועט לעבען דארט איש תחת גפנו איש תחת תאנתו?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט