[justify]דו פיהלסט אמאל אז דו האסט פראבלעמען צו פיהרן געשפרעכן מיט אנדערע, כאטש דו האלטסט זיך פאר גאר א קלוגע אינטעליגענטע פערזאן?
אויב יא, וואונדערסטו זיך מסתמא. "פארוואס ביסטו אזוי שוואך אין מאכן חבירים, אדער געשמאק פארברענגען מיט אנדערע, כאטש דו ביסט אזוי קלוג און דו ווייסט אזויפיהל אינטרעסאנטע זאכן.
די אמת איז אז סאושעל טאלאנטן און אינטעליגענציע מוזן נישט אלעמאל גיין צוזאמען.
אין פאקט. אסאך מענטשן מיט דורכשניטליכע אינטעליגענץ און געווענליכע אינטערעסע זענען פיהל בעסער אין שמועסן פון דאס און יענץ, און פארמאגן בעסערע סאציאלע טאלאנטן ווי מענטשן וואס זענען אויסטערליש אינטעליגענט.
פארוואס איז עס אזוי?
פאלגענד זענען עטליכע סיבות פארוואס גאר קלוגע און קריעיטיוו מענטשן האבן אפט שוועריגקייטן אין פיהרן פשוטע שמועסן סוקסעספול.
1) זיי קענען זיין פערפעקשאניסטס. די סארט מענטשן קענען האבן צומאל גאר הויכע ערווארטונגען פון זיך איבער אלעס וואס זיי טוען. און אויב שפירן זיי אז זיי זענען אדורכגעפאלן אויף עפעס, פסק'ען זיי זיך אפ גאר שנעל און הארב.
2)מענטשן וואס זענען זייער קלוג, האבן צומאל אוועקגעגעבן מערסטנס פון זייער לעבן כדי צו ווערן מער אינטעלעקטואלי אנטוויקלט. אבער צומאל פארנאכלעסיגן זיי צו אנטוויקלען זייער סאציאלע און עמאציאנאלע טאלאנטן.
3) זיי קענען זיין גאר ערנסטע מענטשן, און גלייבן אז זיי מעגן בלויז אוועקגעבן זייער צייט אויף טראכטן איבער ערנסטע נושאים, און רעדן איבער ערנסטערע ענינים. זיי וועלן גלייבן אז רעדן איבער אומוויכטיגע זאכן איז אנגעברענגט די צייט. דאס מאכט זיי ווערן שנעל באורד מיט סתם פלוידערייען וואס קוקט נישט אויס ס'זאל פירן ערגעצוואו.
4) אין געוויסע פעלער וועלן מענטשן וועלכע זענען קלוגער ווי דורכשניטליך, זיך פיהלן העכער ווי אנדערע, און גלייבן דעריבער, אז זיי דארפן נישט פארברענגען זייער צייט מיט געווענליכע מענטשן, און האבן מיט זיי געווענליכע שמועסן. ד.ה. אז זיי קענען צומאל באמת זיין סנאבס (בעלי גאה) טיף אין הארץ
5) אסאך גאר אינטעליגענטע מענטשן ליידן פון עקסטרים שעמוועדיגקייט אדער פון ארימע זעלבסט-חשיבות. דאס קען מעגליך זיי מאכן שפירן אז זיי האבן גארנישט אינטרעסאנט אדער ווערטפול אויפ'ן מינוט, צוצוגעבן צו א שמועס. הויכע אינטעליגענץ מיט הויכע סעלף עסטים גייט נישט דוקא צוזאמען.
6) אסאך זייער קלוגע מענטשן, באזוינדער די וועלכע זענען שטארק אין סייענטיפישע און מאטאמאטישע טאלאנטן ליידן פון א שוואכקייט גערופן אספערדזשערס סינדראם. די צושטאנד וועלכע איז ווי מ'גלייבט פארבינדן מיט אוטיזם, קען זיך ארויסווייזן אין אסאך סארטן אופנים.
אפטמאל, דער וואס (ליידט) פון א געוויסע שטאפל פון אספערדזשערס איז מורא'דיג גוט אין זיך קאנצערטרירן אויף א סייענטיפישע סאבדזשעקט. אבער איז נישט אומשטאנד צו פארשטיין די סארטן סאציאלע אויפפירונגען און בעהעיוויערס צווישן חבירים, וועלכע רוב מענטשן נעמען פאר גרענטעד. מענטשן מיט אספערדזשערס קענען צומאל רעדן אין א ניגון-לאזע אומבויגוועדיגע מעכאנישע וועג, און אויסקוקן אומאינטרעסאנט אין אנדערע מענטשנ'ס עמאציאנאלע לעבנס.
אן אינטעליגענטע בריליאנטענע מח איז בלויז איין אספעקט פון א בשר ודם. נישט קיין נ"מ ווי קלוג א מענטש איז, א מאנגל אין סאציאלע טאלאנטן קען אים האלטן צוריקגעבליבן אין זייער סאושעל לעבן און קאריערע.
אויב דו ביסט איינע פון די סארט מענטשן, וואס איז היבש קלוג, אבער האט פראבלעמען מיט סאציאלע באציאונגען און אין מאכן קליינליכע געשפרעכן מיט מענטשן, וואס זאלט איר טוהן?
צוערשט, מוזטו זיך אליין פרעגן, אויב פארבעסערן דיינע סאציאלע טאלאנטן איז עפעס וואס דו ווילסט אמת'דיג טוהן.
אויב וועט די ענטפער וועט באמת זיין: ניין! דאן דארפסטו נישט ארבעטן צו פרובירן פארבעסערן די ספעציפישע טאלאנט.
אין פאל די ענטפער איז יא! האב איך פאר אייך גוטע נייעס. דו קענסט באמת פארבעסערן אייערע שמועסן טאלאנטן, און דיין מעגליכקייט יא צו הנאה האבן פון סתם פלוידערייען. און האבן א געשמאקע סאושעל לייף מיט אנדערע.
וועסט זיך דארפן צובינדן און אבליגירן זיך איינצוגעוואוינען און פראקטאצירן די נייע סקילס און גוטע באנעמונג צווישן דיר און אנדערע. אבער מיטן חזר'ן, און זיך באפלייסן דערין וועסטו מצליח זיין צו ווערן אסאך מער ערפאלגרייך אין די דאזיגע שטחים פון דיין לעבן.[/justify]
עס פעהלט אייך פריינד? איר שפירט איינזאם? אויסגעשלאסן?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- גדעון
- היימישער באניצער
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
- האט שוין געלייקט: 284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:וועסט זיך דארפן צובינדן און אבליגירן זיך איינצוגעווואינען און פראקטאצירן די נייע סקילס און גוטע באנעמונג צווישן דיר און אנדערע. אבער מיטן חזר'ן, און זיך איינגעוואוינען דערין וועסטו מצליח זיין צו ווערן אסאך מער ערפאלגרייך אין די דאזיגע שטחים פון דיין לעבן.
דאס אלעס? וואס איך נעם ארויס אויף למעשה איז, אז איך דארף בלויז:
1) צובינדן
2) אבליגירן
3) איינצוגעווואינען
4) פראקטאצירן
5) חזר'ן
6) איינגעוואוינען
אנטשולדיג מיר, אבער נאך אזא הקדמה האב איך מיך גערישט אויף עפעס מער, איך האף אז ס'קומט א המשך.
פון די אנדערע זייט, וואס ווייס איך דען? וואס פארשטיי איך צו "פיהרן פשוטע שמועסן סוקסעפול"
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
טאמבעל, האסט עס אפשר אנגערירט אין נומער 5 אבער נישט אינגאנצן.
די ריעל סיבה לשיטתי איז אז א טראכטער האט עפי"ר מערערע קאמפלעקסן. ערשטענס לייגט ער גאר שטארק געוויכט אויף וויזוי ער פערפארמט, צווייטס האט ער מורא צו יענער איז אינטערעסירט בכלל צו רעדן צו אים, און דאס ערגסטע איז נאך אז ער רעדט זיך איין אז יעדער איז אזוי קלוג ווי ער. און דאס דער יסוד, אויב זאל ער וויסן אז כמעט יעדער פון זיינע שכינים אין זיין נייעם ביהמ"ד האט א איי קיו פון 80 וואלט די ערשטע 2 אוועקגעפאלן.
און פאר דעם קען מען טאקע זעהן ווי ס'איז די שמויגערס וואס האבן קאנטאקטן מיט עשירים און מיט די גבאים. וק"ל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
[justify]פיהר סיבות פארוואס קלוגע מענטשן געפינען זיך אפטמאל אויסגעשלאסן פון די ארומיגע געשמאקע שמועסער. און פאלן אדורך ווען עס קומט צו סאציאלע פארברענגען מיט פריינד. (אפשר אזוי גדעון וועסטו וויסן מער פונקטליכער אין וועלכע תחומים צו ארבעטן.
1) זיי זוכן פאר אינפארמאציע אנשטאט פשוטע סאושעל סקילס.
ווען זיי שטייען למשל ביי א שמועס און זיי ווילן איבערקומען שעמוועדיגקייט אדער סאציאלע ענקזייעטי, וועלן זיי אפירזוכן און פרובירן אויפקומען מיט דעי שטיק אינפארמאציע כדי צו געווינען אנדערע זאלן זיי ליב האבן. זיי זוכן דעי כאפ, צו געפעלן די ארומיגע. אנשטאט פשוט צו זיין א געשמאקע אפנהארציגע געפיהלישע מענטש, ווי אלע אנדערע. עס איז ווי כאילו זיי פיהלן אז בעסיק סאושעל סקילס זענען געמאכט פאר נארישע מענטשן, נישט פאר קלוגע אינטעליגענטע מענטשן. און עס איז זיי נישט ווערט די צייט וואס עס נעמט זיך צו לערנען אט די סאציאלע טאלאנטן.
סאציאלע טאלאנטן איז בלויז - טאלאנט
סאציאלע סקילס איז נישט - אינפארמאציע
און ס'איז נישט - טעאריעס.
ס'איז פלעין טאלאנט, וואס נעמט צייט זיך צו לערנען און ווי לענגער מ'פארברענגט און מ'גייט ארויס מיט מענטשן (אויף זייער געווענליכע דורכשניטליכע לעוול, אלץ מער לערנט מען זיך עס)
דאס לערנט מען זיך נישט אויס דורך טראכטן, אדער צען שעה עדיוקעישן. דאס דארף מען "פראקטאצירן".. ארויסגיין פיזיש און פראקטאצירן.
2) זיי טראכטן צו סאך
האסט שוין אמאל באמערקט אז די מענטשן וואס זענען אויסטערליש גוט אין מאכן חבירים און פארברענגען, פאליטיזירן מיט יעדעם זענען ממש אבסעלוטלי סטופיד.?!
ס'נעמט נישט לאנג איינצוזעהן אז רוב מאל די מענטשן וואס האבן די מערסטע סעלף קאנפידענץ זענען די מערסט אומגעלערנט (נישט אינטעליגענט) פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס זאלן זיי זיין אזוי גוט און פעסט ווען עס קומט צו חבירים און סאושעל לייף און דו וואס דו האסט אזויפיהל צו פארקויפן זאלסט אזוי מין סאקן אינדערצייט וואס ס'קומט זיך דיר אסאך מער אנערקענונג לויט די תוכן וואס דו פארמאגסט?!
דאס איז ווייל סאושעל באנעמונג און וויאזוי צו מאכן א שמועס, קען נישט ווערן געלייזט, און אויסגעפיגערט דורך טראכטן. אבער דאס איז וואס רוב שעמוועדיגע קלוגע מענטשן טוען. אויב קענען זיי נישט אויפקומען מיט עפעס פון וואס צושמועסן, וועלן זיי אנגיין צו טראכטן, טראכטן און טראכטן. נישט אינאכט נעמענדיג אז דאס איז די אנפאנג פונעם פראבלעם. זיי טראכטן צופיהל. אויב דו שטייסט מיט א קופקע, און דו האלטסט נישט מיט די שמועס, קען עס גורם זיין זאלסט פארדאגה'ט ווערן און איינזונקען אין מחשבות, זוכענדיג צו טרעפן א וועג ארויס, אין רעזולטאט פארלירסטו די המשך פון די שמועס. צווינג דיך צו בלייבן אינעם שמועס, און זאגן א דעה. איינמאל דו קאנצערטרירסט זיך צו פארבלייבן א חלק פון די שמועס, וועט זיין לייכטער פאר דיר צו טרעפן פון וואס צורעדן.
3) זיי נוצן זייער מח אקעגן זיך אליין.
זיי קומען אויף מיט אלע תירוצים און ערקלערונגען וואס זייער אומגלויבליך גוטע מח, זיך אויסצודמיונען אלע סיבות און אורזאכן פארוואס גארנישט (מצדם) וועט נישט ארבעטן ווען עס קומט צו סאציאלע סיטואציעס. אלע סארטן שרעקעדיגע בילדער און סצענעס פארוואס אלע אנשטרענגונגען צו פארבעסערן זייער סאציאלע לעבן וועט ווארשיינליך זיך נישט אויסארבעטן. און נאכדעם נוצן זיי די אליין פאבריצירטע סיבות און תוצאות צו באשאפן נעגעטיווע פיהלינגס.. וואס טוט זיי ענדגילטיג אפהאלטן פון האבן הצלחה.
זיי פרובירן אפילו נישט.
יעצט, איינמאל זיי זענען געקומען צום מסקנא אז ס'וועט דורכפאלן, מאכן זיי דעם דורכפאל אויסזען אין זייער מח אסאך ערגער ווי ס'איז באמת. זיי שאצן אלץ איבער. סיי זיי שאצן איבער די מעגליכקייט אז עפעס וועט געשעהן. און אויב עס געשעט שוין, שאצן זיי דערנאך איבער די קאנסקעווענצן וואס וועלן ארויסקומען דערפון. און דאס איז אזוי עכט ביי זיי אין מח. דעריבער זענען זיי מחליט "פארוואס אנפאנגען אפילו?" אויב גייט עס במילא אדורכפאלן, לוינט זיך שוין ענדישער נישט צו פרובירן. א דורכפאל איז געווענליך נישט אזא ביג דיעל ווי דיין מיינד שטעלט עס פאר. און די קליינע דורכפעלער זענען וויכטיג כדי צו פארבעסערן דיינע סאציאלע סקילס.
נוצן דיין מח צו טראכטן און מאכן חשבונות וועלן נישט העלפן ווען עס קומט צו די דאזיגע חלקים אין לעבן. און דאס אויסמיידן זיי... פירן עווענטועל צו ענגילטיגע דורכפאל.
4) זיי קענען נישט דיעלן מיט פחד און אנדערע עמאשנס.
א קלוגן מענטשנ'ס שטארקייט איז זיין מח.
זיין שוואכקייט איז אפטמאל זיינע געפיהלן. קלוגע מענטשן ווערן צומאל פארלאזירט דורך פחד. טאטאל אפגעשטעלט. פארפרוירן.
און וויבאלד אסאך קלוגע מנעטשן זענען נישט באקוועם צו דיעלן מיט זאכן אין וועלכע זיי טויגן נישט, וועלן זיי פשוט זיך צאמקוועטשן, אדער אוועקלויפן פון די פחד. אסאך מענטשן וועלן ענדישער שטארבן אין איזולאציע ווי איידער מודה זיין אז זיי ווייסן נישט וויאזוי צו דיעלן מיט זייערע געפיהלן. אדער חלילה וחס ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין זיך ווענדן פאר הילף!!
אבער די אמת איז אז יעדער קען זיך אויסלערנען וויאזוי צו קאנטראלירן זיינע עמשאנס . (אפי' פחדים) אויב זיי שטרענגן זיך נאר אן צו לערנען וויאזוי עס צו טאן.
אויב ביסטו פון די מענטשן. דערשרעק זיך נישט. נעם די עפערט'ס, ווער נישט דערשראקן אז מענטשן וועלן אראפקוקן אויף דיר אז דו דארפסט זיך אויסלערנען וויאזוי דאס צו טאן.
באטראכט גוט וויאזוי די 'נאטורליכע' מענטשן באנעמען זיך אין סאושל סיטואציעס, און לערן וויאזוי זייערע מוחות ארבעטן. וועסטו אנאפנגען פארשטיין וויאזוי איבערצוקומען די בושה און סאציאלע ענקזייעטי. און איינזען אז די וועג עס איבערצוקומען איז נישט אינגאנצן "לאגיק"....
ווי מער דו וועסט טרייען צו "פיקסן" דיינע פראבלעמען מיט דיין "מח" וועט עס דיר נישט העלפן, ווייל ער וועט זיך שווער לאזן ארייננארן. אנשטאט, פרוביר צו זיין נאטורליך, און טוישן אינערליכע פערסאנאליטי און צוגאנג, און ווערן מער אפענער, און נישט אזוי פארמאכט.
ס'איז פאראן א קלוגע פראזע "דו קענסט נישט לייזן א פראבלעם מיט די זעלבע מאס מחשבה וואס האט דאס באשאפן"
לערן וויאזוי איבערצוקומען די בוששה, און ווערן מער קאנפידענט. זיכער מיט זיך, אייביג און איבעראל. לערן וויאזוי צו בויען א רינג פון פריינד ארום דיך. און ווער פטור פון די אומבאקוועמע "ליידיגע" פיהלינג אין דיך וואס עסט דיך אויף פון אינעווייניג וויבאלד דו ווייסט נישט וויאזוי נישט צו זיין א אפגעשיידעטער. א נזיר!
ער טענה'ט אז אויב דו וועסט דאס אדורכלייענען וועסטו ווערן א געהאלפענער.
http://shynesssocialanxiety.com/products/[/justify]

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
אנטשולדיג מיר, אבער נאך אזא הקדמה האב איך מיך גערישט אויף עפעס מער, איך האף אז ס'קומט א המשך.
פון די אנדערע זייט, וואס ווייס איך דען? וואס פארשטיי איך צו "פיהרן פשוטע שמועסן סוקסעפול"
ט״ס האט נישט געזאגט אז יעדער שוואכע שמועסער איז א זשיניעס סך הכל אז אפילו מאיז, מיינט דאס נאך נישט קיין סאציאלע סקילס ודו״ק.
הוקפץ לאחרונה על ידי טאמבל סאס בתאריך דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves