כ'האב לעצטענס געמאכט א סטאדי און כ'וועל עס מיטטיילען מיט אייך חשובע חברים די רעזאלטאטן. ביטע ליינט עס מיט אויפמערקזאמקייט, ס'קען אייך ראטעווען דאס לעבן!
כ'האב באזוכט אינעם בית החיים און אויפגעפאסט אויף א מוראדיגע פאקט, נייציג פראצענט פון די נפטרים האבן בחייהם געטראגן אויגן געלעזער. דער שכל הישר דיקטירט אז אויגן געלעזער איז דער גרעסטער מערדער וואס ס'איז דא! טראכטנדיג אזוי דערמאן איך מיך, כ'גדענק נעבעך דעם קליינעם זיסן אינגל וואס איז ל"ע אומגעקומען אין אן עקסידענט דעם זעלבן טאג וואס ער האט באקומען ברילן. יעצט מאכט עס סענס. די ברילן איז שולדיג.
נאך מער, כ'האב נאכגעקוקט אין די אלטע ארכיון און געזעהן נאך א פאקט, פאר ס'איז געווען דער כלי משחית אויגן גלעזער, זענען הונדערט פראצענט מתים געווען פון דיע וואס טראגן נישט קיין ברילן. היינט צו טאגס זענען די נישט ברילן טראגער נאר צען פארצענט פון די מתים. ס'קומט אויס אזוי, ברילן הארגעט דעם וואס טראגט עס אבער איז א רפואה פאר וועם ס'שטייט ווייט פון דעם.
איך דערמאן מיך יעצט, כ'האב אמאל געזעהן א יוטוב קליפ ווי איינער איז מסביר אז די רעגירונג האט איינגעפלאנצן א טשיפ אין די ברילן. ס'מוז זיין אז די געווארמענט האט א מעגליכקייט אייך צו פארסאמען דורך דעם טשיפ. ס'איז א חלק פונעם מעסטער פלען פון די נישט ברילן טראגער צו הארגענען אלע ברילן טראגער. נאך א מזל אז כ'האב געזעהן דעם חכם מכל אדם אויף יוטוב, ס'גייט מיך ראטעווען דאס לעבן. נעבעך, אלע דאקטוירים זענען אומוויסענד, זיי ווייסן נישט וואס ס'גייט פאר אונטער זייער נאז. איך הער אפילו אז א חלק פון זיי מאכן במזיד שוואך אייער אויגן כדי איר זאלט מוזען האבן ברילן. יעצט פארשטייט מען שוין דעם אבאמא העלט קעיר פלאן, א חוץ פון די דעיד פענאלס מיט וואס ער פלאנט צו הארגענען וועם ס'שטייט אים אין וועג, וויל ער אז יעדער זאל האבן אינשורענס צו קענען קויפן ברילן, אזוי וועט ער גרינג קענען אראפרוימען פון וועג וועם ס'גליסט זיך אים.
רבותי! נעמט דאס נישט פאר לייכט, ווערט פטור פון אייער ברילן תיכף ומיד!
(איך ווייס נישט אויב סעקאנד הענד ברילן הארגעט אויך, אבער אלס א פריקאשען, שטייט אוועק פון יעדען וואס טראגט ברילן)
אז כ'בין שוין געווען אינעם בית החיים האב איך געכאפט א שמועס מיט א חברה קדישא מאן. צייגט ער מיר אן אויף נאך א זאך. רובא דרובא מתים האבן נישט גערייכערט ביים לעבן! איך בין געווען ממש שאקירט. הייסט דאס אז רייכערן איז גאר א רפואה! יעצט הייב איך אן צו כאפן פארוואס די רעגירונג איז אזוי דערקעגן, ס'איז אויך א חלק פונעם מעסטער פלען, זיי ווילן פשוט נישט אז מענטשן זאלן זיך קענען היילן!
טראכטענדיג טיפער זעהט מען ווי ווייט זייערע רשעותדיגע פלענער גייען. ס'איז דא נאך א סיבה פארוואס זיי אסר'ן רייכערן, זיי ווילן פשוט נישט אז דער עולם זאל האבן צינדערלעך אין טאש. זיי האבן מורא אז ווען זיי וועלן שיסן נוקליארע באמבעס אויפן עולם, וועט דער עולם דאס אונטערצינדען מיט די צינדערלעך! שומו שמים וואס ס'גייט פאר!
און לאמיר נישט פארגעסן, יעדער דא קען אנצייגן אויף א איד וואס ס'האט געלעבט איבער די נייציג און האט גערייכערט ווי א קוימען און א בעבי וואס האט נישט גערייכערט און איז נעבעך נפטר געווארן. וואס פארא ראיות מער דארפט איר?
רבותי! זייט נישט קיין נערנים, לאזט אייך נישט פארפירן, גייט שוין ארויס, אן אייער ברילן, און קויפט ציגרעטלעך. רייכערטס עט ליעסט א באקסל א טאג. וכל המרבה הרי זה משובח.
איר זענט נאך אלס נישט קאנווינסד פון די שטארקע סטאדי, דא האט איר נאך פראוו: סיט בעלטס. קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס די רעגירונג צווינגט מיך אנצוטוהן סיט בעלטס אין מיין אייגענע קאר? כ'האב גראדע לעצטענס געזעהן אויף א בלאג אז סיט בעלטס ראטעוועט נישט קיין לעבנס, אדרבא, ס'הארגעט. פרעגט מיך נישט ווי אזוי, ס'איז עמוק עמוק, אסאך טיפער פון ווי מיין מוח דערגערייכט, אבער אז ס'איז אנליין אויף א בלאג מיז עס זיין אמת.
נאר וואזשע דען? פארוואס טיילן די רוצחישע פאליציי טיקעטס אויב כ'בין נישט איינגעבונדען? ס'מוז זיין אז ס'איז אויך פארט פון דעם מעסטער פלען. יש אומרים אז זיי ווילן פשוט צוגעוויינען דעם עולם צו זיין איינגעבונדען, אזוי ארום, ווען מען וועט ארעסטירן דעם עולם פארן אויספירן די שחיטה, זאל דער עולם שוין זיין געוואוינט צו זיין איינגעשפארט און נישט רעוואלטירן. ויש אומרים אז די רעגירונג איז ביכולת דורך די דראונס צו מאכן אז איר זאלט נישט קענען עפענן אייער סיט בעלטס. ביום הגדול והנורא, ווען די שחיטה וועט פארקומען, וועט די רעגירונג מיט איין דראון, איינשפארן יעדן וואס איז אין א קאר!
רבותי! גייט נישט כצאן לטבח, ווען איר גייט ארויס אן די ברילן איינקויפן ציגרעטלעך, בינט אייך בשום אופן נישט אריין! גיבט אייך נישט איבער מיט די אייגענע הענט צו די חברה וואס ווילן אייך אראפרוימן פון וועג!
פארשטייט זיך אז אלעס וואס כ'האב געשריבן איז הומער. ברילן הארגעט נישט, רייכערן הארגעט, און סיט בעלטס ראטעוועט לעבנס. כ'האב נאר געוואלט מאכן א פוינט. מען זעהט דא מענשטן וואס ליינען זיך אויף די איטערנעט כל מיני שטותים והבלים און זענען עס מקבל פאר גוט געלט. אפילו זאכן וואס זענען א לעבנס געפאר! מענטשן מוזען פארשטיין דעם חילוק פון פעקטס ביז פיקשאן. יעדער קען נעמען נומערן, זיך ארומשפילן דערמיט, און אויסטרעפן חידושים נפלאים, אבער ס'איז הוידל בוידל. ווי לאנג עפעס איז נישט אויפגעוויזן געווארן דורך א סייענטיפיק סטאדי, איז עס ראוי לצור בו צלוחית. און נישט יעדע געשרייבאכטס וואס ס'האט נומערן אין זיך איז א סייענטיפיק סטאדי.
ווי אזוי צו מאכן א סייענטיפיק סטאדי איז א גאנצער לימוד פאר זיך. זאכן מוזען האבן א קאוז ענד איפעקט רילעישאנשיפ, ס'מוז זיין א בליינד סטאדי, פלאסיבא, וכו' וכו'. ס'נעמט יארן דאס אדורך צו פירן. ווערט נישט פארפירט פון פוסטע ליידיגייער.
א סטאדי וואס וועט אייך ראטעווען דאס לעבן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל
א סטאדי וואס וועט אייך ראטעווען דאס לעבן
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אקואנטענט!!!! אזוי גוט!!!
א פאליציי מאן האט מיר נארוואס אפשעשטעלט און אזוי רייכערענדיג מיין ציגארעטל האט ער מיר געגעבן צוויי טיקעטס! איינס פארן נישט האבן די סיט בעלט, צווייטס פארן דורכפארן א רויט לייט, אבער וויאזוי האביך געזאלט זעהן אז ס'רויט אז איך דרייוו אן מיין ברילן??????
אבער ערענסט, מיין נישט אז יענע קאנספיראטארן זענען געבוירן געווארן ווען דער אינטערנעט איז געבוירן. זיי זענען שוין דא פון ווען די בריאה פון ''ליידיגיין'' איז געבוירן געווארן, זיי זענען משוגעים מעיקרא, זיי האבן פארדרייטע מח צעלן. דער אינטערנעט איז זיי נאר א גוטער העלפ דיר צו פארטושן מיט זייערע שגעונות.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
הערליך שיין מר חשבונאי! עס איז צום שטוינען ווי באזעסענע מענטשן נעמען אן שטרוי ציפערן אלטס באווייז צו ציען זייער ליפטיגע טעאריס. איר זאלט נישט זיין שאקירט צו טרעפן אייער שטודיע צענזורירט אן די לעצטע פאר שורות, אלטס א פלאטפארמע פאר קאנספעראציע ליבהאבער.
וואס מיר וואונדערט איז וואו קאנספעראציעס שטעלן זיך אפ, דהיינו;דאס איז קלאר אז בין לאדין לעבט, און ער צוזאמען מיט כוסען זיצען באקוועם אינעם ווייסן הויז און פירן די וועלט.
אבער איין מינוט, דאס איז קלאר? נא אויב עס איז קלאר מיז דאך זיין אז דאס איז בלויזע קאנספעראציעס... אלא מאי... כוסעין ווערט אין אמת'ן קאנטראלירט דורך אבאמא וחוזר חלילה... ביים וועלכען פונקט שטעלט זיך עס אפ?

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
כ'האב געליינט דיין זאך אין אנהייב און נישט געליינט ביז צום סוף, און איך מוז זאגען אז די ביסט ממש פין די מחריבי עולם, וויפיל מענטשען גייען אנהייבען רייכערען צוליב דיין ארטיקעל, און אהן אויגען ברילען איזז דאך א סכנה צו קראסען די גאס!!!!
ווי נעמסטו די אחריות צו זאגען אזעלכע רייד?
ווי נעמסטו די אחריות צו זאגען אזעלכע רייד?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:און איך מוז זאגען אז די ביסט ממש פין די מחריבי עולם, וויפיל מענטשען גייען אנהייבען רייכערען צוליב דיין ארטיקעל, און אהן אויגען ברילען איזז דאך א סכנה צו קראסען די גאס!!!!
ווי נעמסטו די אחריות צו זאגען אזעלכע רייד?
איחוד פעלד האט געשריבן:כ'האב געליינט דיין זאך אין אנהייב און נישט געליינט ביז צום סוף
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל
זר, די ביסט גערעכט. קאנספיראטארן זענען נישט קיין נייע בריאה. וואס ס'איז יא ניי איז אז זיי האבן א שופר, יעדער שמויגער האט א פלאטפארמע מיט א נאכפאלגערשאפט פון טויזענטער מענטשן וואס ווערן באיינדרוגט און פארדרייט פון כל מיני מעטימים.
א מענטש וואס וואלט אמאל קלאסיפאצירט געווארן אלס א חסר דעה, איז היינט א מענשט מיט קאנטרעווערשאל מיינונגן וואס 'האט א פוינט'.
ס'וועט נישט נעמען לאנג און מ'וועל מיר האבן היימישע האליקאוסט לייקענער. וועסט קענען שרייען אויף די העכסטע טענער אז באזנך שמעת פון דיין זיידען וואס ס'האט פאסירט, אז בעיניך ראית די אויסגעקרוצטע נומערן, ס'וועט דיר גארנישט העלפען. מיסטער יוטוב ווייזט אויף שווארץ און ווייס אז ס'איז הויל פראפיגאנדע פון די ישראלים, פון די אמעריקאנער.
אין קץ לדברי רוח.