moti107 האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:האמיר שוין דא א שטיקל שיעור ערב אין שטיבל, היכי תמצא, ראובן איז פארליבט אין די בלאנדע שלאנקע חנה גיטל פון קעגן איבער די גאס, אבער ער קען בלויז חלומ'ן דערפון. ויהי איין פרימארגן לויפט איהם קייגן בערל דער שדכן שרייט מזל טוב מקודשת חנה גיטל איז מקודש צו דיר. גיי נעם א שויער.
וויאזוי איז זי מקודש צו איהם ערהאט איר נישט מקדש געווען און נישט געמאכט א שליח?
אויב האט ער זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער וואלט געקענט באשטיין און די צוויי עלטערן האבן זיך געטראפן און געגעבן קידושין .
עיין קידושין דף מה. הנהו בי תרי... וכו׳ .
רש׳׳י עמוד ב ודילמא ארצויי ארצי אם הבן גילוי דעתו לאביו שהוא חפץ בה האב נעשה שליח מאליו וזכין לאדם
זייער גוט! דא איז די מקור צו מיין ענטפער וואס איז אין שולחן ערוך אבן העזר סימן ל"ה סיעיף ד' יש מי שאומר שאפילו לא מינוהי לשליח בהדיא אלא שגילה דעתו שחפץ באשה פלונית והלך השדכן וקידוש בלא מינו שליחות הרי זו מקודשת. די מקור איז די דערמאנטע גמרא.