יואב האט געשריבן:-איר ווילט שרייבן עפעס קארני, ס'פאסט אייך נישט. זר שרייבט עס, איר געט אים א לייק, און שרייבט צו טיפיקל זר.
דאס איז לכאורה אויסגעטייטשט געווארן דורך די גראדע מעכל'עך כפשוטו, ווען אין אמת'ן האט יעדער בר דעת פארשטאנען אז דאס איז געשריבן געווארן בלשון סגי נהור, אדער פאר די אובער חכמים בלשון בתמיה.
באצייכענען זר'ס תגובות קארני, איז פונקט ווי איך וואלט געשריבן אויף קופערניקסן'ס תגובות היסטאריש איבעלדיג, און אויף יידל"ס תגובות עקסטרעם קינדעריש.
איך בין א געשווירענע פען פון זר, און ווען נישט איך וויל פארהוילן מיין אידענטיטעט, וואלט א זר פענדל געפלאטערט אויף מיין קאר, און סאלידע זר באמפער סטיקערס וואלט געקלעפט אויף אלע 4 זייטן פון מיין קאר שטעלענדיג אין שאטן די בעסטע נ ננח סטיקערס.
יעדע 1000 תגובות וואס ער גרייכט וואלט איך אנגעטאהן א זר טישורט פייערנדיג זיין סוקסעס, און יעדעס מאל וואס ער טוישט פערסאנאלעטי וואלט איך ערשינען מיט אן אויפרייסישע זר קעפ.
זר צו קאווע שטיבל איז ווי די קאצקא ציקער צו די קאווע, ווי זאלץ צו יעדע געקעכטס, ווי טישאס אין בית כסא, און ווי מייקל סעוועדש פאר זר.
נישט קיין חילוק צו איר בלאנדזשעט אריין אין צימעס, אדער איר זענט פארטיפט אין וויסענשאפט. אייסערט זיך אין תורה ומחשבה, אדער רעגט זיך אין געזעלשאפט. דעבאטירט אין קאווע שטיבל, אדער ליינט אין אידיש אלגעמיינע נייעס. איר וועט נישט פארלאזן דעם אשכול אן א שמייכל געבן אויף א צוויי שורה'דיגן תגובה'לע פון זר.
איבעראל קומט ער אן אין צייט, און הגם ער איז נישט דעם שטיקל פלייש, ווארפט ער צו די פערפעקטע צאל ספייסעס פאר די שלימות הענין.
און ווערט רעדט נאך דעם שמייכל אפטיילונג, וואס איז כמעט זר'ס אייגענעם בלאג.
זר'ס גאונישע איידיעס פון עפענען אשכולות, איז ווי איינשטיין אין פיזיקס, ווי נולד אויף קשיות, און ווי לולקע ציבעך אויף חקירות.
זר איז אן אויסנאם געשמאקן כאראקטער, איזי גאוינג, און שטענדיג אויפגעלייגט.
האט מעכטיגע שלום בית, אזש ער שטייט א גאנצן טאג מיט איין האנט צו הילף פאר זיין ווייב, און דער אנדערן האנט טייפט ער אויף קאווע שטיבל.
געט אריין א אויסערגעווענדליכע ליבשאפט צו זיינע קינדער סיי צוליב זיין לאבלי כאראקטער, און סיי צוליב דעם ליבשאפט דעפעציט פון זיינע עלטערן .
און בית מדרש ווארט מען שוין ביי מנחה מעריב ער זאל אנקומען טיילן ציגרעטליך, און פארציילן די לעצטערע נייעס מיט זיין הומאר, כאריזמע, און זאפט.
ביי אלע משפחה שמחות קלעבן אלע ארום זיין טיש, ווי מ'וואקעלט זיך פאר געלעכטער, ביז זיין פאטער ווינקט אים ער זאל זאפארט סטאפן מיט די לצנות.
זר איז פון די אינגעלייט מ'מאכט שטיל ביים ליינען, און זאגט אלץ צו ער וועט סטאפן צו רעדן, אבער קאן זיך פארט נישט איינהאלטן.
ער זיצט און שיקט ווערטליך אויף אלע סארט מעסעזדשינג גרופעס, און בראוזט אויף יו טוב אסאך.
זר פלעגט ליבן שאן הענעטי יארן צוריק, אבער עס איבלט אים ווען ער טאנט אריין צו אים היינטצוטאגס.
ער גלייכט זייער סעוועדש'ס שפראך, און האט הנאה פון זיין מאדי כאראקטער, פון רעדן איין טאג פון מיעט באללס, און דעם אנדערן טאג פון פי. עיטש.די'ס.
זר'ס שטעלונג כלפי אידישקייט איז זייער קלאר. ער קען נישט דערליידן די צעקוועטשטע בני היכלא אידן, די געפילטע פיש עדיקס, די יושבי חושך ניקעס ווי שיטה רופט זיי.
דאס מיינט אבער נישט ער האלט נישט פון זיי טיף אידילאגיש. ער איז פשוט אנטקעגן ביטער מאכן אידישקייט, נאכדערצו אז ער קומט פון אזא שטוב.
ער לאכט אפ פון אלע היינטיגע רבנים, הגם ער קען נישט דערליידן די וויסטע שנאה וואס חברה טראגן זיך ארום איבערן סיסטעם, און האט שטארקע רעספעקט צו אלטע גדולים.
זר נעמט נישט קיין פרעשור פון גארנישט, אפילו די שווערע זאכן טוהט ער גאנץ שנעל פארווישן, מאכנדיג שלום מיט אלצדינג.
זר איז אן אוסנאם גרויסע ספענדער, און גלייכט דעם אכילה. זיצט אפ אין רעסטוראנטן, און קויפט שבת נישט קיין ביליג פלעשל וויין, הגם ער האלט זיך נישט אזא מבין.
זר האט נישט פארלוירן דעם אפעטיט צו נאש, פרעסט וויפיל ס'גייט, און טיילט פאר אלע ארומיגע.
הגם ער פארמאגט א קליין הויז, איז דאס אייביג אפען פאר געסט, שבת עסן בחורים דארטן, און הגם ער האלט זיך נישט פאר די שענסטע זינגער, גלייכט ער צו זינגען.
זר האט א גוט קעפל, אבער איז פויל צו שטודירן תורה צו סעקולערע ידיעות צוגלייך. פארט אבער האט ער אין זיין מח אפענע פראפיילס איבער אלע מיני נושאים, און נעמט זייער גוט אויס צווישן זיינע חברים.
באדעם ליין. ער איז א מוסטער פון א מענטש וואס איז נוח לבריות. קלאסיש, און ארגינעל. ליבלעך, און ב'חן'ט. געשמאק, און צום זאך. איבערגעגעבן, און געפיליש. קלוג, און הומאריסטיש. און שרייבן אויף אים קארני איז געוועזן א קאמפליט מיסטעיק.
די אמת'ע סיבה פארוואס אזא טעות איז ארויסגעקומען, איז כ'האב יענעם אשכול נישט אויסגעטראכט בעפאר, עס איז מיר פשוט אונטערגעקומען כלאחר יד.
קודם כל האב איך געוויסט זר איז נישט סענסעטיוו, און כ'האב געמיינט ארויסצוברענגן דעם אפענקייט צו שרייבן אלע מיני זאכן, אן קיין בושה אז מ'קען אים אפשר אראפקוקן פאר אזא תגובה'לע. דאס איז אויך געקומען הארט נאכן ליינען זיין אשכול איבער מיר זאלן ווערן קינדער, מילא איז מיר געליגן אין קאפ אזא רעקלאמע פון זר מיר זאלן זיך פארקינדערן. איך האב קלאר געמיינט פאזעטיוו, נאר סאום האו האב איך גענוצט "קארני" וואס איז זיכער נישט די ריכטיגע ווארט, און כ'האב עס באמת נישט געמיינט.