אמבאסאדארן פון חצרות הקודש צו ק"ק קאווע שטיבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

אמבאסאדארן פון חצרות הקודש צו ק"ק קאווע שטיבל

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמבאסאדארן איז א גאר וויכטיגע אינסטוטוציע אין דעמאקראטיע. א לאנד שיקט א מענטש וואס פארטרעט אירע אינטערעסן אין א פרעמד לאנד, און דאס איז די יסוד פון דיפלאמאטיע.
די היינטיגע חסידישע הויפן זענען שוין היינט מלוכות לכל עניין. סאטמאר פארמאגט היינט מער נפשות ווי די ל"א מלכים צוזאמען, און גור איז ווארשיינליך נישט קלענער פון עיר כשדים, יריחו, אדער עמק השידים.
די חסידות'ן ווערן ציוויליזירט, און די מאדנע המצאה פון דיפלאמאטיע קומט צעביסלעך אריין און נעמט איבער די וועג וויאזוי קריגערישע חצרות פירן א יחס. פארשטייט זיך אז דא דארטן שטעכט מען א ראד צוויי, אז מען שפירט א דראנג צו נוצן א פייער עקסטינגווישער צו אויפוווייזן אז מיין רבי איז דער אמתער יורש, איז עס נאך נישט קיין יוצא דופן'דיגע געפירעכץ, אבער אין גרויסן הרגעט מען היינט פארהאלטנסמעסיג ווייניגער מענשן פאר חצרות קריגערייען ווי אמאל.
אמאל, פלעגט מען אריינשיטן א טעלער הייסע יוך אין די שטיוול, אריינרוקן אביסל גלאז אין מקוה, ציפן די פיס ביז עס איז געווען אזיל חיורא ואתי סומקא. אבער היינט, מיט די כלי מכשירים ווי מען טענהט זיך אויף הייד-פארק ז"ל, אויף גרופעס און שמועסערייען, געט אויס די היץ אן דארפן נוצן פיזישע כחות.
עס לאזט זיך גלויבן אז ווען עס וואלט געווען היידפארק מיט זיבעציג יאר צוריק וואלט ר' עזריאל שוחט געשריבן וואס רעביאנקל האט געשריבן אין היידפארק, קעגן רבי אבישל, און רבי אבישל'ס חסידים וואלטן געמאכט פון סאטמאר וואס פארמעגליך האט געמאכט פון אדמו"ר מהר"א.

על כל פנים, ווי מער ציוויליזירט די וועלט ווערט, ווערן די חסידות'ן אויך ציוויליזירט, און דאהי אין צימעס ווערן די וויכוחים געפירט הערליך שיין, רוהיג, על מי מנוחות, לתפארת אבותנו ורבותנו הק' נ"ע.
עס לאזט זיך גלויבן אז ווען רבי מרדכי חנא וואלט היינט געלעבט, און ער וואלט געזעהן ווי וויזניצער חסידים באשיצן זייער רבי'ן דא אזוי איידל, אדער ווען רבי לייבעלע פאשקעס וואלט געזעהן די סאטמארע חסידים, אדער רבי מרדכי פעלץ וואלט געזעהן איך אויך, וואלטן זיי געשעפט נחת.

על כל פנים, לאמיר זעהן וויאזוי די אמבאסאדארן פון די קהלות דא קיין קאווע שטיבל איז צוגעגאנגען:
ווי נאר די חצרות הקודש האבן דערהער אז קאווע שטיבל אנטוויקלט זיך א שטארקע זאך האבן די מלחכי פינכא ביי די רביס (פארשטייט אליין, דאס איז א קאוד ווארט פאר כ"ק מרן אדמו"ר זעלבסט) מחליט געווען אז זיי מוזן דארטן האבן פארטרעטערשאפט.
אין די הויפטקווארטירן האט זיך געטון א גרויס געטועכץ, מען מוז שיקן אנ"ש זאלן פארטרעטן אונזערע אינטערעסן אין שטיבל און מאכן זיכער אז כבוד חצר קדשנו ורבינו ווערט נישט מחולל אין די שארפע פיסקעס פון שותי הקאווע. אומר ושותה, די גבאים און מקורבים, יוצר משרתים, שיבערס און שיבערס שווייס ווישערס, האבן זיך ארויסגעלאזט אין א טאלאנטן געיעג צו טרעפן טאלאנטפולע יונגעלייט מיט שארפע פעדערס, און מען האט זיי געלאזט וויסן אז אנקל סעם נידס יו, כ'מיין די חצר הקודש קוקט ארויס אויף דיר, כבוד רבותנו הקדושים איז תלוי אין דיר.
לא עברו ימים מרובים און די חברה האבן זיך איינגעשריבן און אנגעהויבן האקן צימעס.
אבער עס איז נישט אזוי פשוט.........
וואס טוט זיך ווען גאנא (א לאנד אין אפריקע, פאר די וואס די מאפע נעמט ביי זיי ארום נאר די בריקן פון קאסוב ביז בארדיטשוב) שיקט אן אמבאסאדאר קיין אמעריקע, און דער מענטש פון גאנא, וואס לא ראה אור מימיו דערזהט א וועלט! נו וואס טוט מען? מען דעפעקטירט!
דאס איז וואס איז געשעהן דא אין שטיבל מיט אסאך פון אונזערע באליבטע אמבאסאדארן, ליידער זענען אסאך אוועקגעפאלן, געשמעקט די קאווע, וירא כי טוב, די אוצר פון קאווע, קאפיטישינא, לאטעי, עספרעסאו און מאקאטשינא איז בעסער ווי די מייערן צימעס, און מען האט זיך צעביסלעך אפגעשאקלט פון צימעס!
גייען מיר דא ארויסברענגען לשבח, די אמבאסאדארן וואס זענען געבליבן על משמרתם, געדענקט דעם תכלית פארוואס זיי זענען דא אין שטיבל, און זיך נישט פארלוירן, און דינען טריי דעם ציל.
לאמיר מתחיל זיין בגנות:
וויפיל בלוט און שווייס האט די עכטע באבוב אריינגעלייגט, צוגערעדט אפצושפארן דעם גוטן, רייכן געשעפט, און קומען דא ללחום את כבוד הרב,
און טאקע, כך הווה, ער'ס איז געקומען, געמאכט א סופער דזשאב, ערקלערט די מחלוקה סיי פון דין תורה שטאנדפונקט, סיי פון א ראסיסטיש-גענעלאגישן שטאנדפונקט, און געגאסן ספינס להצדיק את כבוד הרב, ולציין לשבח את השערים המצויינים בעדינותם.
לא עברו ימים רבים, ער'ט האט א שמעק געטון די קאווע, ער האט געזעהן אז אויסער צימעס איז דא נאך... און רעסט איז היסטאריע!
ער'ס היינט א ראש וראשון, זיין חכמה אין אלע נושאים האט אים געמאכט א מנהיג אין שטיבל, זיינע הדרכות און חכמה אין אלע נושאים, מה לפנים ומה לאחור האט אים געמאכט פארגעסן אז ער שטאמט פון גאנא, אים געמאכט פאר אן אמעריקאנער פראפעסער!
צווייטער: זר זהב.
זר איז לכתחלה געשיקט געווארן דורך די קהלה וואס קלאמערט זיך פעסט צום בעל ויואל משה. אבער, במחילה מכבודם, אין יענע קהלה טויגן זי זייער שוואך, זר זהב איז אהערגעקומען מיט א האלבע פיס, אפיציעל איז ער געקומען אלס דער פארטעטער פון די קהלה, אבער זר איז גלייך געווארן דער עמוד העמודים וראש הראשונים אין שטיבל, דער וואס האט מער תגובות געשריבן ווי אלע אנדערע ניקים אינאיינעם! און טאקע מלא מדע וחכמה, הומאר און בליציגקייט, מלא טעם וחן.
די קהלה האט פרובירט צו מאכן עפעס, איינער פרענטש וואנילע האט פרובירט, ולא עלתה בידו און לעת עתה האבן זיי נישט דא קיין געהעריגן אמבאסאדאר.
חב"ד האט געשיקט אלס שליח הרבי, דעם טאלאנטפולן "ונבנתה העיר" אבער יענער האט געזעהן אז יש חיים לאחר המוות, און עס איז דא נאך טויזנטער אינטערסאנטע נושיאם, און ער איז היינט פון די גאר באטעמטע שרייבער אין אלע נושאים אין שטיבל.
סקווירא האט גענומען אן אייגענארטיגן מהלך, מען גייט שיקן נישט סתם אן אמבאסאדאר, נאר א באמבע, א הומאריסט, און איינער וואס טענה'ט אז ער איז ממש כאריזמאטישע מעמוארן, מנשה אליין, אבער שוין, ביננו, אנשטאט אמבאסדאר איז ער גאר געוען דער דעפענס סעקרעטאר, און טאקע פון דעם סארט וואס מאכט ראמספעלד אויסקוקן ווי א ליבעראל.
די אנדערע צוויי שוואגערס האבן יא ב"ה געהאט הצלחה. בעלזא האט גענומען דעם חשובן איך אויך, וואס שטייט על המשמר ברוב עוז ותעצומות.
די שטארקסטע דזשאב ווי תמיד האט געמאכט די בעל דברי יואל פראקציע פון סאטמאר, פון דארטן איז געקומען א גאנצע סטאדע, געוויסע פון זיי האבן דא דארטן זיך אריינגעכאפט טרונקען א קאווע, א שטייגער הרב גאלד. אבער רובם זיצן און ווייקן זיך אין צימעס און האלטן אן א שטארקן קאנטראל, להגדיל תורה ולהאדירה, ולעשות נייחא לנשמתם זי"ע.

ווילן מיר דא ווינטשן די טייערע אמבאסאדארן וואס פארטיידיגן זייערע מדינות און נישט דעזערטירט אזוי ווי די אנדערע בוגדים, האלט אן פעסט, און אייער לאנד איז אייך מכיר טובה!


(די אשכול איז נישט אין צימעס, עס איז א שמייכל'דיגע אשכול, און פארשטייט זיך אז מען מיינט בלויז איין זאך, צו ארויפברענגען א שמייכל אויף מידע, פארפלאגטע לעפצן, און לקיים מה שנאמר "דער רבי האט געהייסן פרייליך זיין" ואין הדברים אמורים לא להלכה ולא למעשה, און אויב איינער ווערט באליידיגט איז קודם כל, כ'מיין בלויז א ווערטל, והשנית, פון וועמען ווערסטו באליידיגט, פון א משנה לשיבער?)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טענקס פאר מיר דערמאנען אין דיין ערשטע משנה במסכת דיפלאמאטיע פרק אמבאסאדארן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

בדחן איז א געטרייער ארבייטער נאכנישט מועיל בשליחות געווען דערווייל, ס׳דא רומערס אז ער׳ט לעצטענס באקומען א רעיז....ווער האט אים געשיקט ? נוטרונא ?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

:like :like :like
קופערניקוס בתפארתו!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

קופערניקוס האט געשריבן:ער איז היינט א ראש וראשון, זיין חכמה אין אלע נושאים האט אים געמאכט א מנהיג אין שטיבל, זיינע הדרכות און חכמה אין אלע נושאים, מה לפנים ומה לאחור האט אים געמאכט פארגעסן אז ער שטאמט פון גאנא, אים געמאכט פאר אן אמעריקאנער פראפעסער!

און שוין דערנאך, ער איז פארשוואונדען, האסטו פארגעסן צו שרייבען, ווער וועט ווייטער היטען די באבובע ראסע? איינער קען זיך נאך אנטראגען..
ווי זאגט נאר משה געציל? קופערניקוס בתפארתו! :like :like
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אויב טראכט איך אמאל אז עס זענען דא אזעלכע וואס געבן א לייק אבער לייענען נישט, ווייס איך אז קופערניקוס'ען, נישט נאר לייענט אים יעדער לייקער, נאר אפ' די נאן-לייקער'ס לייענען אים!! דאס איז דער צינישער אמת.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

Heh.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אביגדור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

זעהט אויס דער רב זז"ג האט נישט קיין צוטריט צו דיינע אשכולות אין מאחורי איבער פארשליסען דער פאבריק. אדער אפשר האט ער געמיינט א סטראשע?
I have a dream
Martin Luther King ~
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

נו נו.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

די עיקר אז זיי האבען דיך דא צוריק געברענגט!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

האסט טאקע פאר איין רגע געמיינט ער וועט עס קענען אויסהאלטן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

לכאורה נישט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:like :like :like
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויסער די קהלות הקודש, זענען דא נאך אינטערעסן גרופעס און אגענדעס וואס האבן אהערגעשיקט פארשטייערס, די אינטערסאנטסטע איז די ליטוואקן וואס האבן אהערגעשיקט עטליכע פארשטייער, ווי לעיקוואד מטעם די ארטיגע ישיבה, היימישע ליטוואק אזוי כללי, און שיטה מקובצת מטעם אן עקסטרעמיסטישער מילער אנהענגערשאפט.
חזקיהו המלך איז אהערגעשיקט פון די ענלייטענד מענטשן וואס זעהן דעם אמת, און בדחן איז א שליח פון די וועד הפועל שע"י התאחדות הרבנים.
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

וועמען פארטרעיט קופערניקוס? וועלכע חצר הקוידש
האסט שוין געמאכט דא מיט די אשכול אז יעדע ניק טראכט איך שון וועלכע חסיד ער איז און פארוואס איז ער דא, איין רגע, מיר האט קיינער ניטש גישיקט וויזוי קען עס זיין?
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בעל הבית האט געשריבן:וועמען פארטרעיט קופערניקוס? וועלכע חצר הקוידש
האסט שוין געמאכט דא מיט די אשכול אז יעדע ניק טראכט איך שון וועלכע חסיד ער איז און פארוואס איז ער דא, איין רגע, מיר האט קיינער ניטש גישיקט וויזוי קען עס זיין?

ר' קופער איז דא אוועק צו מאכען אלעס.. :lol: :lol: :lol:
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

וועמען מאכט ער אוועק? ער אינטערטעינט די עולם
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בעל הבית האט געשריבן:וועמען מאכט ער אוועק? ער אינטערטעינט די עולם

i was just kiding..
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פארגעסט נישט פון די אמבאסאדאר וואס מוסד הרב קוק האט געשיקט, פאר הדור.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

טעפל האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:וועמען מאכט ער אוועק? ער אינטערטעינט די עולם

i was just kiding..

ער מאכט קיינעם נישט אוועק.
נאר מיט זיין אנוועזנהייט ווערן זיי אלע אויטאמאטיש באמאכט, און צונישט אוועקגעמאכט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

באבוב 45 האט א נייע אמבאסאדאר. 'ריינער '
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

פאפא האט נישט קיינעם, ווער איז זיך מתנדב?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מ'מוז דערמאנען דעם יחיד במינו אמבאסאדאר פון מהר"א וועכער איז אומגעקומען אין איינע פון די גאר העפטיגע שלאכטן, מאנכע זאגן אז ער איז גאר אפגעווישט געווארן פון 'אינסייד' ווען די הייערארכי האט מחליט געווען אז ער טוט מער שאדן ווי נוצן. ה"ה הרב קלאר ז"ל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט