א סטאדי וואס וועט אייך ראטעווען דאס לעבן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

א סטאדי וואס וועט אייך ראטעווען דאס לעבן

שליחה דורך Accountant »

כ'האב לעצטענס געמאכט א סטאדי און כ'וועל עס מיטטיילען מיט אייך חשובע חברים די רעזאלטאטן. ביטע ליינט עס מיט אויפמערקזאמקייט, ס'קען אייך ראטעווען דאס לעבן!

כ'האב באזוכט אינעם בית החיים און אויפגעפאסט אויף א מוראדיגע פאקט, נייציג פראצענט פון די נפטרים האבן בחייהם געטראגן אויגן געלעזער. דער שכל הישר דיקטירט אז אויגן געלעזער איז דער גרעסטער מערדער וואס ס'איז דא! טראכטנדיג אזוי דערמאן איך מיך, כ'גדענק נעבעך דעם קליינעם זיסן אינגל וואס איז ל"ע אומגעקומען אין אן עקסידענט דעם זעלבן טאג וואס ער האט באקומען ברילן. יעצט מאכט עס סענס. די ברילן איז שולדיג.

נאך מער, כ'האב נאכגעקוקט אין די אלטע ארכיון און געזעהן נאך א פאקט, פאר ס'איז געווען דער כלי משחית אויגן גלעזער, זענען הונדערט פראצענט מתים געווען פון דיע וואס טראגן נישט קיין ברילן. היינט צו טאגס זענען די נישט ברילן טראגער נאר צען פארצענט פון די מתים. ס'קומט אויס אזוי, ברילן הארגעט דעם וואס טראגט עס אבער איז א רפואה פאר וועם ס'שטייט ווייט פון דעם.

איך דערמאן מיך יעצט, כ'האב אמאל געזעהן א יוטוב קליפ ווי איינער איז מסביר אז די רעגירונג האט איינגעפלאנצן א טשיפ אין די ברילן. ס'מוז זיין אז די געווארמענט האט א מעגליכקייט אייך צו פארסאמען דורך דעם טשיפ. ס'איז א חלק פונעם מעסטער פלען פון די נישט ברילן טראגער צו הארגענען אלע ברילן טראגער. נאך א מזל אז כ'האב געזעהן דעם חכם מכל אדם אויף יוטוב, ס'גייט מיך ראטעווען דאס לעבן. נעבעך, אלע דאקטוירים זענען אומוויסענד, זיי ווייסן נישט וואס ס'גייט פאר אונטער זייער נאז. איך הער אפילו אז א חלק פון זיי מאכן במזיד שוואך אייער אויגן כדי איר זאלט מוזען האבן ברילן. יעצט פארשטייט מען שוין דעם אבאמא העלט קעיר פלאן, א חוץ פון די דעיד פענאלס מיט וואס ער פלאנט צו הארגענען וועם ס'שטייט אים אין וועג, וויל ער אז יעדער זאל האבן אינשורענס צו קענען קויפן ברילן, אזוי וועט ער גרינג קענען אראפרוימען פון וועג וועם ס'גליסט זיך אים.

רבותי! נעמט דאס נישט פאר לייכט, ווערט פטור פון אייער ברילן תיכף ומיד!

(איך ווייס נישט אויב סעקאנד הענד ברילן הארגעט אויך, אבער אלס א פריקאשען, שטייט אוועק פון יעדען וואס טראגט ברילן)

אז כ'בין שוין געווען אינעם בית החיים האב איך געכאפט א שמועס מיט א חברה קדישא מאן. צייגט ער מיר אן אויף נאך א זאך. רובא דרובא מתים האבן נישט גערייכערט ביים לעבן! איך בין געווען ממש שאקירט. הייסט דאס אז רייכערן איז גאר א רפואה! יעצט הייב איך אן צו כאפן פארוואס די רעגירונג איז אזוי דערקעגן, ס'איז אויך א חלק פונעם מעסטער פלען, זיי ווילן פשוט נישט אז מענטשן זאלן זיך קענען היילן!

טראכטענדיג טיפער זעהט מען ווי ווייט זייערע רשעותדיגע פלענער גייען. ס'איז דא נאך א סיבה פארוואס זיי אסר'ן רייכערן, זיי ווילן פשוט נישט אז דער עולם זאל האבן צינדערלעך אין טאש. זיי האבן מורא אז ווען זיי וועלן שיסן נוקליארע באמבעס אויפן עולם, וועט דער עולם דאס אונטערצינדען מיט די צינדערלעך! שומו שמים וואס ס'גייט פאר!

און לאמיר נישט פארגעסן, יעדער דא קען אנצייגן אויף א איד וואס ס'האט געלעבט איבער די נייציג און האט גערייכערט ווי א קוימען און א בעבי וואס האט נישט גערייכערט און איז נעבעך נפטר געווארן. וואס פארא ראיות מער דארפט איר?

רבותי! זייט נישט קיין נערנים, לאזט אייך נישט פארפירן, גייט שוין ארויס, אן אייער ברילן, און קויפט ציגרעטלעך. רייכערטס עט ליעסט א באקסל א טאג. וכל המרבה הרי זה משובח.

איר זענט נאך אלס נישט קאנווינסד פון די שטארקע סטאדי, דא האט איר נאך פראוו: סיט בעלטס. קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס די רעגירונג צווינגט מיך אנצוטוהן סיט בעלטס אין מיין אייגענע קאר? כ'האב גראדע לעצטענס געזעהן אויף א בלאג אז סיט בעלטס ראטעוועט נישט קיין לעבנס, אדרבא, ס'הארגעט. פרעגט מיך נישט ווי אזוי, ס'איז עמוק עמוק, אסאך טיפער פון ווי מיין מוח דערגערייכט, אבער אז ס'איז אנליין אויף א בלאג מיז עס זיין אמת.

נאר וואזשע דען? פארוואס טיילן די רוצחישע פאליציי טיקעטס אויב כ'בין נישט איינגעבונדען? ס'מוז זיין אז ס'איז אויך פארט פון דעם מעסטער פלען. יש אומרים אז זיי ווילן פשוט צוגעוויינען דעם עולם צו זיין איינגעבונדען, אזוי ארום, ווען מען וועט ארעסטירן דעם עולם פארן אויספירן די שחיטה, זאל דער עולם שוין זיין געוואוינט צו זיין איינגעשפארט און נישט רעוואלטירן. ויש אומרים אז די רעגירונג איז ביכולת דורך די דראונס צו מאכן אז איר זאלט נישט קענען עפענן אייער סיט בעלטס. ביום הגדול והנורא, ווען די שחיטה וועט פארקומען, וועט די רעגירונג מיט איין דראון, איינשפארן יעדן וואס איז אין א קאר!

רבותי! גייט נישט כצאן לטבח, ווען איר גייט ארויס אן די ברילן איינקויפן ציגרעטלעך, בינט אייך בשום אופן נישט אריין! גיבט אייך נישט איבער מיט די אייגענע הענט צו די חברה וואס ווילן אייך אראפרוימן פון וועג!



פארשטייט זיך אז אלעס וואס כ'האב געשריבן איז הומער. ברילן הארגעט נישט, רייכערן הארגעט, און סיט בעלטס ראטעוועט לעבנס. כ'האב נאר געוואלט מאכן א פוינט. מען זעהט דא מענשטן וואס ליינען זיך אויף די איטערנעט כל מיני שטותים והבלים און זענען עס מקבל פאר גוט געלט. אפילו זאכן וואס זענען א לעבנס געפאר! מענטשן מוזען פארשטיין דעם חילוק פון פעקטס ביז פיקשאן. יעדער קען נעמען נומערן, זיך ארומשפילן דערמיט, און אויסטרעפן חידושים נפלאים, אבער ס'איז הוידל בוידל. ווי לאנג עפעס איז נישט אויפגעוויזן געווארן דורך א סייענטיפיק סטאדי, איז עס ראוי לצור בו צלוחית. און נישט יעדע געשרייבאכטס וואס ס'האט נומערן אין זיך איז א סייענטיפיק סטאדי.

ווי אזוי צו מאכן א סייענטיפיק סטאדי איז א גאנצער לימוד פאר זיך. זאכן מוזען האבן א קאוז ענד איפעקט רילעישאנשיפ, ס'מוז זיין א בליינד סטאדי, פלאסיבא, וכו' וכו'. ס'נעמט יארן דאס אדורך צו פירן. ווערט נישט פארפירט פון פוסטע ליידיגייער.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר