אמבאסאדארן פון חצרות הקודש צו ק"ק קאווע שטיבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

אמבאסאדארן פון חצרות הקודש צו ק"ק קאווע שטיבל

שליחה דורך קופערניקוס »

אמבאסאדארן איז א גאר וויכטיגע אינסטוטוציע אין דעמאקראטיע. א לאנד שיקט א מענטש וואס פארטרעט אירע אינטערעסן אין א פרעמד לאנד, און דאס איז די יסוד פון דיפלאמאטיע.
די היינטיגע חסידישע הויפן זענען שוין היינט מלוכות לכל עניין. סאטמאר פארמאגט היינט מער נפשות ווי די ל"א מלכים צוזאמען, און גור איז ווארשיינליך נישט קלענער פון עיר כשדים, יריחו, אדער עמק השידים.
די חסידות'ן ווערן ציוויליזירט, און די מאדנע המצאה פון דיפלאמאטיע קומט צעביסלעך אריין און נעמט איבער די וועג וויאזוי קריגערישע חצרות פירן א יחס. פארשטייט זיך אז דא דארטן שטעכט מען א ראד צוויי, אז מען שפירט א דראנג צו נוצן א פייער עקסטינגווישער צו אויפוווייזן אז מיין רבי איז דער אמתער יורש, איז עס נאך נישט קיין יוצא דופן'דיגע געפירעכץ, אבער אין גרויסן הרגעט מען היינט פארהאלטנסמעסיג ווייניגער מענשן פאר חצרות קריגערייען ווי אמאל.
אמאל, פלעגט מען אריינשיטן א טעלער הייסע יוך אין די שטיוול, אריינרוקן אביסל גלאז אין מקוה, ציפן די פיס ביז עס איז געווען אזיל חיורא ואתי סומקא. אבער היינט, מיט די כלי מכשירים ווי מען טענהט זיך אויף הייד-פארק ז"ל, אויף גרופעס און שמועסערייען, געט אויס די היץ אן דארפן נוצן פיזישע כחות.
עס לאזט זיך גלויבן אז ווען עס וואלט געווען היידפארק מיט זיבעציג יאר צוריק וואלט ר' עזריאל שוחט געשריבן וואס רעביאנקל האט געשריבן אין היידפארק, קעגן רבי אבישל, און רבי אבישל'ס חסידים וואלטן געמאכט פון סאטמאר וואס פארמעגליך האט געמאכט פון אדמו"ר מהר"א.

על כל פנים, ווי מער ציוויליזירט די וועלט ווערט, ווערן די חסידות'ן אויך ציוויליזירט, און דאהי אין צימעס ווערן די וויכוחים געפירט הערליך שיין, רוהיג, על מי מנוחות, לתפארת אבותנו ורבותנו הק' נ"ע.
עס לאזט זיך גלויבן אז ווען רבי מרדכי חנא וואלט היינט געלעבט, און ער וואלט געזעהן ווי וויזניצער חסידים באשיצן זייער רבי'ן דא אזוי איידל, אדער ווען רבי לייבעלע פאשקעס וואלט געזעהן די סאטמארע חסידים, אדער רבי מרדכי פעלץ וואלט געזעהן איך אויך, וואלטן זיי געשעפט נחת.

על כל פנים, לאמיר זעהן וויאזוי די אמבאסאדארן פון די קהלות דא קיין קאווע שטיבל איז צוגעגאנגען:
ווי נאר די חצרות הקודש האבן דערהער אז קאווע שטיבל אנטוויקלט זיך א שטארקע זאך האבן די מלחכי פינכא ביי די רביס (פארשטייט אליין, דאס איז א קאוד ווארט פאר כ"ק מרן אדמו"ר זעלבסט) מחליט געווען אז זיי מוזן דארטן האבן פארטרעטערשאפט.
אין די הויפטקווארטירן האט זיך געטון א גרויס געטועכץ, מען מוז שיקן אנ"ש זאלן פארטרעטן אונזערע אינטערעסן אין שטיבל און מאכן זיכער אז כבוד חצר קדשנו ורבינו ווערט נישט מחולל אין די שארפע פיסקעס פון שותי הקאווע. אומר ושותה, די גבאים און מקורבים, יוצר משרתים, שיבערס און שיבערס שווייס ווישערס, האבן זיך ארויסגעלאזט אין א טאלאנטן געיעג צו טרעפן טאלאנטפולע יונגעלייט מיט שארפע פעדערס, און מען האט זיי געלאזט וויסן אז אנקל סעם נידס יו, כ'מיין די חצר הקודש קוקט ארויס אויף דיר, כבוד רבותנו הקדושים איז תלוי אין דיר.
לא עברו ימים מרובים און די חברה האבן זיך איינגעשריבן און אנגעהויבן האקן צימעס.
אבער עס איז נישט אזוי פשוט.........
וואס טוט זיך ווען גאנא (א לאנד אין אפריקע, פאר די וואס די מאפע נעמט ביי זיי ארום נאר די בריקן פון קאסוב ביז בארדיטשוב) שיקט אן אמבאסאדאר קיין אמעריקע, און דער מענטש פון גאנא, וואס לא ראה אור מימיו דערזהט א וועלט! נו וואס טוט מען? מען דעפעקטירט!
דאס איז וואס איז געשעהן דא אין שטיבל מיט אסאך פון אונזערע באליבטע אמבאסאדארן, ליידער זענען אסאך אוועקגעפאלן, געשמעקט די קאווע, וירא כי טוב, די אוצר פון קאווע, קאפיטישינא, לאטעי, עספרעסאו און מאקאטשינא איז בעסער ווי די מייערן צימעס, און מען האט זיך צעביסלעך אפגעשאקלט פון צימעס!
גייען מיר דא ארויסברענגען לשבח, די אמבאסאדארן וואס זענען געבליבן על משמרתם, געדענקט דעם תכלית פארוואס זיי זענען דא אין שטיבל, און זיך נישט פארלוירן, און דינען טריי דעם ציל.
לאמיר מתחיל זיין בגנות:
וויפיל בלוט און שווייס האט די עכטע באבוב אריינגעלייגט, צוגערעדט אפצושפארן דעם גוטן, רייכן געשעפט, און קומען דא ללחום את כבוד הרב,
און טאקע, כך הווה, ער'ס איז געקומען, געמאכט א סופער דזשאב, ערקלערט די מחלוקה סיי פון דין תורה שטאנדפונקט, סיי פון א ראסיסטיש-גענעלאגישן שטאנדפונקט, און געגאסן ספינס להצדיק את כבוד הרב, ולציין לשבח את השערים המצויינים בעדינותם.
לא עברו ימים רבים, ער'ט האט א שמעק געטון די קאווע, ער האט געזעהן אז אויסער צימעס איז דא נאך... און רעסט איז היסטאריע!
ער'ס היינט א ראש וראשון, זיין חכמה אין אלע נושאים האט אים געמאכט א מנהיג אין שטיבל, זיינע הדרכות און חכמה אין אלע נושאים, מה לפנים ומה לאחור האט אים געמאכט פארגעסן אז ער שטאמט פון גאנא, אים געמאכט פאר אן אמעריקאנער פראפעסער!
צווייטער: זר זהב.
זר איז לכתחלה געשיקט געווארן דורך די קהלה וואס קלאמערט זיך פעסט צום בעל ויואל משה. אבער, במחילה מכבודם, אין יענע קהלה טויגן זי זייער שוואך, זר זהב איז אהערגעקומען מיט א האלבע פיס, אפיציעל איז ער געקומען אלס דער פארטעטער פון די קהלה, אבער זר איז גלייך געווארן דער עמוד העמודים וראש הראשונים אין שטיבל, דער וואס האט מער תגובות געשריבן ווי אלע אנדערע ניקים אינאיינעם! און טאקע מלא מדע וחכמה, הומאר און בליציגקייט, מלא טעם וחן.
די קהלה האט פרובירט צו מאכן עפעס, איינער פרענטש וואנילע האט פרובירט, ולא עלתה בידו און לעת עתה האבן זיי נישט דא קיין געהעריגן אמבאסאדאר.
חב"ד האט געשיקט אלס שליח הרבי, דעם טאלאנטפולן "ונבנתה העיר" אבער יענער האט געזעהן אז יש חיים לאחר המוות, און עס איז דא נאך טויזנטער אינטערסאנטע נושיאם, און ער איז היינט פון די גאר באטעמטע שרייבער אין אלע נושאים אין שטיבל.
סקווירא האט גענומען אן אייגענארטיגן מהלך, מען גייט שיקן נישט סתם אן אמבאסאדאר, נאר א באמבע, א הומאריסט, און איינער וואס טענה'ט אז ער איז ממש כאריזמאטישע מעמוארן, מנשה אליין, אבער שוין, ביננו, אנשטאט אמבאסדאר איז ער גאר געוען דער דעפענס סעקרעטאר, און טאקע פון דעם סארט וואס מאכט ראמספעלד אויסקוקן ווי א ליבעראל.
די אנדערע צוויי שוואגערס האבן יא ב"ה געהאט הצלחה. בעלזא האט גענומען דעם חשובן איך אויך, וואס שטייט על המשמר ברוב עוז ותעצומות.
די שטארקסטע דזשאב ווי תמיד האט געמאכט די בעל דברי יואל פראקציע פון סאטמאר, פון דארטן איז געקומען א גאנצע סטאדע, געוויסע פון זיי האבן דא דארטן זיך אריינגעכאפט טרונקען א קאווע, א שטייגער הרב גאלד. אבער רובם זיצן און ווייקן זיך אין צימעס און האלטן אן א שטארקן קאנטראל, להגדיל תורה ולהאדירה, ולעשות נייחא לנשמתם זי"ע.

ווילן מיר דא ווינטשן די טייערע אמבאסאדארן וואס פארטיידיגן זייערע מדינות און נישט דעזערטירט אזוי ווי די אנדערע בוגדים, האלט אן פעסט, און אייער לאנד איז אייך מכיר טובה!


(די אשכול איז נישט אין צימעס, עס איז א שמייכל'דיגע אשכול, און פארשטייט זיך אז מען מיינט בלויז איין זאך, צו ארויפברענגען א שמייכל אויף מידע, פארפלאגטע לעפצן, און לקיים מה שנאמר "דער רבי האט געהייסן פרייליך זיין" ואין הדברים אמורים לא להלכה ולא למעשה, און אויב איינער ווערט באליידיגט איז קודם כל, כ'מיין בלויז א ווערטל, והשנית, פון וועמען ווערסטו באליידיגט, פון א משנה לשיבער?)

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר