איך בין נישט קיין גרויסע מפלזוף, אבער לאמיר פראבירן אביסל צו פארשטיין, די ערשטע מאל האסטו מיר פארלוירן ביי די טענה'רייען מיט לעיקוואד איבער זיין ביטול צו איידיעליזם, האב איך יעצט איבערגעליינט און פראבירט אויסצופילטערן נאר די פיליזאפישע שטיקלעך.
מוח שליט האט געשריבן:איך וויל אבער דיך פרעגן, ענטפער דו דערויף. מאך א thought experiment. אויב איך האב דא א בוים וואס אלע איר אפעקטס אויף מיין און יעדעמ'ס קאנשעסנעס איז מבוטל. קיינער איז נישט קאנשעס אז עס קלאפט אריין ליכט ענערגיע אינעם אויג. מען איז נישט קאנשעס אז עס קלאפט אריין עלעקטראמאגנעטיק ענערגיע אין די האנט ווען מען "טאפט" עס אהן. מיר זענען גאר קאנשעס אז די האנט גייט פשוט דורך די שטח אהן קיין שום שטער. אלע תוצאות ותוצאי תוצאות וואס קענען מיך און יעדעם מאכן בעקיפן קאנשעס אז דא איז דא א בוים, ווערט בטל. אנשטאט דעם איז דא א קאנשעסנעס אז דא איז דא הוילע לופט. אלעס וואס מען וואלט געשפירט [ליין -מען איז קאנשעס] אויב דא זאל זיין הוילע לופט, שפירט מען יעצט. מען וועט שפירען און זיין קאנשעס פון אלע תוצאות ותוצאי תוצאות וואס הוילע לופט דא מאכט שפירען. וויל איך דיך פרעגן, ביטע ענטפער די שאלה. מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען עס איז נישט דא קיין בוים בכלל? מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען דא איז "טאקע" דא נאר הוילע לופט?
איך מיין אז דו מאכסט דא א גרויסע שפרינג פון האבן א קאנשענס פון א נישט בוים, צו נישט האבן קיין קאנשענס פון א בוים.
לאמיר איבערגיין דיין thought experiment.
1) אויב זע איך אז א זאך וואס איך האב א קאנשענסנעס אז דאס עקזעסטירט נישט, עקזעסטירט טאקע נישט. (כדוגמת העץ שאינו, או השולחן שנעשה ספסל)
2) פון דעם קומט אויס אז חומר אן קאנשענסנעס איז קיין חומר נישט.
און איך ווייס נישט ווי אזוי דו קומסט אן פון פוינט 1 צו 2. 1 זאגט אז אויב זאגט מיר מיין קאנשענס אז דא איז נישט דא קיין בוים, קען איך עם גלייבן אז דא איז טאקע נישט דא קיין בוים, אזוי ווי דו זאגסט א בלאט שפעטער "מיין גאנצע thought experiment איז ווען יעדעם איינעמ'ס קאנשעסנעס שפירט לופט דא, נישט בוים", די פוינט איז אז איך אבזערוו לופט, וואס איז היפך בוים. און אלמלא דו ווילסט מיר זאגן אז באמת איז יא דא א בוים גייט עס מיר נישט אן ווייל צו מיר האט עס גארנישט, ווייל מיין קאנשענעס גייט עס סייווי נישט משנה זיין.
פונקט צוויי זאגט אבער גאר אנדערש, אז יעדע זאך צו וואס איך בין נישט קאנשענס, עקזעסטירט באמת נישט, אלע ווייטע גאלאקסיס וואס זענען נישט אין די אבזערוויבעל יוניווערס עקזעסטירן נישט, ווי אויך די שיפע שמייכלען און איינגעהאלטענע לאכערייען פון האלב ביסמעדרעש ווען א טוילעט פאפיר ציט זיך פון מיין שיך, עקזעסטירט אויך נישט ווייל איך בין נישט קאנשענס דערצו.
קופערניקוס האט געשריבן:מח שליט האט געזאגט דברים של טעם, לאמיר עס אויסשמועסן: נאר אונזער הכרה פארזיכערט אז עס איז דא א מציאות. אלזא, אונזער הכרה פארזיכערט און איז מגדיר און מגביל מציאות. אויב קען הכרה נישט זעהן א בוים, איז נישט דא קיין בוים. אויב אזוי, ווער זאגט אז הכרה איז נאר מכיר אין די מציאות, אפשר באשאפט זי גאר די מציאות, ווער זאגט אז דא איז דא א בוים און מיר זעען עס נאר, אפשר די גאנצע מציאות פון די בוים איז די הכרה. די הכרה איז א סיבה צום חומר, און נישט פארקערט.
מיט די בלויע בין איך מסכים, אבער וואס איז מיר מכריח צו גלייבן אין די רויטע? אקאמס רעיזער? איך זע נישט ווי אזוי דאס זאל מיך מכריח זיין צו גלייבן א זאך וואס איז ווייט פון גרינג אנצונעמען, רחוק מן השכל אזוי ווי קוואנטאם פיזיקס, און קוואנטאם פיזיקס וואלט מען קיינמאל נישט אנגענומען אן קיין ראיות מוחיכות, וואס דא איז אוממעגליך צו האבן ראיות מוחיכות לכאן או לכאן, מטבע הדברים, ווייל וויבאלד אונז אלע געפונען זיך אין די (אנגעבליכע) אילוזיע איז אוממעגליך פאר אונז ארויסצוקריכן דערפון און קוקן אויב ס'איז טאקע נאר אן אילוזיע.
מוח שליט האט געשריבן:קופי, מען זעהט קלאר אז די יסוד פון אלעם איז הכרה. ווען יאיר וואלט מכיר געווען אז איך בין גערעכט וואלט דאך געווען אלסדינג מסודר. נו, אין לך ראי' גדולה מזו אז בהכרה תלי' מילתא.
און יעצט צום שמועס.
איינמאל מען פארשטייט אביסל די לאגיק פון איידיליזם איז אייביג גוט צו ניצען דעם 'חלום' אלס א משל. חלום שפיגעלט אפ די גאנצע בריאה. דאס גאנצע עולם ומלואה וואס געשעהט אינעם חלום איז באשאפן דורך קאנשעסנעס. דעריבער איז דאס א גוטע tool צו פארשטיין די רעאליטי וואס איז אויך נישט מער ווי א דרגא פון קאנשעסנעס.
איך האב נישט קיין פראבלעם צו הערן אז די גאנצע בריאה איז נישט מער ווי א
חלום, און אלעס ווערט באמת געפירט דורך א
גרויסע שרעקעדיגע שד און מיר זענען נישט מער ווי א
סומולאציע אין זיין גרויסן קאמפיוטער. אבער איך האב נישט גארנישט וואס זאל מיר שטופן דערצו, אפצולאזן מיין גאנצע האב און גוטס, און גיין וואנדערן אל ארץ לא זרועה, ווען איך האב נישט קיין שום ראיה, הוחכה אדער עפעס וואס זאל מיר זאגן אז די מציאות וואס איך זע מיט די אויגן איז נישט עכט.
דאס אז דו זעסט אז זיי גייען אלעמאל צוזאמען מיינט נישט אז איינס איז גורם אדער באשעפט די אנדערע, כדתניא Correlation does not imply causation.