ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ידען האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:ווער האט נישט די דיגיטאלע פארמאט פון די ערשטע אויסגאבע? צאלן אפאר הונדערט דאלער פאר דעם?

ווי?


גם אני מצטרף, איך זוך אויך דעם אריגינעלן.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

שוין, אז אפאר אידן בעטן האב איך זיך מטריח געווען און אפירגעזוכט דעם לינק:

קיבלתי עוד לינק באישי, שכולל את התמונות שעל הספר.

http://www.f2h.co.il/776z9zao3k9w#
הסיסמא לקובץ היא VCKVCKHO


תוקן על ידי OldBrisker ב- 05/03/2011 21:30:50




קרעדיט: OldBrisker אין פורום סו"ס

אגב, ווען כהאב יעצט פרובירט דעם לינק האט מען שוין נישט געדארפט דעם סיסמא.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

משה געציל האט געשריבן:אויף די זאב ברענע שאוי איז יעצט געווען צו גאסט הרב נתן קאמענעצקי א זון פון ר' יעקב ז"ל, וואס האט ארומגערעדט איבער זיין בוך "דאס שאפונג פון א גדול". דער בוך איז אויסגעשטאנען שארפע קריטיג בשעת ווען עס איז פאבלאצירט געווארן, צוליב אנגעבליכע קאנטערווערסיאלע ענינים וואס הרב קאמענעצקי האט געשריבן דארט, און דאס האט געפירט צו א איסור בשעתו פון ארום צען גדולים אריינגערעכענט הרב אלישיב ז"ל.
הרב קאמענעצקי האט יעצט איבערגדריקט דאס ביכל, אין אביסל מער מרחיב געווען אין די ערטער ווי עס איז ארויס א שטורעם (ער טענ'הט אז ער האט גארנישט ארויסגענומען).
הנוגע לענינינו, תוך הדברים האט הרב קאמענעצקי פארציילט אז די איסור איז געשאפן געווארן דורך א יחיד וואס האט געשאפן א חתימה פון איין גדול וואס האט ניטאמאל געליינט דעם ביכל, און איינמאל ער האט געהאט דעם חתימה איז אים געלונגען צו באקומען דאס איבריגע חתימות אן קיין איבריגע שווערקייטן. צוליב דעם שרייבט ער יעצט א ביכל וואס ער וויל עס נישט ארויסגעבן בחייו, אינטערן קעפל "דאס שאפונג פון א איסור", לויט ווי עס קוקט אויס פון אים איז דאס נישט נאר א פראבלעם וואס פלאגט וויליאמסבורג.


"דאס שאפונג פון א איסור", Anatomy of a Ban בלע"ז, איז שוין ארויסגעקומען אין 2003, און איך האב עס נאך דאן געלייענט.

אוודאי זענען פארהאן צווישנשיידן פון די ערשטע ביז די צווייטע ווערסיע. זעה דא.

ר' נתן רעדט וועגן דעם פארבאט:
Rabbi Nathan Kamenetsky's lecture about the banning of his Making of a Godol delivered at Young Israel of Beth El in Boro Park on 12 March 2005.

דער וויקיפידיע בלאטשמועסט גוט אויס דעם נושא.

אבער די נקודה איז נישט אזוי ווי איר זאגט אז "די איסור איז געשאפן געווארן דורך א יחיד". נאר
1. פון אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן האט נאר איינער געקענט לייענען ענגליש.
2. מען האט גארנישט אייגעלאדענט דעם בעל דין ר' נתן. מען האט נישט געוואלט הערן וואס ער האט צו זאגן, אים נישט געגעבן קיין געלעגענהייט צו פארטיידיגן זיין מאסיווע, גרונטליכע און היסטארישע ווערק!

דאס איז דער הימל געשריי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער פירט?
באניצער אוואטאר
cookies
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 10:01 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך cookies »

אויס מענטש האט געשריבן:די גאנצע אשכול איז ביי מיר אונטער א פראגע צייכן.
זייט ווען ווערט וויליאמסבורג געפירט ? עס איז בכלל נישטא קיין פירערשאפט! והיינו טעמא וואס אין אזא צופארענע שטאט כאפן זיך די משוגעים צו צום רעדל.
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט וואלט ווען געקענט זיין פראטעסטן קעגן געשעפטן שאין רוח המתקנאים נוחה הימנו?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט פארקומען אזא זאך ווי שבת-עירוב שרייערס ?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט הענגען אזעלכע צודרייטע צעטליך אויף די ווענט ?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט זיין פאשקעווילן אין די גאסן אויף יעדע פריוואטע פאליטיק ?
אלא אין כאן לא הנהגה ולא מנהיגים אלא יש כאן מתנהגים על ידי כל אחד !!!


you right, i dont think that in monroe happens those things
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

געווען נאכן קריג ווען א טוץ צדיקים ורבנים זענען אנגעקומען פונעם פארברענטן אייראפע, און האבן אנגעהויבן איינזייען זייערע הויפן. אבער נאר וואס איז אנגעקומען א ווילדע שטורעם, סאטמאר האט עס געהייסן, און האט פארטיליגט און פארטריבן יעדן, און געבליבן געוועלטיגן דארט א יובל יארן, מיט טעראר און כח.
היינט ווען ס'שוין נישט סאטמאר בתוקפה איז ווילי צוריק אויפן וועג פון א תיקון אפשר אפשר. באלעבאס פרעגסטו? פרעג נישט.. ס'איז א ווייטאגליכע פראגע
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

לויט ווי איך ווייס, איז אויסער דער וויזשניצער רבי און דער קלויזנבורגער רבי אויך דער סקווערע רבי אנטלאפן פון ווילי, צוליב די אומרוען פון סאטמאר אין נאמען פון רבינו הגדול והנורא שנקרא שמך עליו
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

און איך תמים האב אלס געגלייבט די באבקע אז סקווערער רבי האט פשוט געוואלט וואוינען אויסער די שטאט,ישיבת כרכים קשה, וואוינען אין א פלאץ וואס איז דא נאר איין מנין א.א.וו. יעצט הער איך סהאט פשוט געהאט מיט סאטמאר צוטאן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:לויט ווי איך ווייס, איז אויסער דער וויזשניצער רבי און דער קלויזנבורגער רבי אויך דער סקווערע רבי אנטלאפן פון ווילי, צוליב די אומרוען פון סאטמאר אין נאמען פון רבינו הגדול והנורא שנקרא שמך עליו



מפני כבודו פון הרה״ק מסקווירא זי״ע "הגדול והנורא שנקרא שמך עליו" וועל איך מיך נישט אריינלאזן אין א שמועס מיט דיר ווי טעראר איז געווען א גאנגבארע ארטיקל, און וועמענס טעראר אפילו קעגן אייגעע מענטשן איז געגאנגען בירושה און איז בתוקפה עד היום הזה
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

שוין

האט מען דא מברר געוועהן אז טעראר איז איבעראל געוועהן, סיי סאטמאר און סיי סקווירא, אלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

ביסט דאך א היסטוריקער פארלייקן נישט היסטאריע אז סאטמאר האט טאראזירט וויליאמסבורג און יעד רב האט געמיזט גיין אין שפאן און אזו איז עד היום רבי פישל הרשקאביץ איז נישט אזוי חשוב ווי סענדזשארדזשער רב ער טאר נישט מאכין א עירוב ווען אפאר טוזנט אידן אין שטאט ווילען עס?
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איחוד פעלד האט געשריבן:אלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?

סקווערע טעראר איז אינטערנאל, און סאטמארע איז עקסטערנאל (געווען, ביז די אינערליכע מחלוקת ווען די גאנצע וועלט האט אפגעאטעמט.)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

געפילטע פיש האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:אלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?

סקווערע טעראר איז אינטערנאל, און סאטמארע איז עקסטערנאל (געווען, ביז די אינערליכע מחלוקת ווען די גאנצע וועלט האט אפגעאטעמט.)


אונטערעסאנט צו באמערקן, אז דער סקווירער רבי שליט''א, איז אן אייניקל פון הגה''ק דער לעצטע בעלזער רב, מהרי''ד זי''ע,
און דער סאטמאר רב זי''ע, האט זיך געהאלטען פאר א חסיד פון הרה''ק מהרי''ד מבעלזא זי''ע,

און דאס וואס מאנכע ריפן דא אן "טעראר" הא מען אוןן בעלז געריפן יודישקייט,

בעזלא אינדערהיים, איז געווען די מערסט עקסטרעמיסטשע חסידות, מען האט געטיילט מכות כדי להמית, פאר ווער עס איז נישט געגאנגען און שפאן 101 פראצענט:

זעט אויס אז סאטמאר אלס חסיד, און סקווירא אלס אייניקל, האבן באקימען די "טעראר-יודישקייט" בירושה פון בעלזא,
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

דער אייבישטער זאל אפהיטן. ווען סאטמאר נעמט ווען איבער בעלז' טעראר, לא נשתייר משונאיהם של ישראל שריד ופליט... סאטמאר האט גענוג די אייגענע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אין בעלז האט מען נישט אזוי געטיילט קיינע מכות, געט יור פעקטס סטרעיט! גוטע שפיצלעך/פאשקעוילן און ציפקעס יא אבער פון דארט ביז מכות כדרך הסלולה לנו מבית סיגט/אורשיווע/קראלי/סאטמאר איז דא א וועג צו גיין. און אוודאי איז עס נישט געווען בלויז פארען חטא פון "נישט געגאנגען און שפאן 101 פראצענט".

ואגב, שאל זקינך ויאמרו לך, אלע וואס זענען געווען אקטיוו אין די אלע מחלוקת'ר מכול הצדדים שהם מאז ועד היום האבען באצאלט א ביטערע פרייז דערויף, הם ובני ביתם. בינו נא זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איך אויך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דעת תורה האט געשריבן:און איך תמים האב אלס געגלייבט די באבקע אז סקווערער רבי האט פשוט געוואלט וואוינען אויסער די שטאט,ישיבת כרכים קשה, וואוינען אין א פלאץ וואס איז דא נאר איין מנין א.א.וו. יעצט הער איך סהאט פשוט געהאט מיט סאטמאר צוטאן.

:דאבללייק: :דאבללייק:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איך אויך, ווילסט איבערשרייבן היסטאריע? כל הכבוד, וועלקאם טו די קלאב! ביסט נישט דער ערשטער וואס וויל.

צו פארגלייכן אפילו סאטמאר / סיגוט צו בעלז, כל שכן צו זאגן אז סאטמאר איז געווען ערגער, איז זינלאז טו א ווערי פאר עקסטענד. אין סאטמאר האט מען געשלאגן מפעם לפעם, ווען עס איז אויסגעקומען צו דיעלן מיט עזות פנים׳ער בעלי מחלוקת, אבער דאס איז נישט געווען די עמטליכע שפראך. אין בעלז איז נישט געווען קיין אנדערע שפראך נאר פעטש. אווי ר׳ יאנקעלע האט זיך אויסגעדרוקט: די יושבים האבן געשלאגן זיי האבן פשוט נישט געוויסט אז מען טאר נישט שלאגן...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:פשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם.

פארשטייט זיך אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, המחמיר הרי זה משובח, אבער דער מאן אירער ברויך אויך מחמיר זיין אויף למשל אויב א איד ב'גנב'ט אים זאל ער תיכף מוחל זיין כדי נישט מכשיל צו זיין מיט א עבירה. וכן הלאה על זה הדרך.

א מקור ביטע.
אויך פארשטיי איך נישט. דו זאגסט אז עס איז נישטא קיין מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם, און תיכף דערנאך זאגסטו אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, והמחמיר הרי זה משובח. What gives?


טו בי פעיר, אין די צניעות ספרים האב איך יא געטראפן 2 מקורות איבער דעם ענין פון מכשיל זיין מענער. איינס איז די גמרא וואס דערציילט וועגן א טאכטער פון איינעם פון די חכמים וועלכע האט מתפלל געווען אז מענער זאלן נישט נכשל ווערן דורך איר. דער מהרש״א אויפן פלאץ איז דארט מסביר אז די גמרא זאגט אז אויב איינער באקומט א עונש צוליב א צווייטן, אין מכניסים - דעם צווייטן - במחיצתו של הקב״ה. און דאס איז די פשט וואס מען בעט ולא יענש שום אדם בסיבתי. (און דאס גופא איז געווען דער טעם פון די חסידים וואס האבן מפקיר געווען זייערע נכסים ווייל גנבים פלעגן גנב׳ענען. - איז לפי זה כאמור די 2 זאכן זענען די זעלבע דרגה).

א שטערקערע מקור, איז דער רבינו יונה - אין אגרת התשובה - וואס שרייבט: ״וצריכה האשה להיות צנועה וכו׳ שלא יסתכלו בני אדם בפניה וידיה והם יורדים לגיהנם והיא ענושה בעונש כל אחד מהם״. דער רבינו יונה רעדט נישט פון א פרוי וואס גייט אנגעטון פריצות׳דיג, ער רעדט דאך אז מען וועט קוקן בפניה ובידיה, זעט מען דאך לכאורה אז סאיז אייביג דא דער ענין. באמת אויבנאויף קען מען זאגן אז אויב זאל עס באמת זיין א איסור וואלט ער דאך געדארפט רעדן פשוט׳ער, אנשטאט אפשרעקן מיט עונשים וואלט ער געדארפט פשוט שרייבן אז זי איז עובר אויף לפני עוור, אלא מאי רעדט ער נאר על דרך המוסר כעין מש״כ המהרש״א הנ״ל. אלא שלפי זה האט ער ווען געדארפט שרייבן מיט א ענליכע שארפקייט אויף די אידן וואס זענען נישט מוחל אויף די גנבים.

ואולי מיירי ברעשנית מאוד שמהפכת הרחוב בקולה וכדומה וכאילו מכריחה לאנשים להסתכל עליה. ובפשיטות י״ל כגון שלבושה מלבושי פריצות שכנ״ל אין לה הזכות לזה כיון דהתורה אסרה, אלא דאם כן למה באמת לא עוברת על ״לפני עוור״? ויל״ע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

דעת תורה האט געשריבן:איך אויך, ווילסט איבערשרייבן היסטאריע? כל הכבוד, וועלקאם טו די קלאב! ביסט נישט דער ערשטער וואס וויל.

צו פארגלייכן אפילו סאטמאר / סיגוט צו בעלז, כל שכן צו זאגן אז סאטמאר איז געווען ערגער, איז זינלאז טו א ווערי פאר עקסטענד. אין סאטמאר האט מען געשלאגן מפעם לפעם, ווען עס איז אויסגעקומען צו דיעלן מיט עזות פנים׳ער בעלי מחלוקת, אבער דאס איז נישט געווען די עמטליכע שפראך. אין בעלז איז נישט געווען קיין אנדערע שפראך נאר פעטש. אווי ר׳ יאנקעלע האט זיך אויסגעדרוקט: די יושבים האבן געשלאגן זיי האבן פשוט נישט געוויסט אז מען טאר נישט שלאגן...

נאך אסאך מער
און סאטמאר האט מען עטליסט זיך איינגערעד אז משלאגט לשם שמים (כרעד ביים זיך שלאגן מיט די דרויסענדע) שיטה, ציונות, וכדומה ווי אויך די שלעגער זענען געווענליך געווען פון די שוואכערער עלעמענט
ווידער און בעלז האבן גרויסע לייט געפילט מנחת זרועם נאר ווייל סהאט זיך זיי געדאכט אז סרירט צו צי "כבוד בית בעלזא" און ווי די האסט געקוואויט ר יאנקעלע ז"ל האט מען גערעד פון עפעס מער ווי די בחורים אדער שוואכע סחורה.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דעת תורה האט געשריבן:טו בי פעיר, אין די צניעות ספרים האב איך יא געטראפן 2 מקורות איבער דעם ענין פון מכשיל זיין מענער. איינס איז די גמרא וואס דערציילט וועגן א טאכטער פון איינעם פון די חכמים וועלכע האט מתפלל געווען אז מענער זאלן נישט נכשל ווערן דורך איר. דער מהרש״א אויפן פלאץ איז דארט מסביר אז די גמרא זאגט אז אויב איינער באקומט א עונש צוליב א צווייטן, אין מכניסים - דעם צווייטן - במחיצתו של הקב״ה. און דאס איז די פשט וואס מען בעט ולא יענש שום אדם בסיבתי. (און דאס גופא איז געווען דער טעם פון די חסידים וואס האבן מפקיר געווען זייערע נכסים ווייל גנבים פלעגן גנב׳ענען. - איז לפי זה כאמור די 2 זאכן זענען די זעלבע דרגה).



סאך מער, די גמרא אין מס' תענית פארציילט אז דער אמורא ר' יוסי דמן יוקרת האט אוועקגעלייגט זיין אייגן טאכטער, ער האט געזאגט "שוב לעפרך", ווייל זי איז געווען צו שיין און מכשיל געווען אנדערע מענער
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

דעת תורה האט געשריבן:איך אויך, ווילסט איבערשרייבן היסטאריע? כל הכבוד, וועלקאם טו די קלאב! ביסט נישט דער ערשטער וואס וויל.

צו פארגלייכן אפילו סאטמאר / סיגוט צו בעלז, כל שכן צו זאגן אז סאטמאר איז געווען ערגער, איז זינלאז טו א ווערי פאר עקסטענד. אין סאטמאר האט מען געשלאגן מפעם לפעם,

זענט איהר אוקעי? סאטמער געששלאגען מפעם לפעם??? דאס איז געוועהן די שפראך אלע יארען!! אמאהל האט מען טאקע געציטערט פון זיי וועגען דעם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איין חילוק אין סאטמאר האט מען זיך געשלאגן ברוב פאר והדר, מיט א מלכות און ברייטקייט, מיט צוויי מעכטיגע צייטונגען, ריזיגע אלף שמות'ע, קול קורא'ס, מאבילס, וועד לחיזוק הדת'ס און וועדות להצלת נכסי המוסדות, האטליינס, וועבסייטס, אויפהענגען דאמי'ס אויף ליע עווניו, פייער לעשערס, קונטרסים און חיבורים.
דאס איז נישט נאר דא, נאר סיגוט איז די איינציגסטע פלאץ וואס די שענסטע חיבורים בכל שושלת עצי התמרים זענען איבער די מחלוקת אין שטאט סיגוט, אויך שפעטער אין קראלי איז ארויסגעקומען פאשקוויל און צייטונגען, און דערנאך אין סאטמאר, וכן עד היום הזה ברוב פאר, בגאוה דקדושה.
אין אנדערע פלעצער איז עס צוגעגאנגען איידל, א פראסק, א ציפ, א שטויס, א גיס אפ א הייסע קאווע, אזוי בצניעות און מיט א חסידישע חן.
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

פרובירט זיכען די קונטרסים אין פאבליקאציעס פונעם בעלזע/מונקאטשער מחלוקה, שטייט גארנישט הינטער פון עני אינדעוואלע מחלוקה וואס די טרעפסט ביי סאטמאר.
ווען די רעדסט פון מלחמת תשנ"ט און ווייטער שטייט דאס מסתמה ארויס, אבער אויך מכוח ווייל ריזיגע מעצמה פון רבבות משפחות בלי גוזמה וואס איז דורעך א ספליט.
אז די וועסט פראבירן עס משוה צי זיין לאמיר טאקע אנכאפן א בעלזער דוגמה, מלחמת בעלזע/מחנובקא און עס פראבירן צעצעטיילן איז עס אולי מער אלימות פער מחנובקער חסיד.
פארשפארט