ווערנדיג באנעצט פון רעגן וואסער שפאצירענדיג אויף די גאס, האב איך זיך דערמאנט וואס איך האב אמאל געהערט, אז רעגן וואסער בימי הספירה - אדער נאר חודש אייר - איז א סגולה אויף כמה ענינים.
אויב איך געדענק גוט, זענען דא אזעלכע וואס פירן זיך צו טרינקן פון די וואסער. אנדערע פארמאכן בלויז די שירעם צו ווערן אביסל נאס פון די מסוגל'דיגע רעגן, אא"וו.
ווי איז די מקור?
וואס איז די ענין?
גשמי ברכה בימי הספירה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל
גשמי ברכה בימי הספירה
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
רפואה וסגולה
כ'האב געהערט אן איטערעסאנטע מעשה ווי מ'האט קלאר געזעהן ווי די סגולה העלפט (נישט רפואה, נאר פארקערט!)
געווען א בחור וואס האט געדארפט גיין צום לשכת הגיוס, און נישט ווילנדיג דינען אין די צה"ל (ווייל ער מיינט א דוד המלך האט אויך מלחמה געהאלטן מיט א גמרא אין די האנט
) האט ער זיך אויפגעפירט ווי א משוגה'נער, אזויארים צו באקומען א פטור, נאכן אביסל אינטערזוכן האבן זיי אים פריי געלאזט. אבער זיי זענען נישט געווען זיכער אז ער איז משוגה, האבן זיי זיך אפגעמאכט אז מ'גייט אים נאכקוקן ווען ער גייט ארויס צו זעהן צו ער'ז טאקע צודרייט.
געווען איז דאס חודש אייר, אין ס'האט דאן גערעגנט. תיכף ווי די בחור איז ארויס פונעם לשכה הייבט ער אויף זיין קאפ אריין צו כאפן אפאר טראפעלעך אין מויל אריין, אין אפאר אין אויגן אריין. ווען זיי האבן דאס צוגעזעהן האבן זיי טאקע פעסגעשטעלט זיין שגעונות און מער האט מען אים נישט געטרייט נערמאל צו מאכן.