מיינע מחשבות ביי די ניקולשבורג'ע הדלקה אין בארא פארק

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך דייטל »

smartinof האט געשריבן:
דייטל האט געשריבן:smartinof
בעט בורא עולם זאל דיר מנחם זיין, פארדינסט דיר בקרב כלל ישראל א נחמה בקרוב, המתאבל על אחת מחורבות ירושלים זוכה ורואה בנחמה.
ער איז גענוג גרויס דיר אריינצושיינען אין שכל א ליכטיגקייט זאלסט פארשטיין טיפער און טיפער........

און מיינע אויגען איז "אהבת ישראל" זייער א אויבערפלעכליכע זאך, נישט באזירט אויף קיין שום מחשבה אדער עמקות, בלויז א געפיל וואס א טייל מענטשען, צאמגעציילטע צו די יידישע רעליגיע בויען זיך דאס אויף במשך זייער לעבן, און אפשר אפילו מיט זייער שיינע פיוטישע הסברים, אבער עס בלייבט נאך אלס א געפיל, והא ראי', די אלע וואס טאנצען און ליבען זיך מיט די אלע פארקריפלטע נשמות, ומענתם בפיהם אני אוהב יהודי, ליבען זיי זיך אויך אזוי מיט די אלע ראדיקלע עקסטרעמע חסידים אדער ישיבישע חברה, די אלע שפראכען מיט וואס זיי באנוצען זיך אויף די נשמות, ניצען זיי אויך אויף די פרימע פון דעם יידישען פאלק???? [עס מיר טרעפן אזא איינעם, האב איך אים ליב אהבת נפש...] נניח אז די התנהגות און די צוגאנג צו לעבן פון די פרומע ראדיקאלע עקסטרימיסטען איז נישט ריכטיג, איז דען די התנהגות פון דעם מרבה ניאוף א בעסערער?? איך האב נאך נישט געטראפען דעם חבדסקר שליח, וואס איז מלא געפיל פאר דעם ספק ישראל, ספק ממזר, ספק גוי וכו וכו, זאל האבן דעם זעלבען געפיל,פאר פרומען סאטמער'ן ייד [כדוגמת פילופ], כ'האב נאך נישט געטראפ'ן דעם ברסלב'ן משפיע, וואס איז מקרב און מחזק יעדען מוציא ש"ז, זאל האבן דעם זעלבן געפיל פון אהבת ישראל, פאר דעם ייד וואס שרייט אז א מוציא ש"ז איז שוין א פארפאלענער, און דער וואס איז מקרב מחללי שבתות זאל האבן דעם זעלבן געפיל פון אהבה ליהודי צו דעם ייד וואס שרייט שבת, וויבאלד עס איז א געפיל קען מען עס דרייען אויף וועלכן ריכטונג סלאזט זיך, און פארשטייט זיך אז מען צילט צו דעם ריכטונג וואס איז די באטעמסטע פאר'ן מענטש, אהבת ישראל וואלט איך פארטייטשט אהבת עצמו שהוא מבני ישראל...


איך האף אז איר האט נישט אנגענומען מיינע ווערטער אין אייער ריכטונג ווי צו זאגן אז איר פארשטייט נישט גענוג טיעף. [וואס אזוי שיינט מיר פון דיין רעדע פון אהבת ישראל נאכן ציטירן מיינע ווערטער].
גאר קאפויער. ווערנדיג איבערגענומען פון דיינע טייערע ווייטאגליכע רייד, האב איך דיר געפרובט טרייסטן אז ס'זאל דיר ליכטיג ווערן, און ס'קען ליכטיג ווערן, ווארן אלץ איז דא א טיפערע שכל וואס דארט איז ליכטיג והבן. וואס כנראה קען מען נישט צוקומען דערצו אויב גייט מען נישט קודם דורך דעם קאשמאר א בחינה פון ויהי ערב ויהי בוקר, אין קליפה קדמה לפרי, אין אנדערע ווערטער דייקא דו וואס דו קלאגסט אזוי אויף דאס שפלות עם ישראל והתדרדרות הנוער אשר לפנינו כי נורא הוא, קענסט איינזען עפעס וואס דער וואס שפרינגט גראד אריבער דעם בריק מיט אזוי גערופענע אהבת ישראל וכדומה קען נישט איינזען ווייל ער איז קיינמאל נישט געקומען צום ריכטיגן התבוננות.

צום תוך פון דיין אהבת ישראל שמועס, מוז איך שוין ליידער ווייטער איינשטימען מיט אייך, ס'קוקט מיר אויס בערך אזוי. אדער האלט איך אז אפילו אים דארף איך ליב האבן ווייל ער איז א ישראל, אדער אז דעם טאר מען נישט ליב האבן ווייל ער איז בכלל נישט בגדר ישראל..

אוודאי איז אהבת ישראל א עבודה קשה, און געוויס ווי אלע עבודות דויערט עס צייט און הארעוואניע קונה צו זיין, און טייל באזיצן דאס נאר למחצה לשליש ולרביע, טייל מיינען דעם מי שאמר והי' העולם און טייל מיינען וכו'.. אינו דומה שני אוכל בשר פסח, צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.. אבער דאך איז שווער צו וויסן וואס טוט זיך בלב בני אדם כי השם יראה ללבב, און עפטער אלל זאגט ר' נחמן אז השי"ת יש לו התפארות מכל יהודי, אבער לאמיר נישט פארפארן ווייל איך בין בעצם מיט דיר אויף איין פעידזש, און נישט נאר ביי אהבת ישראל נאר הוא הדין ביי אנדערע עבודות ווי למשל חסד, זעט מען אויך אמאל קאנטראדיקציעס ביים זעלבן וכו' וכו'. אדם אחד מאלף מצאתי. און לאמיר נישט אריינגיין אין וויפיל חלק פון עבודות בני אדם האט מיט געפיל און שכל ,און וויפיל מיט טבע ווי שיין דאס קוקט אויס אמאל ביי מענטשן און ווי געלויבט עס ווערט, און וויפיל מענטשן רייסן שטיקער פון זיך צו צוברעכן א טבע רע און ווי שלעכט זיי קוקן אויס בעיני בני אדם, און ביים בוכ"ע איז חשוב דער וואס רייסט פון זיך פאר אים, ווער ס'דינט אים ווי ס'שווער, כי זה כל האדם, האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע, איי עולם הפוך ראיתי עליונים למטה ותחתונים למעלה, נאר וואזשע דען דאס איז דברים שכיסה עתיק יומין. ווי האט ריב"ב געזאגט פאר ר' עקיבא בין כך ובין כך אתה עתיד ליתן את הדין, השם מכסהו ואתה מגלהו.

אבער דיין פוינט איז וועל טעיקען. איי ווי גוט דו זאגסט.

פארנדיג אמאל אין א באס מיט פארשידענע סארט אידן מכל המקומות האט זיך אנטוויקלט א שטיקל וויכוח צווישן דעם מיט יענעם, רופט זיך אן א פייוו טאונס איד מיט שפאט צו א ביבער הוט איד וואס האט געהאלטן אינמיטן מסביר זיין די שעדליכקייט פון א געוויסע גרופע, בלשונו " עי דזשו עגענסט עי דזשו איז בעיאנד מי" האט אים יענער צוריקגעענטפערט, "סאו האי קאם איט איז העפענינג ביפאר מיי אייס"... צו מיין שאק, האט יענער אים געגעבן רעכט, "איט איז אינדיד עני דזשו עגענסט עני דזשו". האב נישט מורא איך בין אים נישט חושד אז ער האט בשעה א' קונה געווען ריינע אהבת ישראל, זיין שכל האט אים דיקטירט מודה צו זיין פשוט אלס ישרות פון סטעיטמענט.

דער תניא שרייבט אז אהבת ישראל איז נישט קיין סתירה צו הרואה חבירו עובר עבירה מותר אדער מצוה לשנאותו, ווייל די אהבה ווערט נולד פון א רחמנות אויף די נקודה היהודית די נפש האלקית וואס איז בגלות, און ער איז מחלק בין נפש לגוף, איז מען א גופני איז מען חלוק, איז מען רוחני איז אלעס איינס. ועמוק הדברים.

און א ווארט צו אלע אידן וואס זוכן מקיים צו זיין די מצוה פון אהבת ישראל, דעם כלל גדול בתורה, לפי הסכמת הפוסקים קען מען מקיים זיין די מצוה אויך ביי שלומי אמוני ישראל אידן וואס פרובירן היטן די תורה כל אחד לפי דרגא דילי', אידן וואס דו זעסט יעדן טאג אין בעסמעדרעש, פרנסה, גאס, שטוב, בדיעבד אפילו אין שטוב ביי די ווייב און קינדער, פשוט, פארגין אים האס אים נישט ליב אים...

געהערט אמאל א גלייכע ווארט פון הגרצ"מ זילברברג שליט"א, אז א איד [לאמיר זאגן א מאנסי'ע איד] קען זיך בארואיגן און זאגן, מער ווייניגער בין איך דאך גוט מיט די גאנצע בריאה, מיט אלע אידן פון ארץ ישראל בין איך בשלום ושלוה, די אידן פון אייראפע זיך קיינמאל נישט פארטשעפעט, אלע אידן פון אלל אווער אמעריקא קיין שום פראבלעם, אפילו די אידן פון ניו יארק וואס וואוינען אין די שטאט צי אין אפסטעיט מיט יעדן לעב איך גאנץ גוט, און אפילו אין מאנסי גופא די וואס וואוינען אין די און די געגנט איך גריס זיי, און אפילו אין מיין געגנט דער וואס וואוינט אויף דעי גאס אין יענע גאס, דער וואס זיצט אויפן מזרח וואנט אין בית מדרש קיין שום קריג נישט פארהאן, סך הכל די פאר שכנים פון שטוב, די פאר חברים וואס זיצן אויפן זעלבן באנק אין שול, די פאר שטוב מענטשן דעטס איט.. נו שוין בטל ברוב. דער אמת איז אבער אז דייקא די פאר ארומיגע דאס איז דער גאנצער מבחן אויפן מענטש.

ווערטלעך אין א זייט געלייגט, געהערט אדער געזען אמאל פון א דרשן\מגיד\עסקן\מחנך וכל שום וחניכא דאית לי', אז ואהבת לרעך כמוך גייט בעיקר אן אויף די ביתו זה אשתו, פרעגט איר געוויס פארוואעס? טענה'ט ער ווייל סתם א איד וואס דו קענסט אים אפלאזן לחיים ולשלום איז גענוג דער לא תשנא, האס אים נישט און ליב אים נישט, משא"כ די ווייב אין אדם דר עם נחש בכפיפה, אז דו ליבסט איר נישט האסטו איר, און אז דו האסט איר נישט ליבסטו איר נישטא קיין אויסוועג. מוזטו מקיים זיין דעם ואהבת אדער עובר זיין אויפן לא תשנא, ודפח"ח.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

@סמארטאינאף, איר האט זייער א רייכן פעדער, געמישט מיט רירענדע געפיל.
קוקט אויס איר זענט מקיים דעם זאגן פסוקי דזמרה כמונה מעות אין פילען זין פון ווארט.
קיפ איט אפ !
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

געפילטע פיש האט געשריבן:ער בארעכטיגט? ער רעדט סך הכל פון זייער ווערן אויסגעשפיגן פון זייער קאמיוניטי, משפחה, וואס ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט זיי.

און זייט ווען פארן זיי אפ פון תאוות? דו קענסט נישט א שיינע פאר פעסטע בעלי תאוה וואס זענען נישט אפגעפארן? פון תאוות פארט מען נישט אפ. דאס זענען געווענליך קינדער וואס אונזער ישיבה סיסטעם האט נישט קיין פלאץ פאר זיי, זיי זענען נישט געקנאטן פון די טייג וואס קען זיצן איבער די גמרא א גאנצע טאג, און וויבאלד מיר האבן נישט די מוסדות פאר די סארט ווערן זיי ליידער פארפאלן אין די גאס.



יא איר זענט 100% גערעכט אז עס איז דא וואס גייען א גאנג פשוט ווייל די סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט זיי צו אקעמאדירען,

מיין פוינט איז אבער געווען - לייען עס איבער - אז מען דארף נישט אראפשלעפן א גאנצע סיסטעם און אלעס אטעקירען שווארטץ אז גארנישט איז נישט גוט וויבאלד עס איז דא א געוויסע פערצענט וואס פאלן ארויס, מען טאר נישט נעמען גאנץ כלל ישראל און עס אנפענטן שווארטץ - א ווי הוגה האט געטיען - ווי באלד מיר האבן ליידער די פראבלעם, די פראבלעם האבן אידן געהאט מימות משה רבינו פון ווען מען האט באקימען די תורה, און די פראבלעם האט די גויי׳שע וועלט אויך אז געוויסע טיען עידשערס איז שווער צו האלטן צו א נערמאלע סיסטעם,

קיין שום מהלך, און קיין שום חינוך וועט נישט האלטן יעדעם איינעם אינעם סיסטעם, בכלל איז עס שטוית פון די זעלבסט האסער צו אטעקירען כסדר כאילו אלמלא מען וואלט געלערענט מער אהבת השם - ווי הוגה האט געשריבען - וואלט ווען נישט געווען קיין דראפ-אטוס,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אינטרעסאנט קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף די פינף מיליאן טויזנט מענטשען וואס טאנצען אין מירון, און נאך פיפציג מיליאן טויזנט אין מאנרא, וואס טאנצען און שרייען אמר ר' עקיבא און בר יוחאי און וייסען נישט בחייכון וביומיכון פארוואס זיי זענען געבוירען וואס זיי טוהן דא אויף דער וועלט און מער ווי צוקוקען ווען דער שכן קאכט זיך און נאכקאכען האבען זיי נישט קיין אנונג וואס זיי זענען און ווער זיי זענען. די אלע וואס זענען כלומ'רשט מסודר אין לעבן, פון די קרוין אויפ'ן שטריימל ביז די פערטל שיך, פון דער מחותנ'סטע ביז די אור אייניקלאך, און מער ווי נאכמאכען און נאכטוהן און נאכשפרינגען איז נישטא אין זיי קיין ברעקעלע תוכן, קיין הוה אמינא פון דעת, קיין ריח תורה, און קיין שום מהלך וואס זאל אפילו קענען טראכטען פון ענטפערן אויף די פשוטע שאלה וואס עס פרעגן אסאך פון די ניקולשבורגע חסידים: על מה שוא בראת כל בני אדם.
I have a dream
Martin Luther King ~
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

זיי זענענן נישט קיין רחמנות ווייל מען דארף נישט אלעס וועלן פארשטיין, און מען טאר נישט אלעס וועלן פארשטיין,

איך זע אז אסאך פון די וואס האבן געוואלט אלעס פארשטיין דארפן זיך דערנאך שלאגן מיט ציין און נעגיל אויף קאסטעדי אויף די קינדער וואס דאס איז זייער נישט געזונט פאר די קינדער. בכלל זע איך נישט אז די פארשטייער׳ס לעבן רואיגער און געשמאקער ווי דער אלגעמיינער המון עם,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך הער, הייסט עס יעצט איז דער טענה פון דער פרומער בדחן רוהיגקייט און געשמאקייט. מדארף זיין א יוד ווייל אזוי איז מער רוהיג און געשמאק. און ער רעדט נאך בשם דער אמת פון דער תורה. רחמנא לצלן אויף אזא בלבול הדעת און שפלות הדור, ווען דער וואס פראבירט רעדן א משהו פון אמת, פון חובת האדם בעולמו, פון רצון ה', פון זיכען דער אמתער וועג פון לעבן, און אפשר אפילו טאקע אויפגעבן געוויסע געשמאקייטן פאר מער א אמתער און ריכטיגער וועג, ער איז גאר דער שייגעץ, דער אויפגעקלערטער, און דער וואס שרייט נעה, וואס איז דען וויכטיג דער אמת, העיקר סזאל זיין רוהיג און געשמאק, ער פארופט זיך דער פארטיידיגער פון מקורותדיגער יידושקייט.

איך רעד נישט דא פון פארשטיין עפעס גרויסע טיפע חקירות פון במופלא ממך (וועגן דעם רעד איך אין אנדערע אשכולות) נאר פשוט פון זיין א מענטש, אביסעל מער פון א קוה אדער הינט וואס האט נישט קיין שום אייגנארטיגע געפילען אדער מחשבות און וייסט נישט מער ווי נאכטאנצען דער נעקסטער קוה.

און טאקע א מוראדיגע טאנה האסטו, לאמיר אונז מאכען דער טויט, ברוחניות ובגשמיות, פאר יעדער וואס וואגט זיך רירען א זיז כל שהוא פון די מסורת פון די אונגארישע און מארמארישע קיען, און נאכדעם ווען איינער טראכט נאר פון דעם קומען שרייען אויף עם גאר, העי, סנישט פעיר פאר די קינדער, קאסטידי, וכו'.
I have a dream
Martin Luther King ~
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

אה. איי עים סארי, איך זע מיר האבן זיך נישט פארשטאנען, און דיין ערשטע תגובה האסטע געשריבען:
לעיקוואד האט געשריבן:אינטרעסאנט קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף די פינף מיליאן טויזנט מענטשען וואס טאנצען אין מירון, און נאך פיפציג מיליאן טויזנט אין מאנרא, וואס טאנצען און שרייען אמר ר' עקיבא און בר יוחאי און וייסען נישט בחייכון וביומיכון....און קיין שום מהלך וואס זאל אפילו קענען טראכטען פון ענטפערן אויף די פשוטע שאלה וואס עס פרעגן אסאך פון די ניקולשבורגע חסידים: על מה שוא בראת כל בני אדם.


דערפאר האט אויסגעזען ווי דו האסט רחמנות אויף כמעט גאנץ כלל ישראל היתכן זיי לעבן אזוי פינסטער, און זיי פרעגן ניטאמאל די פראגע וואס חסידי ניקולשבורג פרעגן שוין יא, דערויף האב איך מיר באצויגען,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך דייטל »

לעיקוואד האט געשריבן:אינטרעסאנט קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף די פינף מיליאן טויזנט מענטשען וואס טאנצען אין מירון, און נאך פיפציג מיליאן טויזנט אין מאנרא, וואס טאנצען און שרייען אמר ר' עקיבא און בר יוחאי און וייסען נישט בחייכון וביומיכון פארוואס זיי זענען געבוירען וואס זיי טוהן דא אויף דער וועלט און מער ווי צוקוקען ווען דער שכן קאכט זיך און נאכקאכען האבען זיי נישט קיין אנונג וואס זיי זענען און ווער זיי זענען. די אלע וואס זענען כלומ'רשט מסודר אין לעבן, פון די קרוין אויפ'ן שטריימל ביז די פערטל שיך, פון דער מחותנ'סטע ביז די אור אייניקלאך, און מער ווי נאכמאכען און נאכטוהן און נאכשפרינגען איז נישטא אין זיי קיין ברעקעלע תוכן, קיין הוה אמינא פון דעת, קיין ריח תורה, און קיין שום מהלך וואס זאל אפילו קענען טראכטען פון ענטפערן אויף די פשוטע שאלה וואס עס פרעגן אסאך פון די ניקולשבורגע חסידים: על מה שוא בראת כל בני אדם.

וואס הייסט קיינער? לעיקוואד איז נישט איינער?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בדחן האט געשריבן:יא איר זענט 100% גערעכט אז עס איז דא וואס גייען א גאנג פשוט ווייל די סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט זיי צו אקעמאדירען,

מיין פוינט איז אבער געווען - לייען עס איבער - אז מען דארף נישט אראפשלעפן א גאנצע סיסטעם און אלעס אטעקירען שווארטץ אז גארנישט איז נישט גוט וויבאלד עס איז דא א געוויסע פערצענט וואס פאלט ארויס, מען טאר נישט נעמן גאנץ כלל ישראל און עס אנפענטן שווארטץ - א ווי הוגה האט געטיען - ווי באלד מיר האבן ליידער די פראבלעם, די פראבלעם האבן אידן געהאט מימות משה רבינו פון מען האט באקימען די תורה, און די פראבלעם האט די גויי׳שע וועלט אויך אז געוויסע טיען עידשערס איז שווער צו האלטן צו א נערמאלע סיסטעם,

קיין שום מהלך, און קיין שום חינוך וועט נישט האלטן יעדעם איינעם אינעם סיסטעם, בכלל איז עס שטוית פון די זעלבסט האסער צו אטעקירען כסדר כאילו אלמלא מען וואלט געקענט לערנען מער אהבת השם - ווי הוגה האט געשריבען - וואלט נישט געווען קיין דראפ-אטוס,

איך האב נישט געזען אזעלכע ווערטער אין הוגה'ס תגובה.
לעיקוואד האט געשריבן:אינטרעסאנט קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף די פינף מיליאן טויזנט מענטשען וואס טאנצען אין מירון, און נאך פיפציג מיליאן טויזנט אין מאנרא, וואס טאנצען און שרייען אמר ר' עקיבא און בר יוחאי און וייסען נישט בחייכון וביומיכון פארוואס זיי זענען געבוירען וואס זיי טוהן דא אויף דער וועלט און מער ווי צוקוקען ווען דער שכן קאכט זיך און נאכקאכען האבען זיי נישט קיין אנונג וואס זיי זענען און ווער זיי זענען. די אלע וואס זענען כלומ'רשט מסודר אין לעבן, פון די קרוין אויפ'ן שטריימל ביז די פערטל שיך, פון דער מחותנ'סטע ביז די אור אייניקלאך, און מער ווי נאכמאכען און נאכטוהן און נאכשפרינגען איז נישטא אין זיי קיין ברעקעלע תוכן, קיין הוה אמינא פון דעת, קיין ריח תורה, און קיין שום מהלך וואס זאל אפילו קענען טראכטען פון ענטפערן אויף די פשוטע שאלה וואס עס פרעגן אסאך פון די ניקולשבורגע חסידים: על מה שוא בראת כל בני אדם.

פארוואס זאל איך רחמנות האבן אויף איינער וואס ס'גייט עם גוט? איינער וואס איז איגנאראנט, די גוטע בוך זאגט דאך איגנאראנץ איז בליס, עם איז אלעס גוט, ווילאנג ער האט זיך גוט אויסגעטאנצט, אויסגעשוויצט, אויסגעבעטן, און די קרוין פון די שטריימל איז נישט קאליע געווארן איז עם גוט. ער קומט אהיים מיט אנגעפולטע קעשענס, ער האט זיך אויסגעגעבן, פארצייעט פאר אלע זיינע זינד ביי ר' שמעון, און געשיקט פיקטשערס פאר די גאנצע בלעקבערי גרופ וואס גייט אויס פאר קנאה, וואס נאך פעלט עם?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חברה זיסע, ולעיקוואד בראשם, ביטע טרייבט נישט איבער. די אלע אידן ווייסן ממש נישט בין ימינם לשמאלם? ממש איגנארענס? זיי ווייסן טאקע גארנישט בעסער ווי א קוה אדער א הונט אן קיין געפילן?

די חברה האבן קיינמאל נישט געעפנט א מסילת ישרים און געלערנט "מה חובתו בעולמו"? זיי האבן קיינמאל נישט אינזין געהאט פירוש המילות ביי סליחות ווי מען שמועסט זיך אויס מיט קודשא בריך הוא?

פיין, זיי זענען נישט אזעלכע קלוגע ווי אייך, זיי זוכן טאקע נישט גאר טיף, לאמיר אננעמען אז זיי לעבן נאר אויבערפלעכליך און נאר וואס מען האט אריינגווארצלט אין זיי, נעבעך נעבעך, זיי ווייסן טאקע נישט פונעם מורה נבוכים און ר' צדוק וכו', אבער פון דא ביז "רחמנות האבן אויף די אידען וועלכע ווייסען נישט בחייכון וביומיכון פארוואס זיי זענען געבוירען וואס זיי טוהן דא אויף דער וועלט, און מער ווי צוקוקען ווען דער שכן קאכט זיך און נאכקאכען האבען זיי נישט קיין אנונג וואס זיי זענען און ווער זיי זענען" (כדברי לעיקוואד) איז א FAR CRY. זייער ווייט.

קאררעקט מי איף איי'ם ראנג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@לעיקוואד, ביזט אינטערשטעליג מיט דיין ליינען?

ליין דא, א משהו והרבה יותר עוד בעטי

און דיין אויפגעריסטעטע שימפעריי באאומרואיגט מיר, לעיקוואד ידידי מה לך אצל סאציאלע יידישקייט, כלך לך אצל חקירות ודרישות, החקר אלוק, תמצא...
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

לכל המעוררים,
כבר מסרתי מודעה באשכול הרב עובדיה און דער האלעקאוסט (ואין לי נערוון ללנקק) אז אלץ וואס איך שרייב איז אביסעלע מוגזם, איך מיין נישט ערנסט יעדער ווארט וואס איך שרייב, איך שרייב נישט דא קיין רמב"ם וואס מקען מדייק זיין יעדער ווארט, ואילו דייקינא כולי האי וואלט איך דאך נישט געשריבען בכלל אויף ק"ש. איך שרייב פשוט בדרך ובסגנון מליצי ארויסצוברענגען אביסעלע נקודות פארקערט פון וואס מטראכט אויבערפלעכליך. פשוט אין דער אשכול אז דער פותח האשכול האט זיך צושריבען אזוי בדרך מליצי ורגשני וועגן די גרויס רחמנות וואס ער הא אויף עטליכע מבין קהל אנ"ש חסידי ניקלשבורג הע"י האב איך פשוט ארויסעברענגט דער צוייטער צד אז פונקט אזא רחמנות איז דא אויף עולם גולם, בלשונו של התנא האלקי רשב"י (אדער פאר ווער סוויל דווקא רמד"ל) "סתימי עיינין אטימי ליבא, עיניים להם ולא יראו אזניים להם ולא ישמעו, דלא ידעי ולא אשגחו", וכו' וכו'. איך מיין אס ווער סהאט אמאל געעפנט א זוהר ווייסט אז ר' שמעון האט נישט עקסטער סימפאטיע פאר'ן המון עולם גולם, און ער דריקט זיך ארויס מיט די שארפסטע לשונות קעגן דעם. איך האב פשוט מאזן געווען דער שמועס דא, נישט אז איך בין אינגאנצען גערעכט און נישט אז סמארטינאף איז אינגאנצען גערעכט.

אפשר זאל איך טוישען א ניק אויף "אנטי-בדחן" (על משקל "אנטי-קרייסט)?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

לעיקוואד, קודם כל, חכמים הזהרו בדבריכם כתיב.

והשנית, ר' שמעון האט שוין איינמאל סימפאטיע, נאכ'ן דרייצעטנטער יאר אין מערה איז ער געכאפט געווארן אין התפעלות פון ההוא סבא מיט די צוויי מדאני אסא'ס פון זכור ושמור....
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

לעקוואד, מ'קען נישט אוועקמאכען גאנצטע טויזנטע אידען מיט איינמאל און דערנאך שרייען משתטה אני..
לעמאן א שטארקע ראיה..
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

@לעמאן
קודם כל איך האלט זיך נישט קיין חכם מילא דארף איך נישט נזהר זיין. און אויב שוין, איז פארוואס אלעמאל נאר איין צד דארף נזהר זיין בדבריו און דער צוייטער צד מעג מגזים זיין וויפיל ער וויל? סמארטינאף מעג שרייבען מיט וויפיל פאטרנליסטישע רחמנות סלאזט זיך נאר אויף יעדער בחור און מיידל וואס גייט נישט אין שפאן און איך מעג נישט שרייבען בסגנון מליצי דער פארקערטע צד?
ולא עוד אלא אז איך בין מודה אז איך בין מגזים און נישט יעדער ווארט איז כפשוטו, משא"כ דער צוייטער צד.

לגבי דעת רשב"י על ההמון יש הרבה לדבר, עכ"פ פון דער זוהר און בוודאי פון תיקו"ז זעהט זיכער נישט אויס אז עס וואלט עם געשטערט אז איך מאך אוועק עולם גולם וואס טאנצט אויף זיין ציון.

ולגבי טענת כלך לך וכו', אה"נ ביסטו גערעכט, ווילסט דווקא איך זאל מסביר זיין פילאספיש פארוואס סאציאלאגיע איז וויכטיג?

@ טעפל
איך טענה נישט משטה אני, איך מיין גאנץ ערנסט די נקודה וואס איך האב געשריבען, איך האב נאר דער מוט מודה צו זיין אז נישט יעדער ווארט וואס איך שרייב איז טויזנט פראצענט ערנסט.
פאתוס און מליצה איז נישט קאפירייטעד ביי דער איד און דער יתד, אויך ראציונאליסטען מעגן און דארפן נוצען רעטארישע כלים צו מאכען זייער פוינט. אז נישט איז דאך פשוט דער וויכוח נישט פעיר.
I have a dream
Martin Luther King ~
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

@געפילטע, וואס הוגה האט געשריבען שטייט נאך און די קענסט עס איבער ליינען אז דו ווילסט, איך בין נישט יעצט און די גיסטע אריינצוגיין מיט דיר און א דעבאטע איבער הוגה׳ס ווערטער און איבער וואס איך האב געשריבען, אויב דו ווילסט א ענטפער לייען איבער מיין גאנצע תגובה נישט נאר די ווערטער וואס דו האסט געמאכט אין באלד און זיין תגובה און די וועסט טרעפן א ענטפער. בכל אופן גיב איך דיר מיט כבוד ס׳לעצטע ווארט.

לעיקוואד האט געשריבן:און אויב שוין, איז פארוואס אלעמאל נאר איין צד דארף נזהר זיין בדבריו און דער צוייטער צד מעג מגזים זיין וויפיל ער וויל? סמארטינאף מעג שרייבען מיט וויפיל פאטרנליסטישע רחמנות סלאזט זיך נאר אויף יעדער בחור און מיידל וואס גייט נישט אין שפאן און איך מעג נישט שרייבען בסגנון מליצי דער פארקערטע צד?


אויסגעצייכענט טענה, איך האב דיר עס שוין אויך כמה פעמים געפרעגט פאר וואס איך האב נישט די רעכט צו שרייבען אינגאנצן רעכטס, בשעת א צווייטער האט יא די רעכט צו שרייבען אינגאנצן לינק.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מיט וואס שמעקעדיג שרייבט קען איך זיך נישט טענה'ן . הלוואי אז איך האב זיין יישוב הדעת און מעסיגקייט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

בדחן האט געשריבן:
אויסגעצייכענט טענה, איך האב דיר עס שוין אויך כמה פעמים געפרעגט פאר וואס איך האב נישט די רעכט צו שרייבען אינגאנצן רעכטס, בשעת א צווייטער האט יא די רעכט צו שרייבען אינגאנצן לינק.


איך לאז דיר נישט שרייבען אינגאנצען רעכט?? שרייב וואס דו ווילסט, נאר פראביר צו שרייבען מיט שכל ווייל אז נישט האט דאך נישט קיין פנים.
איך בין דאך אבער מודה דא אז נישט יעדער מליצה איז ערנסט, ביסטו אויך אזוי מודה לגבי דיין רעכטע געשרייבאכץ?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעיקוואד האט געשריבן:מיט וואס שמעקעדיג שרייבט קען איך זיך נישט טענה'ן . הלוואי אז איך האב זיין יישוב הדעת און מעסיגקייט.

איך רייב מיינע אויגן.
דאס איז דאס גרעסטע טעות פון קאווע שטיבל עווער!
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:לעיקוואד, קודם כל, חכמים הזהרו בדבריכם כתיב.

והשנית, ר' שמעון האט שוין איינמאל סימפאטיע, נאכ'ן דרייצעטנטער יאר אין מערה איז ער געכאפט געווארן אין התפעלות פון ההוא סבא מיט די צוויי מדאני אסא'ס פון זכור ושמור....

האסט פארגעסן די קאנטעקסט פון די מעשה? קוק וואס ס'איז געשען א יאר פריער, יצאו רבי שמעון ורבי אלעזר מהמערה וראו אנשים חורשים וזורעים.
אמר רבי שמעון: אנשים אלה מניחים חיי עולם של לימוד תורה ועוסקים בחיי השעה, כל מקום שנתנו בו את עיניהם מיד היה נשרף.
און פארדעם האבן זיי געדארפט צוריק גיין אין מערה פאר א דרייצענטע יאר.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בדחן האט געשריבן:@געפילטע, וואס הוגה האט געשריבען שטייט נאך און די קענסט עס איבער ליינען אז דו ווילסט, איך בין נישט יעצט און די גיסטע אריינצוגיין מיט דיר און א דעבאטע איבער הוגה׳ס ווערטער און איבער וואס איך האב געשריבען, אויב דו ווילסט א ענטפער לייען איבער מיין גאנצע תגובה נישט נאר די ווערטער וואס דו האסט געמאכט אין באלד און זיין תגובה און די וועסט טרעפן א ענטפער. בכל אופן גיב איך דיר מיט כבוד ס׳לעצטע ווארט.

:like
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

לעיקוואד האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
אויסגעצייכענט טענה, איך האב דיר עס שוין אויך כמה פעמים געפרעגט פאר וואס איך האב נישט די רעכט צו שרייבען אינגאנצן רעכטס, בשעת א צווייטער האט יא די רעכט צו שרייבען אינגאנצן לינק.


איך לאז דיר נישט שרייבען אינגאנצען רעכט?? שרייב וואס דו ווילסט, נאר פראביר צו שרייבען מיט שכל ווייל אז נישט האט דאך נישט קיין פנים.

איך בין דאך אבער מודה דא אז נישט יעדער מליצה איז ערנסט, ביסטו אויך אזוי מודה לגבי דיין רעכטע געשרייבאכץ?


איך וועל דיר ענטפרען לגבי דיין צווייטע פראגע און איך וועל איגנארירען דיין ערשט פרעז אז איך זאל פראבירען שרייבען מיט שכל,

איך שטעל פאר א אידעלאגיע און וואס איך גלייב און איך האלט עס איז ריכטיג, עס איז אמת אז טייל מענטשן ניצען פיזיש נישט ריכטיגע מיטלען אויסצופירען די אויסגעהאלטענע אידלאגיע דאס נעמט אבער נאך נישט אוועק די ריכטיקייט דערפון, און עס איז אמת אז אין ריעל לייף בין איך נישט און די דרגא ביי וואס איך שרייב, איך וואלט אבער געוואלט דארט זיין, און איך האלט אז יענטץ איז ריכטיג.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

געפילטע פיש האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:לעיקוואד, קודם כל, חכמים הזהרו בדבריכם כתיב.

והשנית, ר' שמעון האט שוין איינמאל סימפאטיע, נאכ'ן דרייצעטנטער יאר אין מערה איז ער געכאפט געווארן אין התפעלות פון ההוא סבא מיט די צוויי מדאני אסא'ס פון זכור ושמור....

האסט פארגעסן די קאנטעקסט פון די מעשה? קוק וואס ס'איז געשען א יאר פריער, יצאו רבי שמעון ורבי אלעזר מהמערה וראו אנשים חורשים וזורעים.
אמר רבי שמעון: אנשים אלה מניחים חיי עולם של לימוד תורה ועוסקים בחיי השעה, כל מקום שנתנו בו את עיניהם מיד היה נשרף.
און פארדעם האבן זיי געדארפט צוריק גיין אין מערה פאר א דרייצענטע יאר.

און נאכדעם האט ער געזעהן ההוא סבא מיט די צוויי מדאני אסא'ס פון זכור ושמור וכו'..
פארשפארט