smartinof האט געשריבן:דייטל האט געשריבן:smartinof
בעט בורא עולם זאל דיר מנחם זיין, פארדינסט דיר בקרב כלל ישראל א נחמה בקרוב, המתאבל על אחת מחורבות ירושלים זוכה ורואה בנחמה.
ער איז גענוג גרויס דיר אריינצושיינען אין שכל א ליכטיגקייט זאלסט פארשטיין טיפער און טיפער........
און מיינע אויגען איז "אהבת ישראל" זייער א אויבערפלעכליכע זאך, נישט באזירט אויף קיין שום מחשבה אדער עמקות, בלויז א געפיל וואס א טייל מענטשען, צאמגעציילטע צו די יידישע רעליגיע בויען זיך דאס אויף במשך זייער לעבן, און אפשר אפילו מיט זייער שיינע פיוטישע הסברים, אבער עס בלייבט נאך אלס א געפיל, והא ראי', די אלע וואס טאנצען און ליבען זיך מיט די אלע פארקריפלטע נשמות, ומענתם בפיהם אני אוהב יהודי, ליבען זיי זיך אויך אזוי מיט די אלע ראדיקלע עקסטרעמע חסידים אדער ישיבישע חברה, די אלע שפראכען מיט וואס זיי באנוצען זיך אויף די נשמות, ניצען זיי אויך אויף די פרימע פון דעם יידישען פאלק???? [עס מיר טרעפן אזא איינעם, האב איך אים ליב אהבת נפש...] נניח אז די התנהגות און די צוגאנג צו לעבן פון די פרומע ראדיקאלע עקסטרימיסטען איז נישט ריכטיג, איז דען די התנהגות פון דעם מרבה ניאוף א בעסערער?? איך האב נאך נישט געטראפען דעם חבדסקר שליח, וואס איז מלא געפיל פאר דעם ספק ישראל, ספק ממזר, ספק גוי וכו וכו, זאל האבן דעם זעלבען געפיל,פאר פרומען סאטמער'ן ייד [כדוגמת פילופ], כ'האב נאך נישט געטראפ'ן דעם ברסלב'ן משפיע, וואס איז מקרב און מחזק יעדען מוציא ש"ז, זאל האבן דעם זעלבן געפיל פון אהבת ישראל, פאר דעם ייד וואס שרייט אז א מוציא ש"ז איז שוין א פארפאלענער, און דער וואס איז מקרב מחללי שבתות זאל האבן דעם זעלבן געפיל פון אהבה ליהודי צו דעם ייד וואס שרייט שבת, וויבאלד עס איז א געפיל קען מען עס דרייען אויף וועלכן ריכטונג סלאזט זיך, און פארשטייט זיך אז מען צילט צו דעם ריכטונג וואס איז די באטעמסטע פאר'ן מענטש, אהבת ישראל וואלט איך פארטייטשט אהבת עצמו שהוא מבני ישראל...
איך האף אז איר האט נישט אנגענומען מיינע ווערטער אין אייער ריכטונג ווי צו זאגן אז איר פארשטייט נישט גענוג טיעף. [וואס אזוי שיינט מיר פון דיין רעדע פון אהבת ישראל נאכן ציטירן מיינע ווערטער].
גאר קאפויער. ווערנדיג איבערגענומען פון דיינע טייערע ווייטאגליכע רייד, האב איך דיר געפרובט טרייסטן אז ס'זאל דיר ליכטיג ווערן, און ס'קען ליכטיג ווערן, ווארן אלץ איז דא א טיפערע שכל וואס דארט איז ליכטיג והבן. וואס כנראה קען מען נישט צוקומען דערצו אויב גייט מען נישט קודם דורך דעם קאשמאר א בחינה פון ויהי ערב ויהי בוקר, אין קליפה קדמה לפרי, אין אנדערע ווערטער דייקא דו וואס דו קלאגסט אזוי אויף דאס שפלות עם ישראל והתדרדרות הנוער אשר לפנינו כי נורא הוא, קענסט איינזען עפעס וואס דער וואס שפרינגט גראד אריבער דעם בריק מיט אזוי גערופענע אהבת ישראל וכדומה קען נישט איינזען ווייל ער איז קיינמאל נישט געקומען צום ריכטיגן התבוננות.
צום תוך פון דיין אהבת ישראל שמועס, מוז איך שוין ליידער ווייטער איינשטימען מיט אייך, ס'קוקט מיר אויס בערך אזוי. אדער האלט איך אז אפילו אים דארף איך ליב האבן ווייל ער איז א ישראל, אדער אז דעם טאר מען נישט ליב האבן ווייל ער איז בכלל נישט בגדר ישראל..
אוודאי איז אהבת ישראל א עבודה קשה, און געוויס ווי אלע עבודות דויערט עס צייט און הארעוואניע קונה צו זיין, און טייל באזיצן דאס נאר למחצה לשליש ולרביע, טייל מיינען דעם מי שאמר והי' העולם און טייל מיינען וכו'.. אינו דומה שני אוכל בשר פסח, צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.. אבער דאך איז שווער צו וויסן וואס טוט זיך בלב בני אדם כי השם יראה ללבב, און עפטער אלל זאגט ר' נחמן אז השי"ת יש לו התפארות מכל יהודי, אבער לאמיר נישט פארפארן ווייל איך בין בעצם מיט דיר אויף איין פעידזש, און נישט נאר ביי אהבת ישראל נאר הוא הדין ביי אנדערע עבודות ווי למשל חסד, זעט מען אויך אמאל קאנטראדיקציעס ביים זעלבן וכו' וכו'. אדם אחד מאלף מצאתי. און לאמיר נישט אריינגיין אין וויפיל חלק פון עבודות בני אדם האט מיט געפיל און שכל ,און וויפיל מיט טבע ווי שיין דאס קוקט אויס אמאל ביי מענטשן און ווי געלויבט עס ווערט, און וויפיל מענטשן רייסן שטיקער פון זיך צו צוברעכן א טבע רע און ווי שלעכט זיי קוקן אויס בעיני בני אדם, און ביים בוכ"ע איז חשוב דער וואס רייסט פון זיך פאר אים, ווער ס'דינט אים ווי ס'שווער, כי זה כל האדם, האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע, איי עולם הפוך ראיתי עליונים למטה ותחתונים למעלה, נאר וואזשע דען דאס איז דברים שכיסה עתיק יומין. ווי האט ריב"ב געזאגט פאר ר' עקיבא בין כך ובין כך אתה עתיד ליתן את הדין, השם מכסהו ואתה מגלהו.
אבער דיין פוינט איז וועל טעיקען. איי ווי גוט דו זאגסט.
פארנדיג אמאל אין א באס מיט פארשידענע סארט אידן מכל המקומות האט זיך אנטוויקלט א שטיקל וויכוח צווישן דעם מיט יענעם, רופט זיך אן א פייוו טאונס איד מיט שפאט צו א ביבער הוט איד וואס האט געהאלטן אינמיטן מסביר זיין די שעדליכקייט פון א געוויסע גרופע, בלשונו " עי דזשו עגענסט עי דזשו איז בעיאנד מי" האט אים יענער צוריקגעענטפערט, "סאו האי קאם איט איז העפענינג ביפאר מיי אייס"... צו מיין שאק, האט יענער אים געגעבן רעכט, "איט איז אינדיד עני דזשו עגענסט עני דזשו". האב נישט מורא איך בין אים נישט חושד אז ער האט בשעה א' קונה געווען ריינע אהבת ישראל, זיין שכל האט אים דיקטירט מודה צו זיין פשוט אלס ישרות פון סטעיטמענט.
דער תניא שרייבט אז אהבת ישראל איז נישט קיין סתירה צו הרואה חבירו עובר עבירה מותר אדער מצוה לשנאותו, ווייל די אהבה ווערט נולד פון א רחמנות אויף די נקודה היהודית די נפש האלקית וואס איז בגלות, און ער איז מחלק בין נפש לגוף, איז מען א גופני איז מען חלוק, איז מען רוחני איז אלעס איינס. ועמוק הדברים.
און א ווארט צו אלע אידן וואס זוכן מקיים צו זיין די מצוה פון אהבת ישראל, דעם כלל גדול בתורה, לפי הסכמת הפוסקים קען מען מקיים זיין די מצוה אויך ביי שלומי אמוני ישראל אידן וואס פרובירן היטן די תורה כל אחד לפי דרגא דילי', אידן וואס דו זעסט יעדן טאג אין בעסמעדרעש, פרנסה, גאס, שטוב, בדיעבד אפילו אין שטוב ביי די ווייב און קינדער, פשוט, פארגין אים האס אים נישט ליב אים...
געהערט אמאל א גלייכע ווארט פון הגרצ"מ זילברברג שליט"א, אז א איד [לאמיר זאגן א מאנסי'ע איד] קען זיך בארואיגן און זאגן, מער ווייניגער בין איך דאך גוט מיט די גאנצע בריאה, מיט אלע אידן פון ארץ ישראל בין איך בשלום ושלוה, די אידן פון אייראפע זיך קיינמאל נישט פארטשעפעט, אלע אידן פון אלל אווער אמעריקא קיין שום פראבלעם, אפילו די אידן פון ניו יארק וואס וואוינען אין די שטאט צי אין אפסטעיט מיט יעדן לעב איך גאנץ גוט, און אפילו אין מאנסי גופא די וואס וואוינען אין די און די געגנט איך גריס זיי, און אפילו אין מיין געגנט דער וואס וואוינט אויף דעי גאס אין יענע גאס, דער וואס זיצט אויפן מזרח וואנט אין בית מדרש קיין שום קריג נישט פארהאן, סך הכל די פאר שכנים פון שטוב, די פאר חברים וואס זיצן אויפן זעלבן באנק אין שול, די פאר שטוב מענטשן דעטס איט.. נו שוין בטל ברוב. דער אמת איז אבער אז דייקא די פאר ארומיגע דאס איז דער גאנצער מבחן אויפן מענטש.
ווערטלעך אין א זייט געלייגט, געהערט אדער געזען אמאל פון א דרשן\מגיד\עסקן\מחנך וכל שום וחניכא דאית לי', אז ואהבת לרעך כמוך גייט בעיקר אן אויף די ביתו זה אשתו, פרעגט איר געוויס פארוואעס? טענה'ט ער ווייל סתם א איד וואס דו קענסט אים אפלאזן לחיים ולשלום איז גענוג דער לא תשנא, האס אים נישט און ליב אים נישט, משא"כ די ווייב אין אדם דר עם נחש בכפיפה, אז דו ליבסט איר נישט האסטו איר, און אז דו האסט איר נישט ליבסטו איר נישטא קיין אויסוועג. מוזטו מקיים זיין דעם ואהבת אדער עובר זיין אויפן לא תשנא, ודפח"ח.