חזנים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

חזנים

שליחה דורך דולה ומשקה »

חזן ראשי תיבות חכם זקן נשוי אשה, דאס זענען די דריי תנאים פאר א בעל תפלה.

אין שו"ת הרשב"א (סימן ת"ג) שטייט: אז א געדינגענע שליח ציבור איז אסאך בעסער ווי איינער וואס שטעלט זיך צו בנדבת לבו.

אין ספר מקור חיים (לבעל חות יאיר - סימן קנ"א) אז דעריבער צינדט מען אן לעכט פארן חזן, אפילו ווען מ'דאווענט אין א הויז, ווייל דורך די לעכט ווערט ער נתעורר בשעת'ן דאווענען "לידע לפני מי אתה עומד".

אמאהל האט א חזן נישט געמיינט דוקא איינער וואס פארמאגט א קול ערב, נאר מ'האט ממנה געוועהן א אדם גדול. עס איז מקובל אז דער מהרי"ל וואס האט מיסד געוועהן א חלק פון די ניגונים וואס מיר זינגען עד היום בימים נוראים איז געוועהן א חזן. אזוי אויך דער פאטער פון רבי אליהו בעל שם האט משמש געוועהן כש"ץ. אויך דער 'שפתי חכמים' האט משמש געוועהן כש"ץ בבית הכנסת אלט-ניי שוהל אין פראג.

אויך דער אריה"ק האט משמש געוועהן כש"ץ (שער הכוונת דרושי ראש השנה דרוש ו').

אין ספר תולדות יעקב יוסף (פרשת צו) שטייט א אינטרעסאנטע זאך לגבי די מקור פון די לאנגע ניגונים, איז וויבאלד די פריעדיגע חזנים האבען מכוון געוועהן כוונות לתפלה, האבען זיי מאריך געוועהן מיט ניגונים, אזוי האבען זיי געקענט אויס צוען די ווערטער, אין בעת מעשה מכוון זיין די כוונות.

דער תוספות שבת (או"ח סי' רפ"א) איז שטארק מאריך לגבי די חזנים וואס זענען מאריך כדי מרבה צו זיין בכבודם און זענען ממעט בכבוד שמים, שרייבט ער דארט אויף די חזנים וואס שלינגען ווערטער "שנוטלים שכר שבת בהבלעה שמבליעים התיבות".

גאר א אינטרעסאנטע זאך שרייבט דער 'לבוש' אז געוויסע חזנים האבען משביע געוועהן מיט שמות אז זייער קול זאל זיך נישט איבערהאקען, אין זייער האלדז זאל נישט ווערען פארשטאפט, אז זיי זאלען קענען דאווענען בקול נעים, אין דער 'לבוש' האקט שרעקליך אויף דעם (או"ח סי' תקפ"ד).

דער 'קול אריה' האט לוחם געוועהן מיט א חזן א קל שבקלים, דער קהל איז געשטאנען צום צד פונם חזן, אין עד כדי כך אז דער קול אריה האט געמוזט אנטלויפן פון דער שטאט (שו"ת מהר"ם שיק או"ח).

דער חות יאיר שרייבט (בספרו מקור חיים סי' צ"ז) אז די חזנים מאכען אסאך מאהל תנועות משונות כדי צו קענען ארויס ברענגען זייער שטימע, אז פאר די וואס זעהן דאס צולאכען זיך שטארק.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

חזן ספעציעל פאר נשים.

ס'דא ביי די ספרד'ישע קהילות וואס פירען זיך (אדער האבען זיך געפירט) אוועק צו שטעלן א חזן מיוחד פאר פרויען וואס קענען נישט אליינס דאווענען, אין דער חזן האט געדאווענט מיט זיי בלשון לע"ז. דאס טרעפט מען אין שו"ת דבר שמואל (סוף סימן שכ"א), וזה לשונו: "ומפי מגידי אמת הוגד לנו שבעיר הגדולה של שאלוניקי יש חזן קבוע לנשים שאינן יודעות לשון הקודש ומוציא עצמו מתפלת לעז".

לגבי דעם וואס א חזן זאל דוקא זיין א אדם גדול, ברענגט דאס דער יעב"ץ אראפ, ער שרייבט זייער שארף אויף די חזנים וואס זענען מחדש נוסחאות תפלה. ער שרייבט אין מור וקציעה (סימן נג) "בארץ אשכנז היו הרבנים וראשי הישיבות שליחי ציבור בימים הראשונים, והלואי עמדנו בראשונה, כי עתה בעו"ה קלי עולם לצים נעשו מליצים בין ישראל לקונם".

דער רשב"א שרייבט (תשובת הרשב"א ח"א ס' ש) אז איינע פון די קהילות זענען געקומען מיט א טענה, אז דער חזן זקן האט אוועק געשטעלט זיין זוהן במקומו, אין דעם זוהן'ס קול איז נישט אזוי שיין ווי דער פאטערס. האט דער רשב"א צוריק געזאגט אויב קען ער גוט דאווענען דעמאלס קען דער זוהן ירש'נען דעם טאטע'ס חזנות פאסטן, אין אויב נישט זאל ער זיך אהיים גיין.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

מור וקציעה (סימן נג) "בארץ אשכנז היו הרבנים וראשי הישיבות שליחי ציבור בימים הראשונים, והלואי עמדנו בראשונה, כי עתה בעו"ה קלי עולם לצים נעשו מליצים בין ישראל לקונם".
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

גרויסע יישר כח ר' דולה ומשקה.

---
דאס וואס די וועלט זאגט אז חזנים זענען נישט צו קלוג האט א מקור?
אייזיק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2024 12:40 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: חזנים

שליחה דורך אייזיק »

דער צעהלימער רב ז''ל איז איז געוועהן א געוואלדיגער בעל תפילה
ער האט נישט געלאזט דאווענען פארן עמוד שבת נאר ווער סקען, אויב איינער איז געוועהן א חיוב האט ער געזאגט גאנץ קהל איז נישט מחויב אייך ציהערן נישט געלאזט צים עמוד
אייזיק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2024 12:40 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: חזנים

שליחה דורך אייזיק »

מ׳פארציילט אויפן סאמערער רב זצ״ל (וואס האט שטארק געגליכן א גיטע בעל תפילה)
אז איינמאל איז געווען אזא בעל תפילה וואס האט זיך איינגערעט אז ער קען, אין איז געקראכן אויף די נערוון פאר דעם עולם, ווען ער האט געענדיט דאווענען האט עם די רבי געפרעגט אפשר ווילסטי זאגן אפאר ווערטער דא, האט עם דער בעל תפילה אפגעזאגט, ניין איך קען נישט רעדן, האט עם די רבי געזאגט- דאווענען קענט איר יא??
פארשפארט