מעמד "הדר קבלוה" קעגן אינטערנעט - ער"ח סיון תשע"ג

פארשפארט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ראשאקאל, ס'איז אמת אדער א ווערטעל?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אין מיין דמיון זעה איך שוין די פלאקאטן פון קומענדיגע יאר, "בתלת זימני הוי חזקה"...
דאן וועט דאס פארקומען אין די סקולענע ביהמ"ד, ס'וועט זיין פלאץ פאר אלע אלע אלע מענטשען וואס ווילן הערן פון די רבנים וואס אינטערנעט איז.
איך קען נישט פאראויס זאגן וועלעכע יאר דאס גייט געשעהן, אבער אפילו א צדיק לעבט נישט אויף אייביג, צוליב די חטאים פונעם דור, עכ"פ, אויב מר. גאטליב וועט נאך זיין בידידות מיט די סקולענע גבאים, וועט מען קורא שם זיין די מעמד בערך אזוי" כינוס כלל ישרא"ל אברה"ם", אדער "זכור לאברה"ם", אפשר אויך לזכר BMG משגיח, "מתנ"ת אברה"ם".

עכ"פ דאס איז זיכער אז ביי די פינפטע יאר וועט מען מודיע זיין די "פרטים יבואו" דורך די כשר'ע טוויטער, וואס וועט לכאורה גערופען ווערען טVיטערמשומר.

בנוגע די 6 למ"ד'ס, לחזק, להכריז, להתעורר.. איך וועל אלעס נאר געבן, אבער "לאחד"? וואס מיינט דאס? די רבנים גייען זיצען נעבן זייערע ברודער און שוואגערס? נאוואמינסקע רבי וועט באקומען רשות פון דיין ח"ד כ"ץ צו רעדן אפאר ווערטער?
איינער ווייסט פון עפעס אן אחדות וואס האט אויס געבראכען כתוצאה פון פאריאריגען אסיפה?
Under influence
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך Atgan »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איינער ווייסט פון עפעס אן אחדות וואס האט אויס געבראכען כתוצאה פון פאריאריגען אסיפה?

אחדות קען נאר געשען ווען מפרובירט צו מאכן פעולות וואס זאלן ברענגן אחדות. פון נישט פרובירן, בלייבט די מצב ווי סאיז.
דאס איז קלאר אז די עסקנים האבן שטארק פרובירט דאס צוצוברענגן, ליידער לא עלתה בידם. אבער דאס איז זיכער אז סאיז קלאר געווארן מי ומי ההולכים און זענען מוכן ומזומן אז סזאל הערשן אחדות ביי כלל ישראל.

אינטערנעט איז א פראבלעם פון גאנץ כלל ישראל, און יעדער וויל א לעזונג וואס דערלייכטערן די פראבלעם.
די איינציגסטע וועג דאס צו טוהן איז רעדן און רעדן און רעדן דערפון, מיט א טראסק, און אפילו מגזם זיין מיט די סכנה. ביז עס ווערט נשרש אין יעדע ערליכער איד.
קיינער קריגט זיך נישט דערויף וויאזוי מדארף דאס לעזן. עס איז נאר די איג"א, וואס שטייט ליידער העכער פון די יראת שמים, וואס לאזט נישט זיך מתחבר זיין צו די כלל.

ווי שטייט ביים רי"ש שי"ן עי"ן? ולפי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר, ואף אתה הקהה את שניו......
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שלום וברכה.
דברי קאווע עשירים במקום אחר, לויט ווי איך ליין איך דיין ערשטע תגובה אינעם באבוב'ער אשכול, פארשטיי איך אז דו באציסט זיך דא צו אי-הופעת איינע פון די באבוב'ע רביים ביים כינוס.
ס'משמע כאילו אז ס'וואלטען ווען בייידע רביים געווען ביים כינוס, וואלט דאס יא געהייסען אחדות.
לדעתי, אפילו זאלן אלע ספינקא, נדבורנה, סקאליע רבי'ס זיין אונטער איין דאך, אבער די האנט וועלן זיי נישט אויסשטרעקען איינעם צו אנדערען, איז דאס מייל'ן ווייט פון אחדות.
אחדות מיינט נישט אז ביידע זענען אייניג אין מיינונג איבער א געוויסע ענין.
Under influence
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך Atgan »

יפה אמרת, ביזט גערעכט, ועל כן וועל איך ענפערן וואס איך מיין.
[בד"א, איך האב אויך אבער לאו דוקא געמיינט באבוב, עס איז געווען פילע פראבלעמעם מיט צד שכנגד'ס].

ביי אונז אין די תורה שטייט, וכי ירובון שני אנשים ונגשו אל המשפט וכו'....סאיז דא א אויסגעטראטענע וועג.
האט די תורה געאסר'ט צו האבן מיינונגס פארשידנהייטן? איז דען מעגליך בכלל צו פארמיידן רייבונגן בכל עניני הכלל?
נאר וואדען. סאיז דא א וועג, א תורה'דיגע וועג. צו שליכטן די פראבלעמען.
בשעת ווען צוויי פריוואטע חצרות אדער רביים האבן א געפעכט, וועלכע קען כרגע נישט געסאלווט ווערן מאיזה סיבה שהוא, מיינט נישט אז מדארף וועגן דעם קאליע מאכן אלע אנדערע עניני הדת.
און אויב פעהלט אויס אז ביידע זאלן ערשיינען לחזק המעמד. דארפן ביידע דאס פארשטיין און ערשיינען דארט למען הרבות קדושה בישראל און חומר הענין.
אויב איז דאס נישט גענוג זיך צו דארפן מאחד זיין, נאר זיין פריוואטע איג"א אגענדע שטייט פאר זיינע אויגן, ענדערשט ווי ראטעוועט שארית ישראל הנאבקים על קיומם. ווייס איך נישט וויאזוי מדארף דאס מגדיר זיין אזאן געפירעכץ.

'אחדות' האט אסאך דרגות.
בענינו וואלט 'אחדות' געמיינט, ווען אלע ערשיינען בלי יוצא מן הכלל, אפילו אהנע געבן דאס האנט איינע דעם אנדערן.
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
מיכאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך מיכאל »

atgan האט געשריבן:
ווי שטייט ביים רי"ש שי"ן עי"ן? ולפי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר, ואף אתה הקהה את שניו......

צדיק'ל, ווען די הייבסט אן צי ניצען קללות ווי א מיטעל צי שטיל מאכען דיינע בר פלוגתא'ס האסטע מגלה געווען שוין ביים זעקסטען תגובה אז די ביסט דער שאינו יודע לשאול, איז עפען דיר א צווייטע ניק אין טריי צי שרייבען ווי א געהעריגע גרויסע טאטע,
מיכאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך מיכאל »

Atgan האט געשריבן:אויב איז דאס נישט גענוג זיך צו דארפן מאחד זיין, נאר זיין פריוואטע איג"א אגענדע שטייט פאר זיינע אויגן, ענדערשט ווי ראטעוועט שארית ישראל הנאבקים על קיומם. ווייס איך נישט וויאזוי מדארף דאס מגדיר זיין אזאן געפירעכץ.

אין לייג צי אז ענק זענען די וואס האבען מחליט געווען אז דאס איז די וועג צי ראטעווען כלל ישראל, אין ממילא אלע וואס האלטען אנדרעש קען מען פשוט נישט מגדיר זיין זייער געפירעכץ, אפשער ווילען אנדערע עס באהאנדלען אויף א צווייטע אופן, אפשער קענסטע מיר מסביר זיין ווער ס'האט ענק געשטעלט אפוטרופוס אויף כלל ישראל,

לאמיר דיר געבען צי פארשטיין, נישט יעדער איינער האלט אז א מצוה טאנץ הייסט תיבעל להגמון תחילה, אין נישט יעדער איינער האלט אז אייוועלט אדער קאווע שטיבעל דארפען זיין געפילטערט ווייל טאמער נישט גייט כלל ישראל אינטערגיין,
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שוין. קאווע טרינקער האט מיך שוין געגעבן היינט דעם באסט פארן טאג.
ווי איך פארשטיי איז פאראיאר געווען די כפה עליהם הר כגיגית און יעצט איז עס קיימו וקבלו מה שקבלו כבר.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

טאמבעל סאס, האסט מיך אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. מכאן מודעא רבה לאורייתא אז פאראיאר איז געווען באונס.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כטאמבל סאס ועוד לקרא,
viewtopic.php?f=26&t=1994

ממש א פלא ווי פיהם מכשילתם, מנבאים ואינם יודעים מה מנבאים (ושמא דווקא כן, וד"ל).
I have a dream
Martin Luther King ~
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך Atgan »

מיכאל האט געשריבן:
אין לייג צי אז ענק זענען די וואס האבען מחליט געווען אז דאס איז די וועג צי ראטעווען כלל ישראל, אין ממילא אלע וואס האלטען אנדרעש קען מען פשוט נישט מגדיר זיין זייער געפירעכץ, אפשער ווילען אנדערע עס באהאנדלען אויף א צווייטע אופן, אפשער קענסטע מיר מסביר זיין ווער ס'האט ענק געשטעלט אפוטרופוס אויף כלל ישראל,

לאמיר דיר געבען צי פארשטיין, נישט יעדער איינער האלט אז א מצוה טאנץ הייסט תיבעל להגמון תחילה, אין נישט יעדער איינער האלט אז אייוועלט אדער קאווע שטיבעל דארפען זיין געפילטערט ווייל טאמער נישט גייט כלל ישראל אינטערגיין,

איך ווייס נישט צו וועמען די באזירסט דעם 'ענק'.
מדורי דורות ווייסן מיר אז כלל ישראל ווערט געפירט דורך די גדולי ישראל, און די זקני גדולי ישראל. בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.
אויב גלייבסטו נישט אין דעם, קען 'איך' דיר נישט ממש העלפן, גיי רעד צו איינער וואס איז אין די ליין פון קירוב.

זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

Atgan האט געשריבן:יפה אמרת, ביזט גערעכט, ועל כן וועל איך ענפערן וואס איך מיין.
[בד"א, איך האב אויך אבער לאו דוקא געמיינט באבוב, עס איז געווען פילע פראבלעמעם מיט צד שכנגד'ס].

די אנדערע וואס דו מיינסט מסתמה איז סאטמאר
Atgan האט געשריבן:ביי אונז אין די תורה שטייט, וכי ירובון שני אנשים ונגשו אל המשפט וכו'....סאיז דא א אויסגעטראטענע וועג.
האט די תורה געאסר'ט צו האבן מיינונגס פארשידנהייטן? איז דען מעגליך בכלל צו פארמיידן רייבונגן בכל עניני הכלל?
נאר וואדען. סאיז דא א וועג, א תורה'דיגע וועג. צו שליכטן די פראבלעמען.

און טאקע די וועג וויאזוי צו ראטעווען כלל ישראל איז אויך געווען א מיינונגס דעפארענץ.
Atgan האט געשריבן:בשעת ווען צוויי פריוואטע חצרות אדער רביים האבן א געפעכט, וועלכע קען כרגע נישט געסאלווט ווערן מאיזה סיבה שהוא, מיינט נישט אז מדארף וועגן דעם קאליע מאכן אלע אנדערע עניני הדת.
און אויב פעהלט אויס אז ביידע זאלן ערשיינען לחזק המעמד. דארפן ביידע דאס פארשטיין און ערשיינען דארט למען הרבות קדושה בישראל און חומר הענין.
אויב איז דאס נישט גענוג זיך צו דארפן מאחד זיין, נאר זיין פריוואטע איג"א אגענדע שטייט פאר זיינע אויגן, ענדערשט ווי ראטעוועט שארית ישראל הנאבקים על קיומם. ווייס איך נישט וויאזוי מדארף דאס מגדיר זיין אזאן געפירעכץ.

און ווי ס'קוקט אויס איז ער נישט געווען אזוי נישט-גערעכט דערמיט, און טאקע דעס יאר קוקט אויס גייט זיין עקסטערע כינוס'לעך. נישט יעדער וואס שטימט נישט מיט מיט די וועג וואס געוויסע האבן אזוי באשלאסן (אפשר צוליב זייער איג"א) דארף ווערן אנגענומען ביי יעדעם איינעם און אז נישט ווערן זיי פארשריגן.
Atgan האט געשריבן:'אחדות' האט אסאך דרגות.
בענינו וואלט 'אחדות' געמיינט, ווען אלע ערשיינען בלי יוצא מן הכלל, אפילו אהנע געבן דאס האנט איינע דעם אנדערן.

אחדות מיינט אויך אז מ'ארבייט מיט א יעדעם בעפאר און מ'הערט אויס אלע צדדים און נאכדעם מאכט מען באשלוסן, נישט מ'צווינגט ארויף אויף קהילות אז זיי מיזן זיך צושטעלן ווייל אז נישט איז מען א
Atgan האט געשריבן:רי"ש שי"ן עי"ן! ולפי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר, ואף אתה הקהה את שניו......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

Atgan האט געשריבן:
מיכאל האט געשריבן:
אין לייג צי אז ענק זענען די וואס האבען מחליט געווען אז דאס איז די וועג צי ראטעווען כלל ישראל, אין ממילא אלע וואס האלטען אנדרעש קען מען פשוט נישט מגדיר זיין זייער געפירעכץ, אפשער ווילען אנדערע עס באהאנדלען אויף א צווייטע אופן, אפשער קענסטע מיר מסביר זיין ווער ס'האט ענק געשטעלט אפוטרופוס אויף כלל ישראל,

לאמיר דיר געבען צי פארשטיין, נישט יעדער איינער האלט אז א מצוה טאנץ הייסט תיבעל להגמון תחילה, אין נישט יעדער איינער האלט אז אייוועלט אדער קאווע שטיבעל דארפען זיין געפילטערט ווייל טאמער נישט גייט כלל ישראל אינטערגיין,

איך ווייס נישט צו וועמען די באזירסט דעם 'ענק'.
מדורי דורות ווייסן מיר אז כלל ישראל ווערט געפירט דורך די גדולי ישראל, און די זקני גדולי ישראל. בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.
אויב גלייבסטו נישט אין דעם, קען 'איך' דיר נישט ממש העלפן, גיי רעד צו איינער וואס איז אין די ליין פון קירוב.

זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

יא, הונדערט פראצענט גערעכט, מדורי דורות ווייסן מיר אז כלל ישראל ווערט געפירט דורך די גדולי ישראל, און די זקני גדולי ישראל. בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.

אבער זייט מעמד הר סיני (דאכט זיך) האט זיך נאכנישט געיאוועט אזא געדאנק פון צוזאמען נעמען 'גאנץ' כלל ישראל אונטער איין דאך און מאכן די זעלבע סארט תקנה פאר מענטשן וואס מיינען אז ווידיא הערט מען און ראדיא זעט מען, מיט מענטשן וואס ביי זיי איז ווידיא א לכתחלה שבלכתחלה

ועל כולם שטייט בראש א לעקוואדער איד וואס איך גלייב נישט אז ביי אים אין די משפחה איז ווידיא א פראבלעם (פארשטייט זיך אן קאמפיוטער) און שרייט אז קוקן א ווידיא ווי חתן כלה טאנצן מצוה טאנץ מיינט "תבעל להגמון תחלה".

נעבעך!!!!
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

Atgan האט געשריבן:
מיכאל האט געשריבן:
אין לייג צי אז ענק זענען די וואס האבען מחליט געווען אז דאס איז די וועג צי ראטעווען כלל ישראל, אין ממילא אלע וואס האלטען אנדרעש קען מען פשוט נישט מגדיר זיין זייער געפירעכץ, אפשער ווילען אנדערע עס באהאנדלען אויף א צווייטע אופן, אפשער קענסטע מיר מסביר זיין ווער ס'האט ענק געשטעלט אפוטרופוס אויף כלל ישראל,

לאמיר דיר געבען צי פארשטיין, נישט יעדער איינער האלט אז א מצוה טאנץ הייסט תיבעל להגמון תחילה, אין נישט יעדער איינער האלט אז אייוועלט אדער קאווע שטיבעל דארפען זיין געפילטערט ווייל טאמער נישט גייט כלל ישראל אינטערגיין,

איך ווייס נישט צו וועמען די באזירסט דעם 'ענק'.
מדורי דורות ווייסן מיר אז כלל ישראל ווערט געפירט דורך די גדולי ישראל, און די זקני גדולי ישראל. בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.
אויב גלייבסטו נישט אין דעם, קען 'איך' דיר נישט ממש העלפן, גיי רעד צו איינער וואס איז אין די ליין פון קירוב.

זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

עס ווערט געפירט דורך גדולי ישראל אדער דורך גאטליעב?

יא, וועגן זינלאזע גוזמאות פון דער עומד בראש המערכה, ווערט די גאנצע מערכה א פאנאטישע!
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

@ATGAN

קוק נאכאמאל איבער וואס גאטליעב פרעדיגט. זאג מיר צו ער רעדט צום זאך אדער נישט.

http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0
You must be the change you want to see in the world
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך Atgan »

איך זעה אז די עולם האט נישט ארויס וואס איך האב געטענה'ט וויל דא ארויסברענגן אפאר נקודות:

א. די כינוס כלל ישראל הויפט ציהל איז געווען פשוט צו מאכן א ויצעקו אז אפענע אינטערנעט איז חזיר טריפה. - צו דעם איז יעדע מודה.
ב. דאס אז די בעסטע וועג צו שרייען, איז במעמד רבבות אלפי ישראל אינטער איין דאך בבחינת קבלת התורה. - צו דעם איז יעדע מודה.
ג. דאס אז די כינוס האט געמאכט א ריזן פארשריט אין דעם ענין, און צענדליגע טויזנטער אידן זענען דענמאלטס נתעורר געווארן צו מאכן א פילטער. - צו דעם איז יעדע מודה.

ובכן: די יעצטיגע קלענערע כינוסים איז פשוט לחזק את הענין נאכמער (און נישט ווייל "סנישט געלונגן..."), און די געוויסע 10 צו 20 צו 30 % פון אידנטום, וואס זענען נאכנישט נתעורר געווארן, זאלן זיי יא נתעורר ווערן יעצט, און די וואס זענען שוין יא נתעורר געווארן זאלן חלילה נישט נאכלאזן פון זייערע קבלות. מ'קען דעך נישט יעדעס יאר צוזאמנעמען יעדער אין סיטי פיעלד וד"ל.

בנוגע די פראבלעמען פון געוויסע עדה'ס פארשידנהייטן, איז קלאר, אינטערנעט איז א סכנה פאר יעדן איד נישט קיין אינטערשיד וועלכע קרייז.
דעם תירוץ איז א אויסרייד, און א פשוט'ע תירוץ ווואס מהאט געניצט.

עד כאן לענ"ד.
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

כבודו פונעם סקולענע רבי שליט"א במקומו מונח, אבער פארן רבי'ן קענסטו יעצט אריינטראגן א סידי און זאגן אז דאס איז די אינטערנעט פון גאנץ כלל ישראל און די רבי וועט דאס צוברעכן און נאך זינגן א ניגון אינדערזייט און פטור אנייסעק, מ'האט מקיים געווען דעם ובערת אין רגע...

דזשאוקס אין די זייט, כ'מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן, מייין פוינט איז אז די רבי ווייסט ניטאמאל וואס די זאך אינטערנעט איז, ער האט עס מיט קיין טעקנישאן אין זיין לעבן נישט איבערגעגאנגן, סך הכל ווייסט ער אז ס'איז שעדליך ווייל גאטליב און די אנדערע שרייען אזוי, און נאכדערצו מ'קען הערן דערויף ראדיא (ווי א באטייליגטע בנש"ק האט זיך אויסגעדריקט ביים אבן הפנה פונעם הדר קבלוה)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך Atgan »

גנדי האט געשריבן:@ATGAN

קוק נאכאמאל איבער וואס גאטליעב פרעדיגט. זאג מיר צו ער רעדט צום זאך אדער נישט.

http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0

שוין אויבן געשריבן דערוועגן:
זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

אסאך פון די גדולי ישראל וואס זיצן דארט, האנדלן מיט מער קעיסעס פון די פראבלעמען ווי דעם עסקן.
זיי ווייסן וואס אינטערנעט איז, וואס דאס ברענגט צו, און די אמת'ע פראבלעמען דערפון.
זיי ווייסן ער רעדט נאריש, און דאך פארשטייען זיי אז די מערכה איז הייליגע, נישט קיין נפק"מ ווער איז דער שוויצער דערפאר.
אויב מאכט ער א גוטע דזשאב, מעג מען איהם נישט ניצן?
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

Atgan האט געשריבן:איך זעה אז די עולם האט נישט ארויס וואס איך האב געטענה'ט וויל דא ארויסברענגן אפאר נקודות:

א. די כינוס כלל ישראל הויפט ציהל איז געווען פשוט צו מאכן א ויצעקו אז אפענע אינטערנעט איז חזיר טריפה. - צו דעם איז יעדע מודה.
ב. דאס אז די בעסטע וועג צו שרייען, איז במעמד רבבות אלפי ישראל אינטער איין דאך בבחינת קבלת התורה. - צו דעם איז יעדע מודה.
ניין ניין, און נאכאמאל ניין, נישט יעדער איז מודה, די אלע רבנים וואס זענען נישט דארט געווען האלטן נישט אזוי, זאת ועוד יותר, אפילו אסאך וואס זענען יא געווען האלטן אויך נישט אזוי, מען איז נאר געגאנגען, טייל צוליב מיטן שטראם, און טייל צוליב בלית ברירה, און טייל צוליב וואס זייער קאמפאטישן האט געזאגט נישט גיין

ג. דאס אז די כינוס האט געמאכט א ריזן פארשריט אין דעם ענין, און צענדליגע טויזנטער אידן זענען דענמאלטס נתעורר געווארן צו מאכן א פילטער. - צו דעם איז יעדע מודה.

ובכן: די יעצטיגע קלענערע כינוסים איז פשוט לחזק את הענין נאכמער (און נישט ווייל "סנישט געלונגן..."), און די געוויסע 10 צו 20 צו 30 % פון אידנטום, וואס זענען נאכנישט נתעורר געווארן, זאלן זיי יא נתעורר ווערן יעצט.
האלטסט איינער וואס איז נישט נתעורר געווארן פאר א יאר, קען אים נאך עפעס העלפן יעצט?

און די וואס זענען שוין יא נתעורר געווארן זאלן חלילה נישט נאכלאזן פון זייערע קבלות.

מ'קען דעך נישט יעדעס יאר צוזאמנעמען יעדער אין סיטי פיעלד וד"ל. אה דער וד"ל דארף א פירוש

בנוגע די פראבלעמען פון געוויסע עדה'ס פארשידנהייטן, איז קלאר, אינטערנעט איז א סכנה פאר יעדן איד נישט קיין אינטערשיד וועלכע קרייז.
דעם תירוץ איז א אויסרייד, און א פשוט'ע תירוץ ווואס מהאט געניצט.

עד כאן לענ"ד.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

Atgan האט געשריבן:איך זעה אז די עולם האט נישט ארויס וואס איך האב געטענה'ט וויל דא ארויסברענגן אפאר נקודות:

א. די כינוס כלל ישראל הויפט ציהל איז געווען פשוט צו מאכן א ויצעקו אז אפענע אינטערנעט איז חזיר טריפה. - צו דעם איז יעדע מודה.

קיין ויצעקו ליידער העלפט נישט
Atgan האט געשריבן:ב. דאס אז די בעסטע וועג צו שרייען, איז במעמד רבבות אלפי ישראל אינטער איין דאך בבחינת קבלת התורה. - צו דעם איז יעדע מודה.

געוויסע האלטן אז ביי זיך אין בית המדרש איז בעסער
Atgan האט געשריבן:ג. דאס אז די כינוס האט געמאכט א ריזן פארשריט אין דעם ענין, און צענדליגע טויזנטער אידן זענען דענמאלטס נתעורר געווארן צו מאכן א פילטער. - צו דעם איז יעדע מודה.

און אזוי אויך אז די קהלות און מוסדות האבן געמאכט תקנות
Atgan האט געשריבן:ובכן: די יעצטיגע קלענערע כינוסים איז פשוט לחזק את הענין נאכמער (און נישט ווייל "סנישט געלונגן..."), און די געוויסע 10 צו 20 צו 30 % פון אידנטום, וואס זענען נאכנישט נתעורר געווארן, זאלן זיי יא נתעורר ווערן יעצט, און די וואס זענען שוין יא נתעורר געווארן זאלן חלילה נישט נאכלאזן פון זייערע קבלות. מ'קען דעך נישט יעדעס יאר צוזאמנעמען יעדער אין סיטי פיעלד וד"ל.

מחזק זיין קען מען נאר מיט א לעיזונג - קום ארויס מיט א פילטער וואס ארבייט
Atgan האט געשריבן:בנוגע די פראבלעמען פון געוויסע עדה'ס פארשידנהייטן, איז קלאר, אינטערנעט איז א סכנה פאר יעדן איד נישט קיין אינטערשיד וועלכע קרייז.
דעם תירוץ איז א אויסרייד, און א פשוט'ע תירוץ ווואס מהאט געניצט.

און טאקע יענע קהלות האבן שוין באלד מער מצליח געווען מיט זייערע אייגענע תקנות

-
שרייבער האקט ענדליך אביסל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך Atgan »

שעפטל האט געשריבן:כבודו פונעם סקולענע רבי שליט"א במקומו מונח, אבער פארן רבי'ן קענסטו יעצט אריינטראגן א סידי און זאגן אז דאס איז די אינטערנעט פון גאנץ כלל ישראל און די רבי וועט דאס צוברעכן און נאך זינגן א ניגון אינדערזייט און פטור אנייסעק, מ'האט מקיים געווען דעם ובערת אין רגע...

דזשאוקס אין די זייט, כ'מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן, מייין פוינט איז אז די רבי ווייסט ניטאמאל וואס די זאך אינטערנעט איז, ער האט עס מיט קיין טעקנישאן אין זיין לעבן נישט איבערגעגאנגן, סך הכל ווייסט ער אז ס'איז שעדליך ווייל גאטליב און די אנדערע שרייען אזוי, און נאכדערצו מ'קען הערן דערויף ראדיא (ווי א באטייליגטע בנש"ק האט זיך אויסגעדריקט ביים אבן הפנה פונעם הדר קבלוה)

ס'האט דאכציך די פוסק הרב וואזנער פון בני ברק מעורר געווען אין איינע פון זיינע דרשות:
"מענטשן מיינען אז די רבנים ווייסן נישט וואס דאס איז, מזאגט זיי פשוט, איך וויל דאס מעורר זיין, די רבנים ווייסן ליידער אסאך מער ווי די עמך וואסערע שאדן דאס האט אנגעמאכט וכו'....."

ממילא במחילת כבודך, אפשר ווייסט די סקולענע רבי נישט בפרטי פרטים, אבער ער ווייסט גענוג און נאך
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

Atgan האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:@ATGAN

קוק נאכאמאל איבער וואס גאטליעב פרעדיגט. זאג מיר צו ער רעדט צום זאך אדער נישט.

http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0

שוין אויבן געשריבן דערוועגן:
זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

עפעס א עסקן? דאס איז דאך דער עסקן בה"א הידוע, דער ערפינדער פונעם פלאן