אסיפה בבית האדמו"ר מסקולען צום יאר פון כינוס כלל ישראל
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
נאכן צוקוקן צו דעם קליפ, איז מיר נתיישב געווארן דער דין פון "כולו חייב, זכאי".
טראכט אריין:
פון איין זייט זיצן טויזנטער אידן, בלי גוזמא, און פארברענגען אויפן אינטערנעט, טייל פון זיי באופנים המותרים א טייל באופן איסור, רוב אויף א קוועסטשיאנעבל אופן. אבער דאס איז א פאקט.
פון די אנדערע זייט זיצן א פאר רבי'ס אין איין צימער, און... מ'הערט נאר אז עס איז אסור אסור אסור. אפשר לייגט זיך לכל הפחות איינער אריין אין דעם מצב פון טויזנטער מענטשן וואס דאס איז א חלק פון זייער דרך החיים? אפשר דארף מען מוכיח זיין אויף פרטים, ווי מ'האט געטוהן די לעצטע פאר הונדערט יאר, נישט סתם "אסר'ן"?!
אבער ווער קען זיך דען אנרופן א ווארט?
כולו זכאי - חייב, כולו חייב - זכאי.

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
מתוך דברות קדש פון מיין ראש ישיבה מורי ורבי שליט"א פארגאנגענע וואך פרשת אמור
נאכן נאכזאגן פון ספר הק' דברי יואל אויף אמור ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים ווי דער רבי איז מרעיש עולמות אז די רבני הדור ברעכן זעלבסט אלע גדרים וסייגים און דערנאך הייבן הערש אן זייערע תלמידים וחסידים זיך אזוי צו פירן. עיי"ש היטב
עס טוט מיר באמת וויי אז מען דארף אזוי רעדן, אבער נאכ'ן זעהן די לעצטיגע רבנים אסיפה בנוגע די אינטערנעט שרייט זיך פון זיך אליינס ארויס מיט א מוראדיגער ווייטאג.
דער אנפירער פון לעיקוואד שטעלט זיך דארט אויף און רעכנט אויס פאר די חשובע רבנים איבער די לעצטיגע צרה, צווישען אנדערע אינטערנעט פירצות, אז חרדישע אידן לייגן ארויף גאנצע היימישע חתונות, אפגעכאפט פון אנפאנג ביזן סוף, אויף יו טוב. און ס'איז ממש שרעקליק, די רבנים החשובים שליט"א זיצן דארט ביי די אסיפה און הערן זיך צו מיט אנגעזעענע ווייטאג אויסגעגאסן אויף זייערע פרצופים און ממש קיינער שטעלט זיך נישט אויף מיט דרייסט און זאגט רבותי!! אבל אשמים אנחנו צו ווייסט איר טייערע .. רב .. אדמו"ר ורבי וויפיל מאל מען קען אייך געפינען אויף די שרעקליכע יו טוב, יעדער פון אייך איז דארט עטליכע הונדערט מאל, פון לאכן, וויינען אייערע תפלות און אייערע טישן און אויך דאס שרעקליכסטע וואו איר מאכט חתונה אייער קינד אדער אייניקעל, כבין זיכער אז די רבנים ווייסן דאס נישט,
און אנדערע ווערטער, מיינט דער לעיקוואדער טשעירמאן צו זאגן. טייערע רבנים וועקט אייך אויף אויב איז אייער חתונה אויף יו טוב פארוואס זענט איר ברוגז אז אייערע מענטשן האבן זיך אפגעלערט.
חשובע רבנים, איר קענט בויען בנינים, איר קענט זאגן הערליכע דרשות איר זענט גיט מיט ריזיגע פאליטישענס איר האט הונדערטער מענטשן אויף אייער פעיראל סיסטעם איר האט בחורים וואס גייען פאר אייך אין פייער פארשטייט זיך לשם שמים וכו' וכו' אלעס אין די וועלט קענט איר אויספירן. קענט איר נישט טרעפן צוויי טיכטיגע טעכניקער וואס זאלן זיך נעמען צו די ארבעט און אפמעקן אייערע חתונות וכדו' פון די טמאנע כלי,
די רבנים פונעם פריעדיגן דור האבן איבערגעפלאנצט דאס אידישקייט נאכן חורבן ווען רובו דרובו כלל ישראל האט שוין מער נישט געהאט קיין געדולד צו די גאנצע ענין, און ב"ה די גרויסע לייט האבן דאס באוויזן, ווייל זיי זענען געווען פה ולבם שווים און כלל ישראל דערשמעקט אמת מתוך שקר גאר שנעל, עכ"פ אונזערע קינדער וועלן זיך נישט לאזן פארדרייען א קאפ, מיר ווילן אייך רעספעקטירן ווייל איר זענט דאך א בנש"ק אבער ווי דער רבי ז"ל זאגט יעדער גדר וואס איר ברעכט אדורך בלייבט ברייט אפען און אלע אייערע מעריצים פושען זיך אדורך און איר קענט דאס מער נישט פארמאכן נאר אויב מוועט אייך רח"ל צוטרעטן (כידוע ווען מ'וויל פארמאכן א געיט פאר מענטשן) וזה פרש"י להזהיר גדולים על הקטנים
ע"כ פון מורי ורבי שליט"א

למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
אין אנדערע נייעס אויפן זיכוי הרבים פראנט, האט די בארימטע כשרע טעכנאלאגיע פירמע "קאשערנעט" אפגעשפארט, לאזנדיג הונדערטער אדער טויזנטער קליענטן אן קיין פילטער און אן קיין אינטערנעט.
אין אנדערע נייעס איז דזשעי נעט ארויף מיט די פרייז, צו מאכן מער צוגענגליך פאר די מבקשי האינטערנעט זאלן זיך אפשאקלען פון די כשרע אפציע.
אין אנדערע נייעס, איז ארויסגעקומען אז קיין שום ענדרויד אדער סמארט פאן קען מען נישט פילטערן ווייל אין די עפס קען מען אייביג אנקומען צו א בראוזער.
מיט אפאר הונדערט טויזנט דאלאר קען מען אויפבויען א גוטע פירמע וואס זאל העלפן די עולם פאר ביליג, אבער די פירמע קען נישט צושטעלן קיין כותל המזרח מיט בילדער, ארי' פרענקל מיט הערשי רובינשטיין.

- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
אין אנדערע נייעס זעה איך אויף איי וועלט איינער שרייבט אז דער נייער סאטמארער משומר פילטער לאזט נישטאמאל דורך דעם איי וועלט סייט אזוי שטארק פילטערט ער נעבעך. הערסט קופערניקעס? אז איי וועלט ווערט שוין געפילטערט זאגט דאס אז כלו כל הקונצן די עפאכע פון אינטערנעט על טהרת הקודש הגיע.
יעצט פארשטיי איך וואס ר' מנשה פילאף שרייבט נאר משומר פילטערט פון אלע מינות וכפירה. די טעג פילטערס זענען מכשיל מאות אלפים מיט זייערע פאלשע פילטערס זאגט ער.
יעצט פארשטיי איך וואס ר' מנשה פילאף שרייבט נאר משומר פילטערט פון אלע מינות וכפירה. די טעג פילטערס זענען מכשיל מאות אלפים מיט זייערע פאלשע פילטערס זאגט ער.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
בן תמליון האט געשריבן:אין אנדערע נייעס זעה איך אויף איי וועלט איינער שרייבט אז דער נייער סאטמארער משומר פילטער לאזט נישטאמאל דורך דעם איי וועלט סייט אזוי שטארק פילטערט ער נעבעך. הערסט קופערניקעס? אז איי וועלט ווערט שוין געפילטערט זאגט דאס אז כלו כל הקונצן די עפאכע פון אינטערנעט על טהרת הקודש הגיע.
יעצט פארשטיי איך וואס ר' מנשה פילאף שרייבט נאר משומר פילטערט פון אלע מינות וכפירה. די טעג פילטערס זענען מכשיל מאות אלפים מיט זייערע פאלשע פילטערס זאגט ער.
איך פארשטיי דיין פוינט פארוואס דו ווילסט נישט לייגען די משומר פילטער,
אבער א שוואכערע פילטער האסטע יא געלייגט? דאס אז עס איז דא אין די מארקעט גאר שטרענגע פילטער איז נישט קיין תירוץ גארנישט צו האבן.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
החלטת אסיפת הרבנים:
מ'זאל אונטערשטעלן בהאלטענע עסקנים אין אלע אידישע פארומ'ס, וואס זיי זאלן מעורר זיין על כל דבר הצריך תיקון, און שטיין על המשמר אויף די השקפה טהורה המסורה לנו מדור לדור.
בדחן! לך בכחך זה ותושיע את ישראל, כי כוונתך רצויה ומעשיך רצויין

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ודי למבין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
פייוויש בן-גוריון האט געשריבן:[center]"תיבעל להגמון תחילה" — דער טירוף הדעת פון דער אינטערנעט-מלחמה[/center]
ביי אן אסיפה וואס איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן אין שטוב פון דעם סקולענער רבין אין בארא-פארק, האט זיך אויפגעשטעלט רעדן נחמיה גאטליב, דער פירער פון דער איצטיגער חסידישער באוועגונג קעגן דעם אינטערנעט. גאטליב איז נישט קיין רבנישער פערזענליכקייט, אויך קומט ער נישט פון קיין רבנישער משפחה. ער איז א זון פון הרב דוד גאטליב, א בעל-תשובה, און פון די באקאנטע פערזענליכקייטן אין דער „קירוב‟-באוועגונג.
א יאר צוריק האט נחמיה גאטליב אונטערגענומען צו אראנזשירן א מאסן-צוזאמענקום פאר חרדישע אידן פון ניו-יארק און ניו-דזשוירזי צו הערן די „דעת תורה‟ וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם שרעקליכן „פראבלעם‟ וואס דער אינטערנעט שטעלט פאר. ווי עס איז שוין ברייט באריכטעט געווארן אין יענער צייט אין דער אידישער און אין דער אלגעמיינער פרעסע, זענען זיך דאן צוזאמענגעקומען ארום 50,000 מענער אין די „סיטיפיעלד‟ און „ארטור אש‟ סטאדיומס, און עס זענען געהערט געווארן א רייע רעדעס פון באקאנטע חרדישע רבנים, אריינגערעכנט א רעדע פון דעם גרויסן פוסק הלכה הרב שמואל וואזנער, וואס איז עלעקטראניש טראנסמיטירט געווארן פון ישראל. וואזנער האט שטרענג געאסרט זיך צו באנוצן מיטן אינטערנעט אויב עס איז נישט פאר דעם צוועק פון פרנסה.
א יאר איז שוין דורך זינט דער אסיפה, יעדע קהילה האט שוין אימפלעמענטירט אירע „תקנות‟ צו צווינגען אירע מיטגלידער צו באגרעניצן דעם אינטערנעט-באנוץ, און אט איז פאררופן געווארן א פרישע אסיפה אין שטוב פון דעם סקולענער רבין וואו רבנים פון די חסידישע קרייזן האבן זיך צוזאמענגענומען ווידעראמאל צו קלערן וויאזוי מ’קען באגרעניצן דעם אינטערנעט באנוץ ביי חסידישע אידן. דער פריערדערמאנטער גאטליב האט זיך אויפגעשטעלט רעדן און האט מסביר געווען דריי „פראבלעמען‟ וואס אינטערנעט ווידעאס שטעלן פאר.
צווישן אנדערע האט ער פארגעשטעלט דעם „פראבלעם‟, אז חתנים און כלות האבן לעצטנס אנגעהויבן ארויפשטעלן ווידעאס פון זייער חתונה אויף דעם „יו-טוב‟ וועבזייטל, און דאס ווערט געקוקט אפילו דורך פרומע אידן. וואס איז דער פראבלעם פון קוקן א ווידעא פון א חתונה פון חסידישע אידן? גאטליב האט ערקלערט, אז מ’קען זען דעם חתן, די כלה, און אלע קענען מיטהאלטן ווי דער חתן טאנצט דעם „מצוה טאנץ‟ מיט דער כלה. עס איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר א נישט-חרדישן מענטש וואספארא פראבלעם עס קען זיין — אפילו פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט — מיטן קוקן אויף א ווידעא פון א צניעותדיגער חתונה, אבער אזויפיל איז שוין באקאנט אז חרדים, און הויפטזעכליך חסידים, זענען זייער סענסיטיוו צו פרויען, און דרוקן אפילו נישט קיין בילדער פון פרויען אין זייערע אויסגאבעס. איז אלזא נישט אזא חידוש, אז עס זאל ארן אז מ’זעט פרויען.
וואס עס האט מיך בעיקר שאקירט פון גאטליבס רעדע איז געווען דער אויסדרוק וואס ער האט גענוצט אויף צו אילוסטרירן דעם פראבלעם פון די חתונה-ווידעאס. די גמרא דערציילט אין מסכת כתובות (דף ג עמוד ב), אז עס פלעגט זיין א גזירה פון מיליטערישע פירער, אויב יעדעס מיידל וואס האט חתונה געהאט, האט צו ערשט געדארפט האבן תשמיש מיט דעם פירער פארן זיך פאראייניגן מיט איר חתן. דאס ווערט גערופן „תיבעל להגמון תחילה‟.
אין זיין רעדע האט גאטליב פארגליכן דאס קוקן ווידעאס פון חתונות פון חסידישע פארפעלקער ווי „תיבעל להגמון תחילה‟, אין אנדערע ווערטער, דאס אז פרעמדע מענער זעען די כלה אויף דער ווידעא איז ווי זיי וואלטן געהאט מיט איר אינטימישע באציאונגען! אין מיינע אויגן איז דאס געווען אן אומווילנדע אנערקענונג אויף וויאזוי דער מוח פון אזא „עסקן‟ ארבעט. ער האט מיט די ווערטער ערקלערט פארוואס געווענליכע מענטשן זעען נישט דעם פראבלעם פון זען א ווידעא פון א חסידישער חתונה, און ער יא. פאר אים איז עס נישט קיין חתונה, נישט קיין חתן און נישט קיין כלה. דער וואס קוקט אויף דער ווידעא האלט נישט מיט א געשעעניש וואס האט זיך אפגעשפילט און איז בשמחה מיט דעם פארפאלק. אין זיינע אויגן זעט מען די כלה, און אין מחשבה האט מען מיט איר אינטימע באציאונגען.
איך וואונדער מיך צי דאס איז א תוצאה פון א חינוך וואס אביעקטיפיצירט א פרוי צו בלויז א חפץ וואס איז גוט פאר תשמיש, אדער אן איינצלנעם געדאנקענגאנג פון אן אומגעזונטן מוח. וויאזוי עס זאל נאר זיין, איז אט דער געדאנקענגאנג דאס וואס טרייבט דעם פירער פון דער אנטי-אינטערנעט באוועגונג, און בלויז אזא איינער קען זען דעם „חורבן‟ אין א טעכנאלאגיע וואס האט געמאכט די וועלט נאך פיל מער וואונדערליך און באצויבענד. דער פראבלעם איז נאר אז ער איז דער וואס פיטערט די רבנים מיט אינפארמאציע, און אזוי קומט ארויס א פייערדיגע מלחמה קעגן דעם אינטערנעט.
עס זענען פאראן גענוג פרומע אידן וועלכע וואלטן מיטגעארבעט מיט רבנישע באגרעניצונגען. אבער אויף דעם דארף מען זיין איבערצייגט אין דער ריכטיגקייט פון דער באגרעניצונג. אינטערנעט ווערט ווייטער גענוצט דורך צענדליגער טויזנטער חרדישע אידן ווייל זיי זענען נישט איבערצייגט אז עס זאל זיין אזא פראבלעם ווי די רבנים מאכן עס. חרדים נוצן דעם אינטערנעט אפילו פאר צוועקן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט פרנסה, ווייל זיי זעען נישט דעם פראבלעם. ווידעאס פון חרדישע געשעענישן ווערן געזען דורך צענדליגער טויזנטער מענטשן, לכאורה מערסטנס פון זיי חרדישע אידן. טויזנטער חסידישע אידן פארברענגען אויף פארשידענע בלאגס און פארומס — אלעס נישט פאר פרנסה.
אז רבנים ווערן געפירט דורך א מענטש וואס זעט א כלה, מיינט ביי אים האבן מיט איר אינטימישע באציאונגען, ווערט זייער מעסעדזש צום ציבור אזוי עקסטרעם, אז מ’קען זיך דערמיט נישט אידענטיפיצירן. אפשר, אז זיי וועלן פרובירן צו זיין פראקטיש, אליין זיך באקענען מיט דעם אינטערנעט און פארשטיין וויאזוי מ’קען עס אקאמאדירן אין א חרדישן לעבנסשטייגער, וועלן זיי האבן מער הצלחה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
יאנקל האט געשריבן:שיינער ארטיקל, יידל. ס'איז מיר א חידוש צו לייענען אז נחמיה גאטליעב איז א זון פון דוד גאטליעב פון אור שמח.
ס'איז נאך נישטא קיין www.nechemyegottlieb.com?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
גנדי האט געשריבן:לאמיר שוין זאגן אז דאס איז א בחינה פון "תיבעל להגמון".
וואס איך פארשטיי נישט, איז די "תחלה" - לייגט מען דען ארויף די ווידיאו בעפאר די חתן זאגט אשר צג אגוז...?
גוטע הערה, אבער וועגן דעם איז עס טאקע נאר "א בחינה ווי" אין נישט ממש. דער בחינה איז ווייל מ' מאכט דער ווידיאו פריער על מנת ארויפצולייגן
אמת מארץ תצמח