אן אפ-עד אין ידיעות אחרונות: סאטמאר רב מעגליך געווען גערעכט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

אן אפ-עד אין ידיעות אחרונות: סאטמאר רב מעגליך געווען גערעכט

שליחה דורך זר זהב »

דאס איז ערשינען אינעם א. ישראל'דיגן צייטונג ידיעות אחרונות:

במה דברים אמורים. מהשואה יצאו שני אנשים מאותה המדינה - האחד יוסף (טומי) לפיד ז"ל שהפך עם השנים לידוע ומפורסם, הקים משפחה ואף זכה להיות שר המשפטים ויו"ר יד ושם. השני, ידוע לא פחות הוא הרב יואל טייטלבוים, או כמו שאנחנו מכירים אותו - האדמו"ר מסאטמר. משנתה של סאטמר נשמעת קיצונית לרבים, אבל זו משנתם של למעלה ממאה אלף חסידים ברחבי העולם ובעיקר בארה"ב. זו משנה שהוא אחז בה עד שנפטר והעביר אותה בירושה לדורי דורות. אין חסיד סאטמר אחד שחולק עליה, וככל שאנחנו קרבים לימים אלו - המצב מראה כי ייתכן שיש צדק בדבריו.

ר' יואל סירב להכיר במדינת ישראל כמדינה יהודית (כמדינה כן, כיהודית לא) וטען כי אסור לאף מוסד יהודי לקבל כסף כהוא-זה מהממשלה הציונית בירושלים. מוסדות סאטמר והנספחים לה, בעיקר בירושלים, אכן לא נתמכו ועודנה לא נתמכות על-ידי המדינה. מעניין לראות, אגב, שהמוסדות שלהם עשירים לא פחות ממוסדות רוב הציבור החרדי בישראל (כ-97% לפי הלמ"ס נכון ל-2010) שכן מקבל תקציבים מהמדינה ובמקום כלשהו גם מרגיש חלק ממנה (עובד ומשלם מסים, מיוצג בכנסת, משתתף בשיח הציבורי וכו')

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4372130,00.html
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בילד

דאס איז דער שרייבער, א חרדישר יונגערמאן

מיט זיין ארטיקל פרובירט ער צו סטראשען די ציונים אז אויב זיי וועלן אויפהערן געבן געלט וועט סאטמאר געבן אנשטאט, איך מיין אז די מדינה דארף זיך נישט דערשרעקן
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כ'האב געליינט אז יענער שרייבער איז בעל תשובה, נישט געוויסט אבער אז אזוי חרדי'ש אויסזעהענד. און כ'פארשטיי נישט וואס ער מיינט מיט די ווערטער "ר' יואל סירב להכיר במדינת ישראל כמדינה יהודית (כמדינה כן, כיהודית לא)"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ער שרייבט דארט ווייטער:

הבאת כספים למוסדות החינוך החרדי שנמצאים במרכז המפה, שהם הרוב המוחלט (כ-97% כאמור) - יובילו בתוך פחות מחמש-שש שנים לשינוי אידיאולוגי בקרב החרדים וקריעתם מהחברה בישראל לגמרי. אם עד היום החרדים משתלבים בחיי החברה, והכוונה היא למקומות העבודה, לחינוך ובעיקר להכרה במדינת ישראל כמדינה יהודית (שאמנם יש מה לתקן בה, אבל יהודית) - זה יוביל שמי שישלוט בכיפה יהיו הסאטמרים. זו סכנה עצומה לציבור הישראלי.

לדוגמה, כיום מוסדות להשכלה גבוהה המיועדים לציבור החרדי מלאים. יש היענות מדהימה ללמידה לתואר ראשון ולרכישת מקצוע. כאשר התקציבים יבואו מסאטמר וחבריהם - באופן אוטומטי ייאלצו הרבנים בישראל ללכת בעקבות סאטמר ובהשפעתם, ויתנגדו כלל ללימודים אלו שמלאים בלימודי חול וכפירה, מבחינה תורנית.


פארוואס זאל זיך א פרייער דערשרעגן אז דער חרדי וועט זיין מער אפגעשיידט, אויב נעמט עס סייווי נישט קיין געלט פון עם?
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

ער האט נישט פארגינט דעם סטמאר רב א "ז"ל" ווי אויף - להבדיל - דעם לפיד?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך מאן דאמר »

אמת'דיג גערעדט, שרייבט ער נישט צו די זאך בכלל, ערשטענס, לפיד'ס טענה איז אז די חרדים נעמען נישט א טייל און די אויפטראגעס פונעם לאנד, נישט אין די עקענאמיע, וויבאלד זיי ארבעטן נישט, און נישט מיליטעריש, וויבאלד זיי דינען נישט אין די ארמיי, אפגעזעהן די סיבה, עס קאסט און עס ברענגט נישט קיין ריוח, יעדער וואס איז אין ביזנעס פארשטייט אז דאס קען נישט גיין.
יעצט וואס איז זיין טענה? אז זיי גייען נעמען פון א צווייטן? געזונטערהייט! ווען עטס גייטס קלייבן ארום די וועלט, בלייבט דארטן ביטע, קומט'ס מיר נישט צוריק!
צווייטענס, גייען דען די סאטמערע קענען צושטעלן דאס געלט? פוסטע דימיונות!
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זר זהב האט געשריבן: אבל זו משנתם של למעלה ממאה אלף חסידים ברחבי העולם ובעיקר בארה"ב.

ווי קען ער אזוי רעדן? די וואך מוצאי-שבת, ביים הדקלה לכבוד האדמו"ר אלקי, איז געווען למעלה מחמש מאות אלף חסידים, אזוי ווי אונזער יאנקל ברענגט דא!! און ווער ס'קען יאנקל ווייסט אז פאלטשע נייעס גרוילט אים, למשל דא.

ליצנות, אין אזא ערענסטע אשכול, אין א זייט געלייגט. ידידי זר'ל, - און אזוי אויך אלע וואס פרייען זיך מיט קידוש החמה אותיות ווען א גדול פון "זייער" חדר, ברימט זיך אונטער - אין עברית, הרבי מסאטמאר צדק, מיינען זיי בכלל נישט די ספר "ויואל משה", וואס זעהט נישט קיין מקום זכות פאר קיבוץ גליות בארץ ישראל ווי אן אתחלתא דגאולה, ווי ס'איז מבואר בפירוש אין חז"ל. סך הכל מיינען זיי צו זאגן, אז אויב מ'וואלט נישט גענומען געלט פון די ממשלה, וואס איז כרגע נישט מאמין אז תורה איז געווער אנקעגען רוצחים צמאי דם ישראל, וואלטן זיי אפשר ווייניגער בעלבאטעוועט אויף די פח (פעך) קטן של שמן (שריפה), די בני ישיבה, וואס זענען נהנה, בעקיפין פארשטייט זיך, פון די אלגעמיינע מיליטערלייט וואס שטעלן איין זייער לעבן מידי יום ביומו, כחיילי בית דוד בשעתו.
Under influence
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

מאן דאמר און געפילטע פיש, די פרומע - און אויך א צאל פרייע - אנאליסטן טענה'ן אז די נקודה דא איז נישט געלט נעמען אדערמיליטער דינסט, די הויפט זאך וואס באזארגט די פרייע איז די קולטור קאמף, דער פאקט אז די חרדים מערן זיך בלי עין הרע און שטעלן פאר א ערנסטע פראבלעם פארן צביון המדינה בעתיד. ממילא - טענה'ן זיי - אז דער עיקר ציל איז די השתלבות בחיי החברה, ארויסנעמען דעם געווענליכן חרדי פון זיין געטא. און זיי נוצן אלע מעגליכע מיטלען צו זייער דיספאזיציע. ליב"ה לימודים און צה"ל פון איין זייט, און דער היסטארישער דורכברוך מיטן ערלויבן אינגעלייט פון 22 יאר גיין ארבעטן פון די אנדערע זייט, צילט צו דעם זעלבן ריכטונג.

מילא, קומט דער שרייבער מיט א טענה, אז זייער מהלך איז קאנטערפראדוקטיוו, עס רוקט אריין די חרדים טיפער אין געטא, אין איזאלאציע פונעם אלגעמיינעם באפעלקערונג.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

כ'הער.
לויט די קאמענסט דארט זעט נישט אויס אז ס'זאל איינעם אנגיין צו סאך.
ריינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך ריינער »

כ'האב פונקט געזעהן אין ביהמד"ר אז "נטרונא" ברענט אראפ די ארטיקל אויף איינע פון זייערע פלאקאטן.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווען אימער די פרימע ציונים כאפן שלעק פון די פרייע, שרייען סיי אז דער הייליגער סאטמאר רב זי''ע, איז געווען גערעכט,
אבער ווען עס גייט זיי גוט, ווען זיי באקימען זייער כבוד, און גרויסע געלט ראציאנען פון די מדינה קאסע, פאר זייער נישט עקזעסטירענדע מוסדות, און אונצעטוציעס, דעמאלס זאגן זיי נישט אז סאטמאר רב איז געווען גערעכט,

אלעס דרייט זיך ארום כבוד און געלט, אידאלאגיע, דעת תורה, איז נישט מאסגעבנד ביי די חסידישע ציונים,

מנחם בעגין שר''י האט דאס גוט פארשטאנען, ער האט אנגעהויבן גיסן מיליאנען פאר די פרימע, און עס איז געווען ארדענונג,

דאס לייצנות אז דאס זיצען און די קאליציע, ראטעוועט יודישקייט און ארץ ישראל, האט שוין עקספייערט, יעדער ווייסט שוין היינט אז דאס זיצן און כנסת המינים, האט נאר דריי צילן: געלט, נאכאמאל געלט, און ווידעראמאל געלט!!!!!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

געלט, נאכאמאל געלט, און ווידעראמאל געלט
Rebbes yortzeit means an appeal, his thansksgiving another appeal. Also who bills the kehila yearly for his services
פארשפארט