כצאן לטבח? דעם נייעם דור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

כצאן לטבח? דעם נייעם דור

שליחה דורך לומד »

איך קוק זיך ארום אזוי, אויף דעם דור יתום וואס האלט ביי גארנישט (חוץ פון די פאר יודען וואס האלטן נאך יא ביי עפעס, לקיים מה שנאמר עמד ושתלן בכל דור) מען דרייט זיך ארום ווי פערדן נעבעך, מען הייבט נישט אהן צו וויסען פון חובת האדם בעולמו, בעסער געזאגט מען וויל נישט וויסן, עבדא בהפקירא ניחא ליה, מען פראבירט צו דערשטיקן יעדן דבר אמת, לערנען לערענט מען נישט, נאר אביסעל לקיים אני ואפסי, מען דאווענט אויך נישט, נאך אפטיהן כמעט כל עבירות שבתורה טוט ער א טובה און קלאפט זיך סלח לנו, ווייטער מיט דעם לנו פשוט מפני היראה, חסידות מאן דכר שמיה, ביי א טייל איז עס חכמה יונית ודו"ק, און ביי א טייל איז עס מען פרעגט נישט קיין קשיות, און ביי אנדערע איז עס הערינג מיט גאלע אדער גאר קוגעל, און ביי אפאר הנקרא פיינע יודען איז סוף כל סוף די א' ב' פון מוסר ראשית. חכמה של"ה וכו' גארנישט מייט קיין חסידות אהן געשטויסען, נישטא מיט וועם צי רעדען קיין גלייכען ווארט. וואס וועט זיין מיט אונזער קינדער? איז דא א וועג ארויס? וואס קען טוהן בדרך השתדלות לקיים כי לא תשכח מפי זרעו?
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

זייט ל״ג בעומר עפענט זיך יעדן טאג צוויי אזעלכע סארט אשכולות, וואס גייט דא פאר? אזא רוח טהרה האט אונז ר׳ שמען אריינגעשיקט?!
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
לומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך לומד »

בדחן האט געשריבן:זייט ל״ג בעומר עפענט זיך יעדן טאג צוויי אזעלכע סארט אשכולות, וואס גייט דא פאר? אזא רוח טהרה האט אונז ר׳ שמען אריינגעשיקט?!

ר' שמעון אומר חס ושלום שתשתכח תורה מישראל
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

דא, און דא האט מען די וואך זייער שטארק ארומגערעדט איבער די נושא.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
לומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך לומד »

בדחן האט געשריבן:דא, און דא האט מען די וואך זייער שטארק ארומגערעדט איבער די נושא.

וואס האבען די קארפען קעפ באשלאסען?
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

בעפאר איך קען דיר איבער געבן זייער געהיימע באשלוס מוז איך קודם מברר זיין, וואס פאר א סארט קאפ האסטו?

דאס איז סודות וואס נאר די וואס האבן צוויי אויגן אין די פראנט פינעם קאפ קען עס ליינען און - מעגליך - פארשטיין.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
לומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך לומד »

צו דעם איז נישט געניג די עיני בשר ודגים עס פעלט זיך בעיקר אויס עיני השכל ממילא מצד מידת ענוה קען איך נישט מפרסם זיין ברבים ואתכם הסליחה
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די נייע דור איז ווי ירידה לצורך עליה. ווי א קערל וואס דארף קודם שימלען כדי צי געבן גוטע פירות.
מיט זיי ווערט פארשימלט די פארדארבענע אידשקייט וואס זייער טאטעס האבן פראבירט איינציפליינצען. האפענטליך וועט די נעקסטכ דור ארויסגעבן פרישע משפעים וואס זענין נישט אנגעשטעקט מיט ליגענטס. אזוי וועט בעז''ה זיין ריכטיגע אידשקייט פאר אונזדערע אייניקלעך.
לומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך לומד »

אבער. די פראבלעם איז אז די עיני העדה זענען די ערב רב סתם להכעיס אין זיי פלאנען עוקר מהשורש צי זיין דעם גאנצען כרם בית אבא עס וועט נישט זיין ווי צפלאנצען די פארפאלטע קערלעך
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

נו, איז דאך די עצה פשוט, ווער די דער ראש הדור, דער עיני העדה, און היות די האלסט דאך יא ביי עפעס, וועסטו מיט'ן הילף פין השי"ת קענען צוריק אויפשטעלען כלל ישראל לשם ולתפארת.

לאמיתית הענין, ביסטו פין די פירות פין די היינטיגע חינוך, אז אמאהל איז אלעס גוט געוועהן, און "היינט" האלט מען ביי גארנישט וכו', און ממילא דארף מען נישט פאלגען וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

לומד האט געשריבן:איך קוק זיך ארום אזוי, אויף דעם דור יתום וואס האלט ביי גארנישט (חוץ פון די פאר יודען וואס האלטן נאך יא ביי עפעס, לקיים מה שנאמר עמד ושתלן בכל דור) מען דרייט זיך ארום ווי פערדן נעבעך, מען הייבט נישט אהן צו וויסען פון חובת האדם בעולמו, בעסער געזאגט מען וויל נישט וויסן, עבדא בהפקירא ניחא ליה, מען פראבירט צו דערשטיקן יעדן דבר אמת, לערנען לערענט מען נישט, נאר אביסעל לקיים אני ואפסי, מען דאווענט אויך נישט, נאך אפטיהן כמעט כל עבירות שבתורה טוט ער א טובה און קלאפט זיך סלח לנו, ווייטער מיט דעם לנו פשוט מפני היראה, חסידות מאן דכר שמיה, ביי א טייל איז עס חכמה יונית ודו"ק, און ביי א טייל איז עס מען פרעגט נישט קיין קשיות, און ביי אנדערע איז עס הערינג מיט גאלע אדער גאר קוגעל, און ביי אפאר הנקרא פיינע יודען איז סוף כל סוף די א' ב' פון מוסר ראשית. חכמה של"ה וכו' גארנישט מייט קיין חסידות אהן געשטויסען, נישטא מיט וועם צי רעדען קיין גלייכען ווארט. וואס וועט זיין מיט אונזער קינדער? איז דא א וועג ארויס? וואס קען טוהן בדרך השתדלות לקיים כי לא תשכח מפי זרעו?

אינטערסאנט אז איך זע יא הינדערטער אינגעלייט א ברכה צי מאכן מתמידים ועובדי השם, אפילו די ארבייטער זע איך טאג טעליך נאך א טאג שווערע ארבייט שלעפן און ביהמ"ד לערנען תמידים כסדרן.
און אפילו די שוואכערע וואס כלשונך זענען עבדא בהפקירה האבן א חשק צי האבן קינדער בעסער ווי זיי און סעקרעפייען אסאך פון זייערע הפקירה נאר אז די קינדער זאלן שענער וואקסען.

נישט אז איך זאג אז דער דור היינט ברויך נישט קיין רחמים אבער דער באשעפער איז נאך נישט באנקראט.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

בעריש זאגסט גוט אז דער באשעפער איז נישט באנקראט און איך האב א ראיה דערצו, מדרך העולם איז ווען א געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן, נא אז דער אחד יחיד ומיוחד האלט נאך אפן דאס וועלטל דא איז א סימן עס איז נישט באנקראט.
לומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך לומד »

בן תמליון האט געשריבן:בעריש זאגסט גוט אז דער באשעפער איז נישט באנקראט און איך האב א ראיה דערצו, מדרך העולם איז ווען א געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן, נא אז דער איד יחיד ומיוחד האלט נאך אפן דאס וועלטל דא איז א סימן עס איז נישט באנקראט.

דאס איז בכלל נישט קיין ראיה לעולם איז "מפטירין כדאתמול" איי באנקראט? אויף דעם איז דאך דער צדיק, ראה הקב"ה שהם מועטים עמד ושתלן בכל דור ודור כמ"ש וצדיק "יסוד"עולם
און פארוואס כאפט איר אזוי קעלבענע התפעלות, וויפיל פון די מענטשען ווייסען בכלל וואס זיי טיהען?, דער לערנט ווייל פארואס נישט און דער גייט און כולל ווייל אן ארבייט האט ער נאך נישט געטראפען אדער עס פאסט איהם נישט מפני כבוד עצמו אדער כבוד משפחה, און דער בעה"ב ווייל אזוי האט כ"ק אדמו"ר שליט"א געהייסען, און אויב האט ער נאך א גיטען זכרון געדענקט ער נאך פון חדר אז דער רבי האט געזאגט אז ס'טאר נישט אדרוך גיין א טאג אהן תורה, אבער וואס האט די אלע זאכען מיט קבלת עול מיט אהבת ה', לימוד התורה וכל המצות דארף דאך זיין מתוך אהבה ויראה ולעבדו בכל לבבכם נו נו?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער חכימא דיהודא הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל האט אמאל געזאגט א גוט ווארט ווען ער האט געזען וואו דער נייער דור פון די קריג איבערלעבער וואקסט אויף:

יודישקייט וואקסט טאקע און אמעריקא, אפשר נאך גרעסער וואו פאר די קריג, אבער "נאר לארכה ולרחבה, אבער בעומק נישט" בעומק איז יודישקייט און יוראפ געווען מער.

ודפי''ח,
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

בן תמליון האט געשריבן:בעריש זאגסט גוט אז דער באשעפער איז נישט באנקראט און איך האב א ראיה דערצו, מדרך העולם איז ווען א געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן, נא אז דער אחד יחיד ומיוחד האלט נאך אפן דאס וועלטל דא איז א סימן עס איז נישט באנקראט.


Maybe we are in Chapter 11
You must be the change you want to see in the world
לומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך לומד »

נאך פיל ערגער איז דורינו האומלל פון די פריעדדיגע דורות כימי ש"ץ וימי השכלה וואס דעמאלס האט מען געזען לעיני כל בריש גלי אז זיי ווילען פארפירען כלל ישראל, האט מען זיי טאקע עוקר געווען בתכלית ס'איז נישט געבליבען קיין שריד ופליט, משא"כ כהיום די רבנים מיט די פארענטשעס די ראשי ישיבות מיט די" תערע" וואס זעט אויס א מחיה וואס קען זיין בעסער פון דעם? אויף וועם ליגט די אחריות אויב נישט אויף זיי אויב וועט דער אדמו"ר עפנען זיין פיסק און אויס שפייען די צימעס אדער פיצעי(ווענט זיך וועלכע שבת) און זאגען בהמות טראגט אפ פון דא גייץ ניצט אויס די צייט לערען דאווען איך וועל אייך געבען די התבונות מיט די מהלך דער צי, כמובן קען ער זיכען א צענטען,ממילא וויל ער נישט, תורה דארף מען דאך זאגען (מאן ימר?, "מען טאר נישט פרעגען") הייבט ער אהן מיט תורת לאקשען מיט דרשי פליאות אבי נישט רעדען צים דבר, אויב שטייט יא עפס א חכם אין וועג פארקויפט איהם דער רבי/ראש ישיבה/משפיע/מחנך/מנהל/מלמד /טאטע / ער זעלבסט, "אינטערנעט" מען דארף גיין טאנצען ביים כינס כלל ישראל, נישטא ווער זאל לאכען(וויינען)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

למוד, איך הער איך הער.
אבער על מה יצא הקצף now ?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
לומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך לומד »

אז ס'טוט וויי שרייט מען.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קאך_לעפל האט געשריבן:דער חכימא דיהודא הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל האט אמאל געזאגט א גוט ווארט ווען ער האט געזען וואו דער נייער דור פון די קריג איבערלעבער וואקסט אויף:

יודישקייט וואקסט טאקע און אמעריקא, אפשר נאך גרעסער וואו פאר די קריג, אבער "נאר לארכה ולרחבה, אבער בעומק נישט" בעומק איז יודישקייט און יוראפ געווען מער.

ודפי''ח,

וויפיל אידן אין יוראפ האבן גלערנט מהר"ל ר' צדוק און רמח"ל?
וויפיל האבן גהאט ידיעות אין רמב"ם און אין ספרי קבלה?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וויפיל אידן לעבן היינט מהר"ל, ר' צדוק, און רמח"ל?

איך זאג נישט אז נישט, אבער דאס איז די וועג צו מעסטען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

איך האב געזען אידן פין פארן קריג, איך בין אופיגעוואקסען באלד נאכן קריג איך האב שוין געזען 5 דורות, אין איך זע אין דעם יעצטיגען דור דאס שענסטע, אמת, דע אפפאל איז זייער נישט גיט, אבער דאס גיטע איז זייער שיין אין גיט, סיי אין יראת שמים אין סיי אין תורה ועבודה אין סיי אין התמדה, מ'דאווענט שענער מ'לערנט בעסער, מ'פארשטייט בעסער וואס מ'לערנט, איך קען זען ווי דע אלע שרייבערס דרייען זיך, ווי מ'דרייט זיך דאס זעט מען, איך בין געווען לעטצטענס אויף א קידוש שבת נאכן דאווענען, אין דארט איז "לומד" גערעכט, נישט צי גלייבן וואס דארט האט זיך געטאן ממש א ווערטץ הויז, אבער געדאוועט האב אין אין א אנדערן ביהמ"ד וואס עס זעט אויס ווי ביים כהן גדול ביי דע עבודה, י
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

סתם וויינען און קלאגן אז דער דור פאלט! אמאל איז בעסער געווען! הסתרת פנים!! (אדער פאאענים) איז דיפרעסיע/זעלבסט רחמנות/ self pity/ victimization .. אויב קענסטו ברענגען זאכליכע איידיעס צום טיש וויאזוי בעסער צומאכן! דאן קען איך פארשטיין דיין הספד.
סוף כל סוף האט טאקע יעדער א בחירה צו טון ווי ער וויל אבער דער אייבישטער פירט זיין וועלט ווי ס׳שמעקט אים און אז ס׳קוקט אויס אזוי מיינט דאס אז דאס איז יעצט דער תכלית אזוי האט ער געוואלט און אזוי האט געמוזט זיין און ס׳נישט קיין שום סתירה צום בחירה.
קענסט בעטן וידע כל פעול כי אתה פעלתו ביי דיר אין מחזור אבער אבי מספיד זיין כלל ישראל אן קיין תכלית ברענגט קיין שום נוצן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך גימפל »

elter-zeide האט געשריבן:איך האב געזען אידן פין פארן קריג, איך בין אופיגעוואקסען באלד נאכן קריג איך האב שוין געזען 5 דורות, אין איך זע אין דעם יעצטיגען דור דאס שענסטע, אמת, דע אפפאל איז זייער נישט גיט, אבער דאס גיטע איז זייער שיין אין גיט, סיי אין יראת שמים אין סיי אין תורה ועבודה אין סיי אין התמדה, מ'דאווענט שענער מ'לערנט בעסער, מ'פארשטייט בעסער וואס מ'לערנט, איך קען זען ווי דע אלע שרייבערס דרייען זיך, ווי מ'דרייט זיך דאס זעט מען, איך בין געווען לעטצטענס אויף א קידוש שבת נאכן דאווענען, אין דארט איז "לומד" גערעכט, נישט צי גלייבן וואס דארט האט זיך געטאן ממש א ווערטץ הויז, אבער געדאוועט האב אין אין א אנדערן ביהמ"ד וואס עס זעט אויס ווי ביים כהן גדול ביי דע עבודה, י


דאס איז טאקע די פארבלעים, די 'געפ' ווערט גרעסער מיט יעדען טאג וואס גייט פארביי, די בעסערע ווערן בעסער און די שוואכערע שוואכער אין די מיטל קלאס שרינקט כסדר און סגייט מער און די ריכטונג פון אראפ ווי אויף ארויף.
פארשפארט