ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?

שליחה דורך גלעזעלע »

ליינענדיג לעצטענס די ארטיקלען איבער די וועד הצניעות, ווי קיינע רבנים אריינגערעכנט הרב גליק פין התאחדות הרבנים וויל נישט נעמען די פאראנטווארטליכקייט אז די חברה זענען אונטערגעווארפן אונטער זייער הנהגה. נאר עס ווערט אהערגעשטעלט ווי עפעס אומבאקאנטע ניקים פירען דעם שטאט אונטערען פורהאנג, און די רבנים קענען זיי פשוט נישט קאנטרעלירען. שטעהלט זיך די פראגע אויף ווי ווייט איז דאס טאקע אמת, ווער דרייווט באמת דעם באס? ווער, און ווי אזוי ווערט מוחלט אויף א נייעם חומרא צו דאס איז געגאנגען צו ווייט און דאס קען מען נישט ארויפצווינגען אויפן עולם. ווערט דאס כאטש געטון דורך די רבנים וואס מיר האבען טייל פין זיי מער ווייניגער ערוויילט. אדער ווערן מיר געפירט דורך אפאר פרומאקעס מיט די אלע וועדים בכל שמותם וכינויים, וואס די רבנים האבן פין זיי פשוט מורא. אויב דאס איז די פאקט, דאן דארף נתברר ווערן וואס איז זייער כח וואס איז טאקע די פחד וואס די רבנים האבן פין זיי. און ווער/וויפיל זענען די רבנים וואס קימערן זיך מיט זיי, אפשר גאר האבן רוב נארמאלע רבנים נישט קיין מורא, נאר אזוי ווי די פרומע זענען זיך כסדר מאחד, זיי האבן אלעמאל צוועקן און מכשולות צו דילען מיט, האבען זיי א פלאטפורם. ווידער די מעסיגע רבנים זענען מער אינדעווידיאליסטיק עס איז נישט דא קיין התאחדות המקילים. הערט מען נאר די מיינונג פין די פאר רבנים וואס עס איז פאר די חברה געלונגען משום סיבה צו קאנטרעלירען.

דאס האט מיר דערמאנט צוריק אין די צייטן פונעם "שטערן שערוריה" ווען איך האב ווידער געזען דעם שוין אזוי באקאנטען פלאקאט אויסשטעהל , שוין ווידער אן איסור, געווענטליך רודפען זיי דעם ווייבער שוהל , אבער דאס מאל בין איך דער קרבן זיי ווילן עפעס פין מיר צונעמען. איך מאך שלום מיטען מצב, עס איז פארפאלן, די חברה האבן די רבנים אויף זייער זייט, עס איז שקיעת הכוכבים, די "שטערן" גייט אונטער.

ווי איך שפאציר אוועק גיב איך מיר א טראכט, פארוואס האב איך נארוואס מחליט געווען מיט א פשטות אז די חברה האבן די רבנים אויף זייער זייט. וויפיל רבנים האבן דען אונטערגעשריבען די קול קורא, בסך הכל 16 רבנים, און בלויז 12 פין זיי זענען רבנים אין דעם שטאט. זעה בייגעלייגט קאפי:
בילד
אז מען וויל וויסען וואסארע פערצענט דאס איז פין די אלע רבנים וואס טוען פיגורירען און דעם איינעם שטאט? נייתא ספר ונחזי: דאס איז נאך געווען אין די צייטן ווען די Business Directory איז געווען אן אויסגעהאלטענעם ספר. האט מען נאכגעקןקט און שאקירט געווארן אז די שטאט האט קע''ה 132 רבנים, און נאך 57 דיינים וואס זענען נישט קיין רבנים, דער סך הכל 189. זעהט דעם בייגעלייגטען קאפי.
בילד

אויב מיר ווילן פאלגן די מערהייט רבנים שטעלט זיך די פראגע: מיר ווייסען שוין וואס די 12 רבנים החותמים האלטן איבער דעם ענין, אבער וואס איז די אמתע פאזיציע פין די איבעריגע 177 רבנים איבערן חומר הענין פונעם שטערן. און פארוואס האבן זיי נישט אונטערגעשריבן. און די זעלבע פראגע שטעהלט זיך אויף אלע אנדערע איסורים וחרמים וואס זיי ווילן ארויפצווינגען. עס בלייבט צו קלערען צוויי ברירות.

אפציע א)
בדרך כלל זענען אלע/רוב רבנים איינשטומיג מיטן קול קורא, און די אוסרים וואלטן געקענט באקומען חתימות לרחצה. מען האט אבער געברויכט איבערלאזען פלאץ אויפן צעטיל צו קענען שרייבן די תוכן האיסור קען מען עס נישט אנפירקלען מיט די אלע חתימות. מען קלייבט אויס אפאר וויכטיגע רבנים מיט א שטארקן איינפלוס, וואס א ברייטן ציבור ווארפט זיך אונטער, ועל הכלל כולו יצא.

אבער פונעם ליסטע אויף דעם קול קורא איז קלאר אז דאס איז נישט געווען די מצב. ווייניגסטענס 4 פין די חותמים, פירן א קליינטשיגען שבת שוהלעכל, וואס האט נאך די גראבע וואנט זייגערס וואס די סעקונדע הענטעלע מאכט א גרודער ביי שלשודעס תורה. און מען באקומט נאך שפענדעלעך פין די ברוינע געפעינטע טישן מיט די אריינגעגסענע געפילטע פיש גערוך. עס איז שווער צו גלייבען אז פונקט די האט מען אויסגעוועהלט פונעם ברייטען ראסטער. עס קוקט ענדערש אויס אז עס איז דא געווען א מאנגל פין חתימות. און פאר א נויט האט מען אימפארטירט איינס פין מאנטריאל.

אפציע ב)
די מערהייט פין די איבעריגע 177 האבן/וואלטן נישט מסכים געווען צו אונטערשרייבן, טייל ווייל זיי האלטען אז די אויסגאבע איז בדווקא א גוטע זאך. טייל האבן נישט קיין מיינונג. און טייל האלטן אפשר אז א רב ברויך נישט ווערן א מורה דרך צו דוקטאטירען דעם עולם אויף א יעדע דעטאל אין לעבן.

אויב דאס פאסירט ביי די פילע קול קורא'ס, דאן ברויך מען טוישן די פראספעקטיוו און אנקוקען א יעדען קול קורא אלס א "שטילע היתור"פין די silent majority די 170 רבנים .

עס קוקט אויס אז די פאך פין קלייבן חתימות האט פילע אייגנארטיגקייטן צו נדבות קלייבן. אין פלאץ פין אן עשירים ליסטע וואס די קלייבערס גייען קודם צו די עשירים וואס "האבן" און טיילען ברייט, אנשטאט צו גיין זיך אויסטענהען מיט עפעס א קארגען עושר, עקזעסטירט א שטילע רבנים ליסטע. עס זענען דא די רבנים וואס "האבן" (א שטיקעל ווארט ביים עולם) אבער זיי טיילן נישט גרונג. זיי ווילען פארשטיין די צוועק, זיך נאכפרעגן דעטאלען, מבריר זיין צו מען קען די זעלבע אויפטון אן קיינע פרישע חרמות, אין פאר א נויט קען איהם נאך איינפאלען א ווילדע המצאה אריבערופן די צד שכנגד אויסהערען זיינע פארשלאגען. דאן זענען דא אנדערע רבנים וואס "האבן" אפשר ווייניגער, אבער זיי טיילן ברייט. אז עס קומט אריין צוויי אידען מיט לאנגע צושויבערטע בערד און זיי שטעלן פאר א נייע פרצה, טיילט מען בסבר פנים יפות אן קיין פראגעס . מען בעט נאר צו עס וואלט געווען שייך צו שטעלן זיין חתומה צווישען די דריי חשובע רבנים אויבן, נישט ווערן צוזאמגעקוועטשט אונטען מיט נאך עפעס קטלא קניאס. דאן קענען זיי שוין גיין צום נעקסטען פישל וואס מען ברויך בלויז משכנע זיין מיטן זאגן: איר ווייסט דאך אז רעב א.ב.ג האט שוין אונטעגעשריבען איז וואס קוויינקעלט איר, זייט מוחל לייגט אייערע זיסע שאלות און ספיקות אין א ראבער בענד און שרייבט אונטער. היינט צוטאגס ווייסן די קלייבערס פונקט צו וועם יא/נישט צו גיין, און די איסורים ווערן אונטעגעשריבן נאר דורך די גרינגע פישלעך, די וואס זענען כל הפושט לאנגע בארד נותנים לו.

נאך אן אויסטערלישע ערשיינוג מצד הרבנים החותמים. עס איז א פלא ווי די עטליכע זעלביגע רבנים זענען אזעלכע מושלמים אין אלע נושאים בלי עין הרע. זע קענען זיך גאר גוט אויס און אלע עניני אורך חיים סיי פונעם הלכהדיג שטאנדפונקט און סיי און פראקטיק. פארשטייט זיך אז עניני עבן העזר סימן כא וכו. איז זייער עקספערטיז, אזוי אויך זענען זיי מומחים וואס מענער פארחשקען זיך אויף פרעמדע פרויען, און אז מען זוכט א בקי בתורת הקבלה צו אויסראטען דעם געוואלדיגען מכשול פון באקסיגע קמץ'לך, זענען זיי דא. אז עס פעהלט אויס אן עיכול וכדו. זענען זיי אינדערהיים און חושן משפט, פאר א חוות דעת בעניני חינוך, וועלכע צייטונגען זענען געאייגנט פאר קינדער, אלס פרעגט מען די זעלבע Jack of all trades, masters of none .

דאס וואס איז געווע בימי חז"ל א גייענדיגע ארטיקעל אז מען האט געזאגט צו א תנא, עקיבא, מה לך אצל הגדה? כלך מדברותיך אצל נגעים ואהלות! אדער אז מען האט געוואלט זיין אן עקספערט אין הלכות בכורות האט מען געמעגט זיין גרויס ווי רב אבער ערשט שמונה עשר חדש גדלתי אצל רועי בקר לידע איזה הוא מום עובר ואיזה מום קבוע! מען האט זיך געדארפט דרייען און שטאל צו קענען די פראקטיק. דאס איז היינט א פארגאנגענהייט. מען וואלט היינט געזאגט: די רועי בקר, זיי זענען דאך א דעת בעלי בתים זיי האבן נישט אריינצורעדן. עס איז געווארן א חוצפה צו שטעלן ריאליסטישע לימיטס אויף דעם גרויסן היינטיגן רב זאל לעבן, ער זאל איינזעהן אז ער קען טאקע פיין לערנען, אבער בעניני חינוך פארשטייט ער ניטאמאל צו זיינע אייגענע קינדער.

איך קען נישט רוב פין די כבוד הרבנים פערזענליך, איז מיר שווער דן צו זיין צו זיי האבן לויזע פעדערס, אדער זיי זענען טאקע בקיאים און די אלע הינזיכטען. מיר איז נאר געלונגען צו קענען איין פון די חותמים פון דער נאנט. זיין ידיעת התורה האט ער זיך ביי מיר נישט געלאזט פארהערן, אבער אויף אויף זיין עקספערטיז אויף למעשה דאס זענעו עדות זיינע פילע דורכפעלער. ער האט שוין פראבירט צו עפענען מוסדות און ארגענעזאציעס, און וואס נאר ער נעמט אין די האנט אריין פאלט אים ארויס, מיטען איינעם אויסנאם דאס חתימה פעדערל. עס איז מיר לעצטענס בייגעפאלען אים אנצוטראגן אז אזוי ווי ער האט א געוואלדיגע חוש צו חתימות אפשר וואלט געווען ראטזאם אז ער זאל אפלייען צו ווערן א נאטערי פאבליק וועט ער קענען דערפון מאכן א פרנסה קלה ונקויה.

עס בלייבט פאר וויכטיג צו קלערן אז אויב זענען טאקע דא די פילע נארמאלע רבנים וואס מען הערט נישט זייער מינונג, צו איז שייך אז מיר אויפן וועב זאלן אויף אן אופן מאחד זיין די רבנים המקילים, און זיי געבען א פלאטפורם. אז ווי נאר עס קומט ארויס א נייע פרצה זאל ווערן מבואר אז על פי הלכה איז די פרצה אליין נאך א חומרא שבחומרא, און עס איז נישט קיין שום פראבלעם. און אז די פרומע האלטן אנדערש זאל דאס צווינגען א דייעלאג. נישט אז די פרומע זאלן שרייען און ברייטן חלל אריין און בלויז הערען דאס ווידערקול וואס איז מסכים צו זיי. עס וואלט געווען געשמאק ווען די רבנים וואלטן געקענט זיין אפיציעל מיט נעמען, א שטייגער ווי הרב יאיר האפמאן אויף "וואס איז נייעס" נאר מיטן היימישן קלאנג, און אדרעסירן היימישע קרעמפען. אבער אויב האבן די רבנים אן אישו מיט איידענטעטי דאן לאמיר קלערן פין אן אלטערנאטיוו.

דער אשכול פארמאגט 165 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר