היכי תמצא'ס און רידלס פון תורה'דיגע נושאים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איחוד פעלד האט געשריבן:אה דאס געדענק איך פין גירסא דינקותא. די רעדסט מן הסתם פין א בן נח? די ריאה. ווייל די שחיטה איז עס נישט מתיר פאר א בן נח, די מיתה איז עס מתיר, און היות מען האט געשחטען די קנה האט זיך די ריאה אנגעטיילט פין די בהמה הייסט עס אבר מן החי.


ניין. איך רעד פון א ישראל.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

תולעים שבבשר, מורנא דבישרא (רמב"ם מאכלות אסורות פ"ב הי"ז, עיין אבני נזר או"ח סימן תפ"ג אות ד)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די דין איז ביי עדים זוממים, כאשר זמם ולא כאשר עשה, אם הרגו אין נהרגים. איך זאג ענק אז אלע עדים זוממים וואס האבן גורם געווען מיתה זענען נהרגים, קען איינער זאגן פארוואס און ווער איז דער מחדש פון די שיטה?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ודי למבין האט געשריבן:תולעים שבבשר, מורנא דבישרא (רמב"ם מאכלות אסורות פ"ב הי"ז, עיין אבני נזר או"ח סימן תפ"ג אות ד)


יא געוואלדיג. די גמרא איז אין לעצטן בלאט פון אלו טריפות.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איחוד פעלד האט געשריבן:וועלכע הלכות טוהן מיר וואס דער ב"י ברענגט פין זוהר?


דער בית יוסף אין סימן קמ״א ברענגט א זוהר, די מערסטע אינטערעסאנט איז וואס ער שרייבט דארט צו נאכדעם, אז אויב דער זוהר איז חלוק אויף די פוסקים, ווילאנג אין תלמוד בבלי שטייט נישט פארקערט, נעמט מען אן ווי דער זוהר. אויף דעם קריגט דער רמ״א אין דרכי משה, ער זאגט אז מען נעמט נישט אן דעם זוהר אפילו קעגן פוסקים אויך נישט.

(דער רמ״א שרייבט דארט אויך בנוגע דעם ספעציפישן דין - וועגן מיטזאגן מיטן בעל קורא ביים עולה זיין - אז דעם בית יוסף׳ס פשט אין זוהר איז נישט מוכרח. אין פסקי תשובות ברענגט ער אראפ דעם רמ״א אבער לייגט צו אז די חסידי׳שע רביים האבן געטענה׳ט אז אין זוהר איז יא אזוי משמע ווי סער בית יוסף. ער לאזט אבער אינגאנצן אויס דעם חלק וואס דער דרכי משה שרייבט קלאר אז אפילו עס זאל יא אזוי זיין פשט אין זוהר נעמט מען אן להלכה ווי די פוסקים).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איחוד פעלד האט געשריבן:באונס.

אלע עבירות איז מען פטור באונס אפילו די שלש חמורות.


אין כן דעת הרמב״ם כמדומה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דעת תורה האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:וועלכע הלכות טוהן מיר וואס דער ב"י ברענגט פין זוהר?


דער בית יוסף אין סימן קמ״א ברענגט א זוהר, די מערסטע אינטערעסאנט איז וואס ער שרייבט דארט צו נאכדעם, אז אויב דער זוהר איז חלוק אויף די פוסקים, ווילאנג אין תלמוד בבלי שטייט נישט פארקערט, נעמט מען אן ווי דער זוהר. אויף דעם קריגט דער רמ״א אין דרכי משה, ער זאגט אז מען נעמט נישט אן דעם זוהר אפילו קעגן פוסקים אויך נישט.

(דער רמ״א שרייבט דארט אויך בנוגע דעם ספעציפישן דין - וועגן מיטזאגן מיטן בעל קורא ביים עולה זיין - אז דעם בית יוסף׳ס פשט אין זוהר איז נישט מוכרח. אין פסקי תשובות ברענגט ער אראפ דעם רמ״א אבער לייגט צו אז די חסידי׳שע רביים האבן געטענה׳ט אז אין זוהר איז יא אזוי משמע ווי סער בית יוסף. ער לאזט אבער אינגאנצן אויס דעם חלק וואס דער דרכי משה שרייבט קלאר אז אפילו עס זאל יא אזוי זיין פשט אין זוהר נעמט מען אן להלכה ווי די פוסקים).

נישט אזוי גייט די חסדישע ווארט? אז ווען ס'דא א מחלוקת נגלה און נסתר, פסקנט מען ע"פ הלכה ווי נגלה, אבער ע"פ קבלה פסקנט מען ווי נסתר.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קופערניקוס האט געשריבן:די דין איז ביי עדים זוממים, כאשר זמם ולא כאשר עשה, אם הרגו אין נהרגים. איך זאג ענק אז אלע עדים זוממים וואס האבן גורם געווען מיתה זענען נהרגים, קען איינער זאגן פארוואס און ווער איז דער מחדש פון די שיטה?


אין משיבין את הארי, אבער אפשר מיינסטו וואס מאנכע זאגן אז חאטש הרגו אין נהרגין באותה מיתה זענען זיי אבער רוצחים און יד העדים תהיה בם בראשונה להמיתם? איך זעה בשם מהר"י ששפורט און אנדערע לומדישע נעמען.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

מענין לענין באותו ענין, וואו ווערט דערמאנט אין תנ"ך "אכזר"?
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

ראש פתנים אכזר, פר' האזינו
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן תמליון ביסט א גאון!
דאס האב איך טאקע געמיינט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קופערניקוס האט געשריבן:בן תמליון ביסט א גאון!
דאס האב איך טאקע געמיינט


ניין בכלל נישט. פערצופאל דאס באמערקט נעכטן ערגעץ אין א ספר.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

א גאון מיט א עניו צוזאמען wow
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ודי למבין האט געשריבן:ראש פתנים אכזר, פר' האזינו

נישט געוויסט אז אכזר איז א צוזאמשטעל פון די ווערטער "אך זר", אז דער אכזרי פילט זיך אפגעטיילט און האט נישט קיין געפילן פארן וויקטים.

אכזר שטייט אסאך מאל אין תנ"ך.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איינער האט געגעבן א גט פאר זיין ווייב וואס זאל חל זיין מעכשיו ועד שלשים יום. ער לייגט אבער צו א תנאי, אין די דרייסיק טעג טאר די פרוי נישט עסן קיין איסור, אויב זי עסט איז דער גט נישט חל. ויהי אין דעם צענטן טאג האט די פרוי געמאכט א נדר זי וועט נישט עסן קיין פיש. איז געקומען דער מאן און מפיר געווען דעם נדר בו ביום און די פרוי האט צומארגנס געגעסן פיש. קומט דער דרייסיקסטער טאג איז די גט חל אדער נישט?

ביטע ענטפערט א קלארן יא אדער ניין און זייט מסביר אייער שטעלונג. (איך בין נישט דער מחדש פון די חקירה).
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

האט זי למעשה גע'געסען דעם גע'אסר'טן מאכל ?
Under influence
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

@תמליון לכאורה יא ווייל ער האט דאך מפיר געווען
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זר, כנראה בין איך נישט געווען קלאר.
האט זי גע'געסען די פיש?

די תשובה אויף די שאלה גייט בערך אזוי, ממ"נ, אויב די גט איז חל מעיקרא, האט ער דאך נישט גע'קענט מפיר זיין, האט זי דאך גע'געסן אן איסור, איז די גט נישט חל. - און אז די גט איז נישט חל, איז דאך די הפרה געווען פרוכטבארדיג, האט זי דאך נישט גע'געסן קיין איסור, איז דאך דער גט יא חל.... אזוי חוזר חס וחלילה ביז דער אייבישטער וועט העלפן...

אבער די סומאטוכע קען זיין אנדערשט אויב זי האט למעשה נישט גע'עסן די פיש. על כן נפשי בשאלתי: האט זי למעשה גע'עסן דאס וואס זי האט אויף זעך גע'אסר'ט?
Under influence
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יא איך שרייב זי האט געגעסן די פיש.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נישט באמערקט. איך האב געזוכט "געגעסן פיש" נאך פאר די הפרה. אבער, ביסט גערעכט, ס'איז נישט קיין חילוק.
Under influence
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

א גוטע שאלה, מיין סברה וואלט געזאגט אז למעשה מעג זי עסן די פיש און די גט איז חל,

ווייל איך גלייב אז להלכה ווען איינער געבט א אזא סארט גט אבער אן קיין שום תנאים, איז אין די 30 איז זי נאך נישט מותר לשוק זי איז א געהעריגע אשת איש אויב זי האט חתונה זענען די קינדער ממזרים, אפי' די גט גייט חל זיין למפרע, קען זיין איך בין נישט גערעכט, אבער בכל אופן איז עס תלוי אין די זעלבע שאלה,
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איך מיין אז ווען א גט איז חל למפרע איז דא למעשה א חלות צוריקוועגס און די קינדער זענען נישט קיין ממזירים. זי איז א אשת איש יעצט און טאר נישט חתונה האבן יעצט איז זי א אשת איש און למפרע נישט. איך בין נישט זיכער אזוי איז מסתבר. אפשר ווייסט איינער מער? ברענגסט ארויס א נייע דריי רב גאלד.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מ׳קען חוקר זיין אז מעכשיו מיינט אז לאחר שלושים זאל חל זיין די גט מעכשיו פון שלושים און ווייטער דהיינו כאילו די זמן צווישען די נתינה און די סוף שלשים איז ווי נישט דא! מרעכנט דאס נישט און סאיז כאילו די דרייסיגסטער טאג איז אנגעקומען גלייך ביים נתינות הגט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט