עטליכע ליעב ציטערנישן האבן אויפגעטרייסעלט אין עטליכע ריזיגע שטעט ארום די וועלט. קיינע ערענסטע פארוואונדעטע באריכטעט. מעיארן פון ריזיגע סיטיס נעמען נישט קיינע טשאנסן, ליעב ענעריגע טאוערס ווערן ארויפגעצויגן אין אלע צענטערן געריכטעט צו ברוקלין.
-----------
א ריזיגער ליעב ציטערנישט האט זיך מערסט געשפירט אין ליסבאן פארטוגאל ווען שטיינפעלד האט אפגעגעבן זיין 17'טער ''לייק'' אין זיין קאווע שטיבעל היסטאריע. לייקאלאדזשיסטן ארום די וועלט זענען דאמבפאונדעד און פארשטעקן זיך אין די היילן.
"וויאזוי האט דאס קיינער נישט געקענט פארזאגן?" שרייט א פארבלוטיגטער וויקטים אין האספיטאל קרוז אין ליסבאן, וואו זענען די געלערענטע ווען מ'דארף זיי?!"
אין א טעלעפאן אינטערוויו זאגט א שטודירער פון ''לייק'ס'' פאר 25 יאר אין די קאלעדזש אוו בערקלי, אז דאס וואלט'ן די גרעסטע לייקאלאדזדשיסטן נישט געקענט פארזאגן. ס'געקומען אזוי פלוצלינג אן קיין שום אינדיקעשאנס. ער זאגט אויך אז די ענעריגע וואס דער לייק האט ארויסגעגעבן וואלט געקענט טון גאר אסאך דעמעדזש, ער קרעדיטירט די טאוער אין מעריב פראנקרייך פאר'ן עטוואס אריינכאפן די ענעריגע בעפאר ס'האט געלאנדעט אין ליסבאן.
יואל זעליגמאן פון די יוניווערסעטי אוו ראטשעסטער וואס שטודירט כאראקטערס פון ניקים/יוזער נעימס מיט זייערע ''לייקן'' טענדענסיס זאגט: ''דער ניק 'משולם שטיינפעלד' זאגט מיר פאר "קיינע לייקס", איך וואלט געזאגט גאנץ דייטליך - פירט ער אויס - אז די 16 לייקס ביז היינט, איז געווען פון א העקער וואס האט געהעקט זיין אקאונט!''
דער מעיאר פון ליסבאן לייגט אן די שולד אויפן מעיאר פון דייעזבורג דייטשלאנד, נאך די טראגעדיע אין יענעם שטאט פאר 2 יאר צוריק ביים ליבע פאראדע וואו 16 זענען געפאלן טויט האט דער מעיאר געריכטעט די ליבע ענעריגע טאערס ארויף צו צפון, נישט אויסהערענדיג די געשרייען פון די פראפעסארען אז יענער ריכטונג האט שוין גענוג באשוצינגען נאך זינט די אסלא אפמאך צווישן אראפט און ראבין ווען א ליעב-פעסט האט זיך דארט אראפגעלאזט.
סטעפען סאנדבערג פון סיאטעל יוניווערסעטי ווארענט אז מ'זאל נישט בויען גארנישט אויף זעליגמאנס ווערטער. אין אן אינטערוויו מיט קאווע שטיבעל זאגט ער: משולם שטיינפעל'ס לייק קען אנברענגען א שטיקעל דזשעלעסי צווישן קאווע שרייבערס. און בעיסט אוו די לאו אוו אטראקשאן וועלן אסאך ארויס האפן זייער שטארק צו באקומען זיין 18'טע לייק, די ענערגיע קען צוריקהאקן אין שטיינפעלדס מח און ס'קען ארויס פון קאנטראל און זיך נעמען שיסן מיט לייקס, און דאן זאל גאט באהיטן!
אין די חסידישע סוירקילס ווערט שטיינפעלד פארדאמט. "וויאזוי קען זיין איינער דרייט זיך דא איבער א יאר און ליינט און לאכט פון גוטע שרייבונגען און קיינמאל פיהלט ער פאר וויכטיג איבערצולאזן א לייק?, דאס מוז זיין עגאאיזם און פארדארבענע מידות!" שרייט נחמן שטראנגערהאפט אין מוירטל מקוה.
אבער ווי געזאגט איז דאס נישט די אסעסמענט פון אלע לייקאלעדזשיסטן, אסאך האלטן אז דאס איז בכח פון דערדרוקן די עמאציע כדי צו האלטן די לייקס אין א הויעכע ווערטקייט, אנדערע פראפעסארן געבן יא רעכט פאר שטראנגערהאפט. -- האלב מאדערנע נעמן אן ביידע צדדים, נעמליך שטיינפעלד'ס מידות האט אויך א ווארט דא.
אלנספאלס קוקט יעדער ארויס ווער ס'וועט באקומען די 18'טע לייק (כמנין ח"י) און צי ס'וועט בכלל פאסירן אין דעם מילעניום.
ליבציטערניש טרייסל; לייקאלאדזשיסטן שטום; קיין פארוואונדעטע
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ליבציטערניש טרייסל; לייקאלאדזשיסטן שטום; קיין פארוואונדעטע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט