קומט אי"ה נייע רעסעפי, אן קיין פיש און אן קיין קאטשעניו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

קומט אי"ה נייע רעסעפי, אן קיין פיש און אן קיין קאטשעניו

שליחה דורך קופערניקוס »

מיט גאט'ס הילף וויל איך דא ארויף לייגן א נייע רעסעפי וואס כ'האב אויסגעפינען צו מאכען מאכלים וואס פארמאגן נישט, נישט קיין פיש און נישט קיין קאטשניו, און צו דעם ביליג און זייער געזונט.

ווי באוואוסט די לעצטיגע סומאטאכעס, אז די וואס זארגן פאר די אמתע וואוילזיין פון די מענטשהייט זוכן אויפצוקומען מיט קאטשעניו אן פיש, ווייל די פיש געטובלט אין פלאורייד וואסער ברענגט די פיס און מויל קראנקהייט, טיפוס, חולי מעיים און סקיצאפרעניע.
ווידעראום קאטשעניו, איז זייער נישט אויסגעהאלטן, ווייל איר טאנצעדיגע כאראקטער ברענגט אריין א גרויס צעלאזטקייט ביי די יוגנט.
די שפאגל נייע מאכל וועט עלימינירן ביידע פראבלעמען. זי וועט זיין טאטאל ארגאניש, אנשטאט פלייש פון בוטשער, וואס איז שוין דורך אלע וויטאמינען וועט זי פארמאגן א לעבעדיג שטיקל קאניבאליש פלייש גראד פון אפריקע, און זי וועט זיין אזוי האל ווהיט אז מען וועט אריינלייגן בלויז די שטעקל פון אונטן פון די ווייץ, נישטאמאל די שאלעכץ, צוליב חשש ווייס מעל שנדבק צו די סובין.

קודם ווילעך זעהן צי דער עולם איז נייגעריג דערויף, און נאכדעם טאמער ס'וועט זיין א פאדערונג דערויף וועל איך זיך אי"ה נעמען די מיה און עס אראפ שרייבען דא.

------------------------------ ויאכלו ענבים וישבעו ----------------------------

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר