געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס? וואס איז מיר מוכיח אז מוח שליט עקזעסטירט און איז נישט א פראדוקט פון מיין פאנטאציע, מער ווי דעם בוים וואס מיין קאנשענסנעס ברענגט אריין אין עקזיסטענס?
אקקעמ'ס רעיזאראז דו זעהסט צוויי די זעלבע זאכן האסטו נישט קיין רעכט אויסצוטראכטען אז זיי זענען אנדערש. איינמאל דו ביסט מכריח עפעס אויף דיר, איז ווילאנג דו האסט נישט קיין הכרח, מיזטו אננעמען דאס זעלבע אויף א צווייטען וואס איז אייניק מיט דיר.
אבער בעיקר טענה איך צום סאלפיסיסט מיין ערשטע טענה. איך קען נישט אהנעמען וואס דו זאגסט ווייל "איך" בין מוכיח פונקט דאס פארקערטע פון דיר. "איך" ווייז אויף פאר מיר, אז לשיטתך איז עס נישט "אתה ואפסך" נאר עס איז "אני ואפסי". און דאס איז ממש א סתירה צו דאס וואס דו זאגסט.
אמת אז מיין ערשטע סטעפ אין הבנה איז ענליך צום סאלאפיסט. איך זאג אויך אז אלעס איז קאנשעסנעס. אבער איך נעם ארויס דעם "איך". נישט אז אלעס איז "מיין" קאנשעסנעס, נאר אז אלעס איז קאנשעסנעס. דער קליינע נקודה טוישט גאר אסאך. עס טוישט אויך וואס מען מיינט ווען מען זאגט אז אלעס איז קאנשעסנעס. דער סאליפיסט מיינט קאנשעסנעס פאר אן אמת. ער איז קאנשעס און דאס איז עס. איך אבער מיין נאר שולל צו זיין די אביעקטיווער אפגעטיילטקייט פון זאכן. די ווארט ווי עס ברענגט זיך ארויס דאס בעסטע איז קאנשעסנעס. אז אלעס איז א חלום, אלעס איז נאר א צורה פון קאנשעסנעס, נישט קיין אביעקטיווער מציאות פאר זיך, נישט קיין אמת'ע אפגעטיילטער עקסטערע זאך.
מיין שלילה איז אבער שולל אויך דעם "איך". די ווארט קאנשעסנעס ניץ איך כעין משל פון א וועלט פון פעלדער און וועלדער וואס באמת איז נישט אפגעטיילט בהחלט. דאס איז באמת וואס קאנשעסנעס איז.
וועסטו דאך אוודאי פרעגן לויט מיר, אבער "ווער" איז קאנשעס? וועל איך דיר ענטפערען אז ניצען די ווארט "איך" לייגט גארנישט צו. מיר זענען נאר אזוי צוגעוואוינט צו הגדרות אז מיר מיזען אריינווארפען אן 'איך' אינעם מיקס. חאטש דער איך העלפט גארנישט צו די הבנה עס שטיפט נאר דעם וואגן ווייטער. טראכט ביים ערשטען קאנשעסנעס, ווער/וואס איז דער איך? מיר דארפן פשוט אויפהערן מיינען אז עקזיסטענץ איז נאר די הגדרות פון זאכן. פונקט פארקערט, הגדרות זענען נאר ווי עס ענדיגט זיך. עס איז קיינמאל נישט די מציאות כשלעצמו. עס טייטשט אפ דעם אקט.
די פראבלעם מיט סאליפסיזם איז אז מען האלט פון אן "איך" אהן קיין הוכחה. איך זאג פארן' סאלאפיסט, אדרבא, זיי טאקע שולל אלעס וואס איז נישט מוכרח. ובכן זיי טאקע שולל די יתד בל תמוט פון "איך". "איך" איז א מענטעל קאסטראקט וואס האט נישט קיין האפט.
מען האט נישט קיין רעכט צו זאגן פוינט נומער צוויי, ווען מיט דעם ערשטען פוינט וואס דו זאגסט סייווי, איז אלעס מוסבר [דאס איז בעצם אסאך שטערקער ווי אקקעמ'ס רעיזאר, ואכ"מ]. דו דארפסט סייווי מסכים זיין צו א דערהער פון קאנשעסנעס. ווען מיר זאגען קאנשעסנעס, מיינער מיר ארויסצוברענגן אז מיר רעדען פון זאכן וואס זענען נישט אביעקטיו אפגעטיילט איינער פון אנדערען מיט א פעסטקייט. אז עס איז אלעס א חלק פון די אקט וואס קאנשעסנעס האט זיך יעצט אויסגעשטעלט. [אפי' דער וואס האלט אז עס איז דא אביעקטיוע אפגעטיילטע מציאות איז דאך מודה אז עס איז דא אזא זאך ווי ריין קאנשעסנעס, למשל א חלום. און דעמאלט רעדט מען פון מציאות'ן וואס איז בעצם אלעס א חלק פון דעם איינעם קאנשעסנעס. דאס איז דאך די הגדרה פון קאנשעסנעס]. קאנשעסנעס איז די ווארט וואס מען ניצט ווען מען וויל זאגן אז עס איז דא א מאחד, אז באמת זענען די אלע וועלדער און פעלדער נישט קיין ווילד פרעמדע זאכן וואס לא קרוב זה אל זה, נאר זיי זענען באמת אלע א חלק פון לעיקוואד'ס חלום, דהיינו א חלק פון דעם איין ענטיטי וואס מיר רופן לעיקוואד. דאס איז אלעס וואס מיר זאגן מיט די ווארט קאנשעסנעס.
נמצא אז מיר אקצעפטירן אז מען קען זיין גרעסער און מער ווי דאס וואס מען ברענגט ארויס כרגע, מער ווי וואס מען אקט יעצט אויס, אז די געוויסע אקט, די געוויסע פארום פון א קאנשעסנעס פון אהבה עזה לדוגמא, איז נישט די גאנצע אמת פון די זאך.
איינמאל דו אקצעפטירסט דאס, שטימט שוין די בריאה כולה. איך, דו, הוגה, ונבנתה, זענען אלעס אקטן פון קאנשעסנעס. אקטן פון דעם קאנשעסנעס פלעי. אן אקט מיינט אז דאס איז לאו דוקא דער גאנצער זאך, עס איז קען זיין אז עס איז נאר א חלק פון עס.
[אגב - דאס מיינט בכלל נישט צו זאגן אז אונזער עקזיסטענץ איז עפעס נישט אזוי אמתדיג. איך זאג נאר אז די אפגעטיילטקייט איז נישט אזוי אמתדיג. דאס אז איך אקט אויס היינט א קעניג און מארגען אן עבד, היינט א קינד און מארגן אן ערוואקסענער, מיינט אז די אפגעטיילטקייט פון קינד ביז ערוואקסענער איז נישט אזוי עכט. עס איז אז די אקטן זענען נישט די עצם. אבער די שורש פון ביידען איז שוין גאר עכט. יעדער אקט האט אן אקטיאר. אלע אקטן זענען באמת באמת לעיקוואד. ווען איך בין גערעגט איז עס מיך און ווען איך האב ליב איז עס מיך. די אקט איז נאר אן אקט, אבער דער אקטיאר איז דא אייביג.
דער אקטיאר איז קאנשעסנעס. דהיינו א מציאות וואס איז מאחד אלע אקטן. דהיינו די נאמען וואס מיר געבן פאר עקזיסטענץ דאן ווען מיר שאקלען זיך אפ פון זאגן אז עס איז דא אביעקטיווער אפגעטיילטע מציאות'ן. חאטש אוודאי אויב מיר ווארפען אוועק אביעקטיווער הגדרות קען מען נישט געבן א נאמען דערפאר. מיט'ן דעפינירען איר מאכסטו דאך יא א הגדרה מוחלטת. אין דע ענד איז אלעס נאר אוועקצונעמן די ידיעות פון הגדרות. צו זאגן וואס נישט, אבער נישט וואס יא. תכלית הידיעה שלא נדע. מען לעבט א לעבן פון עקזיסטענץ אהן קיין הגדרות. קען זיין אזא זאך? פשוט - אז דו לעבסט מיט אן אמת'ע נישט וויסענדהייט, ווייל דו ווייסט דאך באמת נישט, נו, ביסטו דאך דארט. דהיינו דו זעהסט נישט אין די אלע אקטן, אן עצם. בלייבסטו דאך מיט דעם אז עס איז אקטן ולא יותר. פשוט ווייל דו זעהסט נישט מוכרח אז עס איז מער ווי אן אקט.]
איז אויב דו אקצעפירסט א מין מציאות ווי קאנשעסנעס סייווי, איז פארוואס זאל מען צולייגן אז עס אויך דא א עכטער אביעקטיווער אפגעטיילטע מציאות וואס איז ממש לא נגע ולא פגע איינס צום צווייטן, און וואס איינס איז לגמרי נישט גורס דעם צווייטן? מיט די הבנה פון קאנשעסנעס אליין שטימט דאך תבל ומלואה. ווי האט מען אויב אזוי א רעכט מוסיף צו זיין און באשאפען נייע זאכן, ווען אהן דעם שטימט דאך די וועלט?
באמת איז די טענה נישט נאר א טענה פון מהיכי תיתי. די טענה איז אסאך מער. דו שטעלסט אוועק א מציאות ווי יעדע זאך איז אביעקטיו און אפגעטיילט. און מצד איר מציאות אנערקענט דאס גארנישט נישט חוץ פון איר עקזיסטענץ. שטעלסטו דאך אוועק א וועלט פול מיט סותרים אהדדי. דעמאלט האב איך אויף דיר די זעלבע טענה ווי אויף דעם סאלאפיסט. יעדע מציאות שרייט אני ואפסי, יעדע מציאות איז סותר אז א צווייטע זאך עקזיסטירט בכלל. אויב איז א טיש באמת א זאך פאר זיך איז דאך אין דעם וועלט פון "טיש" נישטא אזא זאך ווי חוץ טיש. און "באנק" ווייטער, שרייט די זעלבע. דאס איז א מהלך וואס שטימט נישט מיט זיך אליין. וכן נמי איז אין די וועלט פון מוח שליט נישט שייך בכלל עפעס אינדערויסען פון זיין וועלט. דהיינו אויב איז מיין אביעקטיווער מציאות מיין אייגענע מוגדר'דיגע איך, דעמאלט איז דאך פשוט נישט מעגליך אז איך זאל זיין עפעס אנדערש ווי וואס איך בין. דעמאלט איז דער סאלאפיסט ביטער גערעכט. ער שרייט אז מצד אים אין זיין הגדרה איז א סתירה מניה וביה צו זאגן אז ער קען עקספעריענסן עפעס אינדערויסען פון זיין הגדרה. עס איז ווי זאגען אז א טיש איז אויך א באנק. עס איז סותר די געזעץ פון
non-contradiction. נאר ווען מען פארשטייט אז דער איך, דער מוח שליט, איז אן אקט, דעמאלט קען בעומק זיין אז דער טיפער נקודה פון מוח שליט [דאס וואס איז טיפער פון דעם 'מוח-שליט' אקט], עקספירענסט עפעס אינדערויסען פון מוח שליט, ווייל בעצם איז די אינדערויסען עכט יא ער בעומק.
בקיצור איך ווייס נישט......