צייטליך אויף אייוועלט האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:צייטליך;דו האלטסט נישט אז די כינוס האט אויפגעטוהן? קום-אן (בלע"ז)
נע, איך גלייב נישט אז ס'לוינט אריינצוגיין אין א גאנצע טענה'ריי דערוועגן. פארוואס זאל אזא שיינער אשכול פארדרייט ווערן. אבער (וואס אבער? האסטו נישט יעצט געשריבן אז ס'לוינט נישט זיך צו טענה'ן? אקעי, לאשוין ענדיגן) דאס וואס מ'האט אזויפיל געשוויצט און געארבייט, געספענדט געלט און אזוי איבערגעקערט א וועלט אויף הונדערטער פרטים וכדו' און געמאכט די ריזיגע טראסק האט עס ווייט נישט געברענגט די תועלת וואס מ'האט געהאפט/געפלאנט. ווי ס'איז שוין גלייך אין יענע טעג דערנאך ארויסגעברענגט געווארן אז זיי האבן פארפעלט צו ברענגען א לעזונג צום אינטערנעט פראבלעם. סך הכל האבן די דרשות געשריגן און געליארעמט אז אינטערנעט איז א פראבלעם, א זאך וואס רובא דרובא האבן געוואוסט בעפאר אויך. יענע נאכט האט געדארפט - לויטן פלאן - מיט זיך ברענגען א לעזונג, און ס'האט געפעלט!
אט האלטן מיר א יאר דערנאך און די רבנים זעצן זיך פריש צוזאם און מ'טראכט עצות וואס צו טוען איבער די גרויסע פראבלעם פון... אינטערנעט! יא, גארניקס מער ווי איין יאר נאכן ריזיגן היסטארישן מעמד אין סיטי פיעלד און שוין זיצט און מ'איז דן די זעלבע, גענוי די זעלבע פראבלעם וואס מ'האט דן געווען אין די וואכן בעפאר און ביים גרויסן מעמד.
איז ליבער לכאורה, דו פרעגסט: "דו האלטסט נישט אז עס האט אויפגעטוהן? קום-אן".. איז כאפ מיר נישט אויפן ווארט, געוויס האט עס אויפגעטוען, איך ווייס פון אסאך וואס האבן ארויפגעלייגט פילטער'ס זינט די איבערקערעניש די פארגאנגענע יאר, עס האט אויפגעטוען פאר אסאך יחידים דא און דארט, אבער אין אלגעמיין קען מען עס קלאר נישט קרוינען מיט סוקסעס. ווייטער, די קידוש השם און באטייליגונג פון ציבור איז דייקא יא געווען א מאסיווער סוקסעס, אבער א עצה צו די אינטערנעט פראבלעם האט מען פערפעלט צו שטעלן. למשל:
מ'שטייט און מען פארפירט קעגן סמארטפאונס, טאשן קאמפיוטער'ס און יעדער מיט זיין נאמען דערפאר, אבער זייט וויסן אז די סעלפאונס מאכט מען נישט אין אפיס פון סיי וועלכע רוחניות וועד, נאר עס ווערט געמאכט דורך ריזיגע פירמע'ס ווי סעמסאנג, עפעל, בלעקבערי וכדו'. זיי גייען ביז געציילטע יאר - אדער ווייניגער - מער נישט פראדוצירן קיין פליפ פאון'ס. יא לכאורה, דו גייסט אויך האבן א סמארט-פאון פונקט ווי מיר אין נישט קיין לאנגע צייט פון יעצט! (אקעי, איך וועל שוין דעמאלס האבן א בעסערע..) זיי האבן נישט פאר וועם צו מאכן די פאון וואס דו האסט ביי דיר אין באזיץ. אלזא מ'קען נישט פארפירן דערקעגן ווייל 90 פראצענט בעלי בתים און אינגעלייט אין היימישן קרייז האבן סמארטפאונס. זאגסטע אז מ'זאל פשוט לייגן א פילטער? גוט! אבער להוי ידוע אז קיין געהעריגע פילטער איז נאך - היינט דאנערשטאג פר' בה"ב, תשע"ג - נישט פארהאן!
איך פריוואט האלט אז עס איז סייווי נישטא וואס צו טוען. אינטערנעט איז א חלק פונעם מענטשליכן באניץ פונקט ווי ברויט און שטרימפ. איין זאך, יעדע קהלה און מוסד זאל פארפירן ביי יעדע רעגיסטראציע און האלטן דרשות ווען אימער אז מ'דארף האבן א פילטער אויף אינטערנעט און וויפיל עס וועט אויפטוען הכל ריווח. למשל:
דערציילט מיר א אינגערמאן וואס זיין ווייב איז געגאנגען עטליכע וואכן צוריק צו די דרשות אין זאל פון עטרת אברהם (געמאכט פאר פרויען דורך מוסדות סאטמאר מהרז"ל) און דארט האט מען בעיקר אפגעשראקן די פרויען אז אויב זייערע מענער האבן אינטערנעט אנא פילטער זאלן זיי פשוט און פראסט נישט טראסטן זייערע מענער... די פרויען זענען אהיימגעקומען צושאקלט דערפון און דער אינגערמאן זאגט מיר אז אויפן פארלאנג פון זיין ווייב האט ער ארויפגעלייגט א פילטער אין ארבייט און אויפן פאון (איי-פאון). איז צו וואס וויל איך צוקומען? א גוטע קשיא גראדע.. אה! די תמצית איז אזוי. די ריזיגע אסיפה האט קיין סאך נישט אויפגעטוען, עכ"פ זיכער נישט אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם. אויב עפעס, קען אפשר ארבייטן די קלענערע אסיפות וואס יעדע קהלה מאכט פאר זיך (א שטייגער ווי די א.ד. דרשות אין עטרת אברהם) און דעריבער האלט איך (האסטיך מיך געפרעגט, איא?) אז די מעמד הדר קבלוה אין בארא פארק איז ווידעראמאל א טעות ווייל עס רעדט נישט צו קיינעם, נאר ס'איז א צענטראלע זאך.
עניוועי, מיין לאנטש איז אפגעלאפן, איך גיי צוריק צום ציגרעטאל.. כ'מיין, צום ארבייט.