ער האט צוגעלייגט אז ער פילט זיך גוט אז ער איז ארויסגעקומען פון די שאפע נאך אזויפיל יארן, און יעצט בעט ער די קאטוילישע קירכע און אנדערע גלויבן אז מ'זאל אקצעפטירן אלע אזאנע מענטשן אלס געהעריגע קינדער פונעם באשעפער.
"ווי פילע קאטוילישע גלויביגע וואס זענען געי, בין איך געצווינגן געווען פאר צו לאנג זיך אויסציוועלן צווישן מיין רעליגיע אדער מיין אידענטיטעט, מיין טיפע ליבשאפט צום קירכע האט מיך באצוואונגען זיך אליינס צו נער'ן און ליגענט צו זאגן צו אלע גלויביגע איבער מיין מענטשהייט.
איך באדרויער שטארק אז איך האב ענק אפגענער'ט, און נישט ערליך געווען מיט די קירכע, און פארדעם האב איך געמאכט דעם באשלוס אז איך טרעט אפ פון דינען אלס דער הויפט און פירער פון די אריבער א ביליאן קאטוילישע גלויביגע פון איבער די וועלט!
יעצט אז איך האב שוין אויסגעזאגט דעם סוד, וויל איך ארויסזאגן מיין מיינונג אז האמאסעקסשועלע מענטשן זענען אייניג גלייך אין די אויגן פונעם באשעפער, און איך בעהט די קירכע איבערצוקלערן די פארבאט אויף געי און דאס זאל יעצט ווערן די טרייבערישע קראפט און באפרייען די געי מענטשן פון זייערע שוועריקייטן"
דער פופסט האט רעזעגנירט דעם פארגאנגענע פעברואר דעם עלעפטן, ווערנדיג די ערשטע פאנטיף אין יארן וואס האט רעזעגנירט פון אמט. אנגעבענדיג דעמאלטס אז ער רעזעגנירט צוליב אלטקייט און פילט אז ער קען מער נישט פירן די קירכע.
ס'איז געווען שמיעות אז דער פויפסט האט רעזעגנירט צוליב די מעשים אשר לא יעשו וואס ווערט אפגעטוהן אין די קירכעס העכסטע ראנגן, און ס'איז אפילו געווען געוויסע אנצייגעגונג איבער באהאלטענע וויזיטן וואס וואטיקאנען האבן באזיכט אין געוויסע פלעצער, און מ'האט דאס פארשוויגן, אבער קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז די העכסטע פון די העכסטע איז אזוי, און די שאק פון די היינטיגע נייעס איז גאר גרויס!
בענעדיקט האט אפיציעל היינט געדארפט אפטרעטן פון אמט, אבער מ'האט געשמועסט אז ער וועט נאך אלץ שפילן א שטיקל ראלע אין די קירכע'ס ווערטשאפט, אבער נאך זיין היינטיגע סטעיטמענט איז אומקלאר געווארן די ווייטערדיגע שריט, צוליבן פארבאט אויף אזא מענטש צו שפילן א ראלע אין קירכע.
געוויסע זענען זייער ברוגז אויף זיין אויפדעקונג, שרייענדיג אז ער וואלט ווען געדארפט בלייבן צוקוועטשט אינעם שאפע.
http://dailycurrant.com/2013/02/28/pope-benedict-gay/