מייגרעין העדעקס

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

מייגרעין העדעקס

שליחה דורך משה געציל »

איך האלט יעצט אינמיטן די ערשטע פאזע פון א מייגרעין העדעק, אלעס פאר מיינע אויגן שווינדלט (אויב איך מאך דא געפערליכע טעותים, ביטע פארגעבן, ווייל גלויבטס מיר א יעדע ווארט קומט מיר אן שווער), נעקסטע פאזע קומט געפערליכע קאפ שמערצן אויף די לינקע זייט פון מיין קאפ.
פאר די וואס ליידן דערפון דארף איך נישט מסביר זיין וואספארא פיין דאס איז, און פאר די וואס ליידן נישט דערפון האב איך נישט וואס מסביר צו זיין ווייל דאס איז א שמערצעריי דלא אפשר למיפרט בשפתא.

ווייסט איינער פון עפעס א ווירקזאמע רפואה פארן קורצע טערמין און פארן לענגערן טערמין? עס נעמט מיר ממש אוועק פון די עולם העשי' צי ס'איז מיט מיין ביזנעס צי ס'איז מיט׳ן לערנען.

אין די מעדעצינישע וועלט איז לויט מיין ערפארונג נישט דא קיין שום היילונגס מיטל, אויב איינער דא האט סיי וואספארא אינפארמאציע פון א דאקטאר, סגולה, שפרעכונג, (אפילו בדרך כלל גלויב איך נישט אין דעם וואלט איך עס פרובירט ווייל וואס צו פארלירן האב איך נישט) ביטע לאזט אייך הערן.
איך מוז שוין צוענדיגן ווייל עס ווערט שווערער פון מינוט צו מינוט. אויב איר ווייסט פון עפעס ווירקזאם, זייטס נישט קיין מונע טוב מבעליו.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר