פרענטש וואנילע האט געשריבן:א. איך ווייס נישט ווי מענטשען - צוליב נגיעות - קענען לייקענען דעם זון אינמיטן העלן טאג, וואס איז די שאלה צו זאכן האבן זיך געטוישט? ביי די ליטווישע איז אפגערעדט, מוסדות וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין תקנות אויף די זאכען זענען געווארן שטרענג אויף די זאכן, ספעשעלי אויף קאמפיוטערס אינדערהיים, און שטיבער וואס האבען קיינמאל נישט געקערט פאר דעם האבן ארויסגעווארפן פון שטוב די כלים שונים ומשונים, פילע ביזנעסעס און אפיסעס מיט ארבייטערס יונגעלייט פרויען און מיידלעך האבען נישט געלייגט קיין קאפ און צייט צו אינסטאלען פילטערס אויף די ארבייטערס קאמפיוטערס האבען זינט די כינוס געלייגט מעכטיגע פילטערס און אזוי ווייטער, והדברים ידועים.
ב. סאטמאר האט באוויזען א "משומר" פילטער וואס האט פארשידענע לעוועלס, און האט שוין פילע הונדערטער קאסטומערס אויפגעסיינט צו זייער גרויס צופרידענהייט, און די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג.
ג. די וועד משמרת (סאטמאר) האט שוין אינסטאלט פילטערס אויף איבער זעקס טויזענט! סעלפאונס (זעכציג טויזענט לפי נוסח הגעלע זשורנאליזם..), און די ליסט וואקסט מיט יעדע טאג.
ד. די מוסדות וואס האט געבעטען אויסצופילען די אפליקעישען (בראש סאטמאר) האבען נישט פארלאנגט פון די מענטשען קיין ספעציפיק פילטער, ווי משומר אד"ג, זיי ווילען אבער וויסען אז מ'האט א פילטער אויף די כלים, דעטס אלל.
ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..
אקעי, נאכן אדורכלייענען די וואך "דער איד" מיט די גאנצע טאראראם, בין איך געקומען צו די מסקנא אז פרענטש האט נישט קלאר ארויס די זאך. לאמיר עס צונעמען.
קודם כל וויל איך קלאר מאכן, אז מצד אחד בין איך זייער פאר העלפן אידישע קינדער זיך האלטן הייליג, און כ'וועל צוהעלפן וואס מעגליך צו אזא מערכה, אויב ס'איז אויף א נארמאלן אופן, צו גאט און צו לייט. מצד שני פארנעם איך נישט אזעלכע וואס גייען מיט קאפ אין וואנט אריין מיט צוגעמאכטע אויגן, און שרייען בלויז לשם שרייען ווי וואנזיניגע, וואס ברענגט די פארקערטע פון א תועלת. און אויך בין איך געגן צווינגען ערוואקסענע מענטשן. לאז יענעם זיך אליינס מטפל זיין מיט זיין בחירה (עכ"פ ווילאנג עס איז נישט נוגע זיינע קינדער).
אצינד די קומענדיגע וואך גייען פארקומען קלענערע כינוסים "לשם שמים", הדר קבלוה, וואו מען גייט זיך צוזאמענקומען אויסצושרייען די וויי געשריי פון כלל ישראל. פשוט מתפלל זיין צו ה', ווייל קיין עצות איז נישטא (?), און מ'גייט ווידעראמאל אסר'ן די אלע כלים שונים. אבער ווי צו גיסן אויל אויפן פייער, נאכן מאכן א תקנה לנשים, רופט מען יעצט צוזאמען די אינגערע קינדער, אין וומסב"ג פאר עלטערע מיידלעך, אין מאנסי גייען אויך קומען די תשב"ר פון די חדרים, און אין סאטמאר זענען אלע עלטערן פארפליכטעט צו קומען בלי שום יוצא מן הכלל, און זיי זאגן עס קלאר אז זיי ווילן די קינדער זאלן פארשטיין די הארבקייט פון די זאך און זאלן אפהאלטן די עלטערן (!) פון זיי ווייזן א שיינע ווידיאו...
עכ"פ, לענינינו. לאמיר נעמען דעם באשרייבונג די וואך אין דער איד און עס צולייגן צו פרענטש-וואנילעס הסבר אויבן, און זעהן וויפיל סתירות עס מאכן זיך, און ווי ווייט מענטשן גייען אין וואנט אריין.
ערשטנס, די איסור אויף היים קאמפיוטערס. דאס האט מען גראדע אין קרית יואל אויך געמאכט. א קאמפיוטער איז נאר מותר אויב איז עס נישט קאנעקטעד צום אינטערנעט, ד.ה. איינער טייפט אדער איז מגיה (וואס נאך קען מען טאן אויסער דעם אנע אינטערנעט?) און גיט יעדע מהדורה צום דרוקער מיט א USB דרייוו, נישט ח"ו דורך אינטערנעט אדער אימעיל. מיט א קאנעקשאן איז בשו"א נישט ערלויבט. בדיעבד מוז עס דוקא ווערן געפילטערט דורך וועד משמרת. לאמיר מעתיק זיין לשון קדשם:
yid (1).JPG
Untitled-1.jpg
דער פראבלעם: דער עולם מוטשעט זיך פאר פרנסה. מען קען ממש נישט באצאלן די שכר לימוד און קעמפ קאסטן פון די קינדער-געבענטשטע משפחות, בפרט נאכדעם וואס כידוע אז בירטה קאנטראל איז נישט אנגענומען ביי אונזער קאמיוניטי, כמובואר היטב במקומות אחרים. גוט באצאלטע פרנסות איז אויך שווער צו טרעפן, ווייל ביי אונז לערנט מען דאך גארנישט אויס, אויסער שיסן אראנזש שאלאכץ אויפן טיטשער, וואס גם כי יזקין שיסט מען אייער אויף די מתנגדים, און פון זיין א רעזשיסטער אין א געשעפט פאר 8 דאלער א שעה קלעקט נישט פאר דאס מינימום. אבער דער מוסד פארלאנגט דאך שכר לימוד בכל תוקף ועוז, אז נישט שיקט מען אהיים די קינדער און מען טיילט נישט קיין רעפארט קארדס. נאכן זיך מוטשען און זוכן, טרעפט מען ענדליך א פארט-טיים דזשאב אדער פאר די עקרת הבית, וואס מען קען טון פון דערהיים אויפן קאמפיוטער, אבער... עס איז אסור. אסור!!
נו שוין, קען מען נישט. מ'האט דאך קינדער, און מען האט מורא אולי אולי וועט זיך מאכן אז זיי וועלן אויסשפילן די עלטערן. איך וועל נישט קריגן דערויף, די רבנים זענען די דאזיגע וועלכע באקומען די פאון קאלס פון די אלע צעבראכענע עלטערן. הע מי אנכי, ווער בין איך, צו וואגן און טראכטן אנדערש.
טראכט דער יונגערמאן, אם כן, לאמיך גיין מאכן אפאר סעילס, זיך ארומקוקן אין די מארקעט היינט. מען האט א סמארטפאון ביי זיך אין טאש, אדער א טאבלעט אינעם אויטא, די קינדער רירן עס נישט אן, ביקש לישב בשלוה, אבער קפץ עליו רוגזם של העסקנים, מען טאר נישט האבן קיין שום דעווייס, עס ברויך ווערן א בושה אריינצוברענגען אזעלכע זאכן אין ביהמ"ד, לא יזכר ולא יפקד. ווער רעדט נאך אויב האסטו א ענדרויד (וואס איז די מערסט גייענדע היינט ביי אונזער עולם)? דאס טארסטו בכלל נישט האבן, אפילו דו האסט א געלט שאדן, אלעס ווייל 'משומר' האט נאך נישט קיין גוטן פילטער דערפאר.
וזה לשונם:
YID_77.jpg
וואס איז גאר מאדנע, אז דער איד אליין ווייסט אז די אלע זאכן איז בלויז געווארפן זאמד אין די אויגן, און זיי מאכן חוזק פון זיך אליינס. וויפיל פון זייערע ארטיקלען ווערן געשריבן אויף היים קאמפיוטערס און געאימעילט צו זיי, און וויפיל אויף סמארטפאונס? וויפיל אדווערטייזמענטס ווערן געמאכט אויף היים קאמפיוטערס?
און ווי צו מגלה זיין פאר די ליינערס די חוזק, קוקט וואס זיי שרייבן אין זייער אייגענע עדיטאריעל, צום סוף:
yid (7).JPG
און זיי האבן נאך אן ארטיקל שפעטער ווי אזוי צו שפארן באטערי אויף סעלפאונ'ס, און זיי שרייבן די באקאנטע עצות, ווי צב"ש אויסלעשן די עפפס פון די בעקגראונד, אויסלעשן ווייפיי.. האלא? צו וועמען רעדסטו דא? מאכסט א חוכא וטלולא פון דיר אליינס! מיר האבן דאך נישט קיין סמארטפאונס..... ווער נאך אזוי ווי ענק ווייסן אז כמעט וואס איז שוין נישט בנמצא קיין אנדערע טעלעפאנען, נאר סמארטפאונס, ועוד מעט איז שוין דאס ביסעלע אויך נישטא. וואס מאכסטו זיך נאריש? היפאקריטיש??
אונטערשטע שורה, הרב פרענטש וואנילע. סאטמאר/משומר וויל דייקא יא זייערע אייגענע פילטערס סיי אינדערהיים און סיי אין ביזנעס. זיי פרובירן אסר'ן איינאמל און נאכאמאל ענינים וואס איז נישט בסדר, גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה... ס'וועט נישט ארבעטן אויף אזא אופן.