"דער שפאקטיוו" מדי חודש בחודשו
ראשעקאל האט געשריבן:יא, איך האב אויך געליינט הרב לעווין'ס ארטיקעל און ס'איז הערליך. איך האלט אויך ווי בענדזשעמין אז ער איז מכסה טפחיים, און אפשר אסאך מער ווי טפחיים. ער רעדט נישט קלאר -נאר ברמז- פון דאס אז מ'האט הייסט אסאך מער קינדער פון אמאל, פון דאס אז די מנהיגים טויגען נישט, פון דאס אז די עסקנים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיי, פון דאס אז מ'מיז אויפהערן מיט די אימלעגאלע שטיק, פון דאס אז מ'דארף בעסער מחנך זיין די קינדער צו קענען נארמאל רילעיטען צו גוים.
ס'א געוואלדיגע געלונגענע ארטיקעל! יישר כוח הרב לעווין!! (א שאד די שפאקטיוו האט נישט קיין לייק באטען)
וואס? ער שרייבט אז מען האט צופיל קינדער? איז ער משוגע, האט ער נישט מורא?
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
לענ״ד האט ער נישט געמיינט דאס וואס אונז 'משכילים' דא אין שטיבל טראכטן, געווענליך זאגט ער קלאר וואס ער מיינט, ער לאזט זיך נישט אפלערנען ווי א ראשון.
ער ברענגט ארויס די נקמה אין היטלער ווי סאך אונז מערן זיך, און ער וויל אונז זאלן זיין גרייט פאר די קומענדיגע דורות מיט אלעם וואס ס'פעלט אויס, איך זע נישט קיין שום ליצנות אויף די קינדער האבן, ער בעט אז ס'זאל זיין מער עסקנים, און די אינגע זאלן נעמען עצות פון די אלטע, און אזוי ווייטער....
א געוואלדיגע ארבעט!!

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כאוהב דעת ועוד, די ארטיקל שפיגעלט נישט אפ באמת דאס אויבענדערמאנטע ליצנות, אז ער מאכט אוועק דאס האבן פילע קינדער. לא מיניה ולא מקצתיה.
ער האט פשוט גערעדט פון דעם פאקט, פון דעם מציאות, און ווי אוהב דעת ברענגט שוין ארויס, אז מיר דארפן זיך אנגרייטן כראוי וכיאות פאר די דורות הבאים,
ווי צב"ש זוכן נייע מיטלען פאר דירות, בתי מדרשים, ביזנעס און ארבעט פלעצער, עסקנים, און אופנים וויאזוי צו האנדלען מיטן מצב הדור אז אידישע קינדער זאלן נישט אוועקפאלן, א.א.וו.
לענ"ד איז דאס דער ארטיקל פון יאר, און ברויך ווערן אויפגעהאנגען אין יעדן ביהמ"ד איבער טריי-סטעיט אמעריקע.

וירח ה' את ריח הניחוח
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
די שאלה איז וואס טוט מען ביז ווילאנג מ'איז נאך נישט גרייט פאר די דורת הבאים?
וואס טוט מען ביז די רבנים דיינים און עסקנים צוקראצן זיך אנצוגרייטן א נארמאלע סיסטעם פאר אזא ריבוי עם?
לבי אומר לי אז קיין תיקון און אונזער קראנקן סיסטעם וועט נישט געשען פארן אלף השביעי.
אפשר איז דא מרומז מען זאל זיך אנפאנגען צו פירן כשיטת בעל ערוך השלחן.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:די שאלה איז וואס טוט מען ביז ווילאנג מ'איז נאך נישט גרייט פאר די דורת הבאים?
וואס טוט מען ביז די רבנים דיינים און עסקנים צוקראצן זיך אנצוגרייטן א נארמאלע סיסטעם פאר אזא ריבוי עם?
לבי אומר לי אז קיין תיקון און אונזער קראנקן סיסטעם וועט נישט געשען פארן אלף השביעי.
אפשר איז דא מרומז מען זאל זיך אנפאנגען צו פירן כשיטת בעל ערוך השלחן.
דאס איז דאך וואס ער זאגט! ער גיט א ווינק פאר די רבנים ועסקנים (וועלכע ליינען נישט ח"ו דעם שפאקטיוו) אז מען דארף זיך נעמען אין די האנט אריין..
שיטת בעל ערוך השלחן? מה זה?
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב נישט די ריבוי הבנים, ווער וועט ליינען דעם שפאקטיוו?
א. לעווין האקט אונטער זיין אייגען ביזנעס...
כדפירשתי לעיל, נישט דאס איז געווען זיין כוונה.
וירח ה' את ריח הניחוח
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב נישט די ריבוי הבנים, ווער וועט ליינען דעם שפאקטיוו?
א. לעווין האקט אונטער זיין אייגען ביזנעס...
הרב לעווין האט אויך אנגעטראפן דעם גוי מיטן מאור ושמש (ברענג דעם לינק קאווע), ער האט מחליט געווען אז ביז צוויי יאר וועט יענער שוין ליינען דעם שפאקטיוו, און חבריה חבריה אית ליה, איימסארי... פעיסבאק פעיסבאק אית ליה... ביז עס גייט ווערן די הויפט-שטראם ליין מאטריאל אין די אלגעמיינע וועלט, און אלעס מיט א הכשר פונעם מכון!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:די שאלה איז וואס טוט מען ביז ווילאנג מ'איז נאך נישט גרייט פאר די דורת הבאים?
וואס טוט מען ביז די רבנים דיינים און עסקנים צוקראצן זיך אנצוגרייטן א נארמאלע סיסטעם פאר אזא ריבוי עם?
לבי אומר לי אז קיין תיקון און אונזער קראנקן סיסטעם וועט נישט געשען פארן אלף השביעי.
אפשר איז דא מרומז מען זאל זיך אנפאנגען צו פירן כשיטת בעל ערוך השלחן.
דאס איז דאך וואס ער זאגט! ער גיט א ווינק פאר די רבנים ועסקנים (וועלכע ליינען נישט ח"ו דעם שפאקטיוו) אז מען דארף זיך נעמען אין די האנט אריין..
שיטת בעל ערוך השלחן? מה זה?
ער רעדט דארט פון איינער וואס האט שוין מקיים געווען פריה ורביה, ער האט שוין געהאט א בן און א בת, אבער ער האט נאך דעם חיוב פון בבוקר זרע את זרעך ולערב אל תנח ידך.
ערוך השולחן אבן העזר הלכות פריה ורביה סימן א סעיף ח':
"וכן צוו חכמים שאם מכיר בעצמו שעדיין ראוי להוליד ישא אשה בת בנים אם מעמדו מספיק לפרנסם וכך אמרו חז"ל נשא אשה בילדותו ישא בזקנותו היו לו בנים בילדותו יהיו לו בנים בזקנותו שנאמר בבקר זרע את זרעך ולערב אל תנח ידך כי אינך יודע אי זה יכשר הזה או זה אם שניהם כאחד טובים וכך נפסקה הלכה [יבמות ס"ב ב] ומ"מ כתב רבינו הרמ"א דכשמתיירא שאם ישא אשה בת בנים יבואו קטטות ומריבות בין הבנים ובין אשתו מותר לישא אשה שאינה בת בנים אבל אסור לישב בלא אשה משום חששא זו עכ"ל דמשום חשש קטטה יכול לבטל לערב אל תנח ידיך אבל לא לעשות עבירה כי יש לחוש פן יתגבר יצרו עליו [ב"ש] ובכלל הענין לישא בת בנים כתב הרמב"ן ז"ל דאין כופין אותו לכל הדעות דלאו תקנה היא אלא כעין ישוב דרך ארץ ואין מחמירין עליו כל כך [ב"ש] וכן משמע מדברי הרמב"ם שכתב שם לא ישא אדם עקרה וזקנה ואילונית וקטנה שאינה ראויה לילד אא"כ קיים מצות פו"ר עכ"ל ומבואר דאם קיים פו"ר יוכל לישא אף את שאינה ראויה לילד ואח"כ בס"פ כתב אע"פ שקיים אדם פו"ר הרי הוא מצווה מדברי סופרים שלא יבטל מלפרות ולרבות כל זמן שיש בו כח שכל המוסיף נפש אחת בישראל כאלו בנה עולם עכ"ל [ע"ש בהה"מ ובלח"מ] אלא דזהו כעין הידור מצוה ומנהג דרך ארץ כמ"ש ואם יש איזה עיכוב בדבר אין כופין אותו " [קרעדיט בן תמליון באשכול אחר].
אין אמליגע צייטן איז נישט שייך געווען די גאנצע שאלה נאר ביי אשה שאינה בת בנים, ווייל ביי א בת בנים איז נישט געווען קיין מציאות פון מניעת ילדים נאר ע"י שימוש במוך וואס איז א שאלה פון הוצ"ל, משא"כ היינט צוטאגס איז דאך אכשר דרא (אפשר קומט דאס אינעם אכשר דרא'דיגע אשכול) ווען עס איז דא כדורים וואס עס איז נישט קיין שאלה פון הוצ"ל (כמיטב ידיעתי עי' באגרות משה) איז דאס נוגע פאר יעדעם.
אויב איר האלט אז איך בין מיך טועה דא מיט עפעס השמעינו את קולך.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
די חתם סופר זאגט, אז דעפאר האבן די חכמים אנגענומען די הנהגה פון בנות ישראל "שהחמירו על עצמן" לישב ז' נקיים על כל טיפה וכו', ווייל נאכן חורבן הבית איז דער גוסטע פון ציבור געווען זייער LOW, און נישט געוואלט מרבה זיין גלות אידן, על דרך "על הראשונים אנו מצטערים, ואתה בא להוסיף..".
"לערב אל תנח" איז אפשר נאר אויב מגלייבט אין "אתחלתא דגאולה". אבער האלטן פון ביידע, לערב אל תנח, צוזאמען מיט "מדינה של גיהנום", איז לכאורה א סתירה.
"לערב אל תנח" איז אפשר נאר אויב מגלייבט אין "אתחלתא דגאולה". אבער האלטן פון ביידע, לערב אל תנח, צוזאמען מיט "מדינה של גיהנום", איז לכאורה א סתירה.
Under influence
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יידל האט געשריבן:עס איז קלאר אז די זאכן האבן יא מיט גענעטיקס, עכ"פ במקצת.
זאג מיר נישט אז גיבן א קינד דעם זעלבן נאמען אדער געבוירן די קינדער אין די זעלבע רייע און אין די זעלבע צייט האט צו טון מיט גענעטיקס.
האדם לא נברא אלא להתענג
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דער עצם זאך פון א הכשר אויף ליין מאטיריאל איז א פיינע זאך, עס גייט אריין אין מח און איז לכה"פ אזוי וויכטיג ווי וואס גייט אריין אין מויל. די שאלה איז נאר ווער עס גיבט די הכשר און ווי אפען-מוחדיג ער איז. הלואי וואלטען די סאטמארע חזרים גענומען א הכשר אוף זייערע פראפאגאנדע צייטונגען, אינעם יעצטיגע פארמאט וואלט קיין איין ערליכע רב נישט געגעבן א הכשר אויף זיי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
נאכנישט געליינט, אבער כ'האב הנאה ווי ער האט זיך ארויף-געארבעט מיט זיינע קעפלעך, אמאל פלעגט ער נאך א זאפטיגן ארטיקל צוענדיגן - שלא לבייש את מי שאין לו - אז דאס איז ביי די טמא'נע גויים, אבער מיר ווייסן דאך אז אלעס איז פונקט פארקערט... וכו' וגו'.
היינט גייט ער שוין מיט יארמע רב'ס מהלך פון פארציילן פאר'ן תלמיד חכם וואס ער גייט איהם נישט פארציילן ווי למשל וכו', עכ"פ ווי אזוי באשרייבט מען א פרינץ א ביליאנער מיט זיינע שיפן קאר'ס און עראפלאנען אז ס'זאל בלייבן על טהרת השוטים? מען שרייבט אויפן דעקל: יש לו מנה רוצה מאתיים, דער אומצופרידענער ביליאנער, ער איז א ביליאנער דער אייגנטימער פון דער גרעסטער יאכט-שיף, דער גרעסטער פריוואטער עראפלאן, דער העכסטער וואלקנקראצער און טייערע פאלאצן וכו' וכל זה איננו שוה לו... פרינץ... סימבאליזירט דעם אין אדם מת וחצי תאותו בידו, אלעס וואס ער האט איז פאר איהם נישט גענוג.
יא, דאס אלעס איז ארויפגעקוועטשט אויפן דעקל אלס א סגולה קעגן עין הרע.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
קען מיר איינער זאגען פארוואס דער שפאקטיוו זויגט אריין לעצטענס? סעזהט אויס ווי סמוז ארויסקומען נאו מעטער וואט נישט קיין חילוק אויב סאיז דא מיט וואס אדער נישט
קודם כל ווערט עס דינער יעדען חודש, די טעקסט ווערט ווייניגער און ווייניגער די פיקטשערס מערען זיך ווי די פיש און ווערען אויכט אסאאאך גרעסער פילענדיג אן גאנצעטע הוילע בלעטער (דעס איז אויכט ביי די שטערן)
כרעד שוין נישט פון די עצם ארטיקלען וואס סכאפט א שרעק לדוגמא די געהיימע אויפדעקונג איבער א מיסטעריעזע שרעקעדיגע שיף, סך הכל רעד זיך עס פון א שיפל וואס האט נישט געהאט ווי אפצולאדענען די גארביטש, און נאכען ליינען די ארטיקעל בין איך געבליבען פארשעמט וואס האטער דא געטוהן מיט מיר? פשוט געמאכט דאס גענאר? אנגעצויגען איבער א מיסטעריעז ארטיקעל און מיר געלאזט ליינען גארביטש? אנגעפילט מיט ריזיגע בלעטער פיקטשערס וואס האט נישט מיטען ארטיקעל
סאיז קלאהר נישט שמעון'ס ארטיקעל, פליז שמעון דערולם צאלט פאר דיינע סחורה פארשעם אונז נישט אפילו דאס געלט מאכסטו ביי די זמן דארפען מיר אבער נישט ליידען

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)