לערנענדיג אביסל פרשת בראשית, ווי אזוי דער וועלט איז באשאפן געווארן, געפינען מיר שוין אינעם צווייטן פסוק - דער פסוק וואס רעדט ווי אזוי דער וועלט האט אויסגעקוקט נאך איידער דער אויבערשטער האט איר באשאפן, אן אינטערעסאנטע זאך.
דער פסוק זאגט, אז 'בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ, והארץ היתה תוהו ובוהו' - ביים וועלט באשאף פון די הימל און די ערד, איז די ערד געווען וויסט און פוסט, 'ורוח אלוקים מרחפת על פני המים' - און דער גייסט פון גאט האט געשוועבט איבער די וואסער. אלזא געפינען מיר קלאר אז וואסער איז שוין געווען, נאך איידער אלע אנדערע באשאפונגען פון די וועלט.
אבער למען האמת איז נישט געווען בלויז דער פאקט אז עס איז שוין געווען וואסער אויף די וועלט, נאר די גאנצע וועלט איז געווען אנגעפילט מיט וואסער און עס איז נישט געווען קיין יבשה, ווייל די יבשה איז הערשט באשאפן געווארן אינעם דריטן טאג, אזוי ווי דער פסוק זאגט וַיֹּאמֶר אֱלֹקים, יִקָּווּ הַמַּיִם מִתַּחַת הַשָּׁמַיִם אֶל-מָקוֹם אֶחָד, וְתֵרָאֶה, הַיַּבָּשָׁה; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקים לַיַּבָּשָׁה אֶרֶץ, וּלְמִקְוֵה הַמַּיִם קָרָא יַמִּים... וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שְׁלִישִׁי.
אבער דא קומען מיר שוין צו, צו א חידוש: נישט בלויז אז עס איז נישט געווען קיין יבשה און אלעס איז געווען פול מיט וואסער, נאר עס איז בכלל נישט געווען קיין ספעיס אויף די וועלט. דער גאנצע באלי פון דער וועלט איז געווען אנגעפילט מיט וואסער פון אויבן ביז אונטן, און לאמיר עס מסביר זיין קודם און דערנאך וועלן מיר זען פון וואו מיר זעען עס אין פסוק. די וועלט באשטייט פון צוויי רונדן, איינס איבער די אנדערע: א. דער כדור הארץ - וואס ארום איר וואוינען די איינוואוינער פון די ערד. ב. די הימל, די אטמאספארע וואס נעמט ארום די וועלט פון אויבן. אינצווישן די צוויי רונדן געפינט זיך די גאנצע בריאה וואס דער אויבערשטער האט באשאפן.
אצינד לאמיר זען ווי אזוי דער פסוק שטעלט פאר דעם צווייטן טאג פון בריאת העולם:
וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים, יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם, וִיהִי מַבְדִּיל, בֵּין מַיִם לָמָיִם. וַיַּעַשׂ אֱלֹהִים, אֶת-הָרָקִיעַ, וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ, וּבֵין הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹהִים לָרָקִיעַ, שָׁמָיִם; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שֵׁנִי.
לאמיר קלארער זען וואס דא גייט פאר: פארן צווייטן טאג איז קיין הימל נישט געווען, דער גאנצער חלל איז אנגעפילט מיט וואסער - בפשטות פון אויבן ביז אונטן. ביים צווייטן טאג שטיפט כביכול דער באשעפער אריין א הימל אינמיטן דעם וואסער, באשאפט א ספעיס צווישן די צוויי וואסערן און אזוי ווערט אפגעטיילט צווישן הימל און ער... הופס, כ'מיין וואסער. הערשט דעם דריטן טאג מאכט מען פון דעם וואסער אויך יבשה און עס ווערט הימל מיט ערד. אבער פאר דעם איז נישט געווען קיין חלל, נאר פון אונטן ביז איבער די הימל איז אלעס געווען אנגעפילט מיט וואסער - דאס מיינט אז ווען דו קריכסט ארויס פון די וואסער ביזטו אין ספעיס, ארויס פון אונזער וועלטל.
אצינד שטעלט זיך די שאלה, פארוואס רופט דאס דער פסוק אן 'תוהו ובוהו', בשעת עס איז פול מיט וואסער? - אפשר איז די פשט אז אין די וואסער איז געווען תוהו ובוהו?
ווען איז וואסער באשאפן געווארן?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
איך מיין אז די מים מיינט נישט די זעלבע מים וואס אונז זעהמיר היינט. טראכט אריין די ווארט מרחפת איז טייטש געשוועבט, שוועבען מיינט אז מ'האלט זיך אין די לופט קעגן די כח פון גרעוויטי, און ס'איז דאך נאך נישט געוועהן קיין גרעוויטי דעמאלטס. אלא מאי מוז זיין אז די תורה ניצט ווערטער וואס אונז קען מיר יעצט פארשטיין נאכדעם וואס די וועלט איז שוין באשאפן געווארען, אבער דעמאלטס האט עס געמיינט עפעס אנדערש. קען זיין אז מים מיינט נאר א מין ענדלאז'יגקייט ווי די אייבערשטער האט זיך געפינען.