איך וויין פארדעם 3 מאל ביי שמו"ע, און ער?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

איך וויין פארדעם 3 מאל ביי שמו"ע, און ער?

שליחה דורך גרוש »

די ווערטער איז געשריבן געווארן דא אין קאווע שטיבל דורך א געוויסע ניק,

וז"ל:
זייענדיג אזוי פארטיפט האב איך נישט באמערקט ווי מיין פיר יעריגס שטייט ביים שוועל און ווארט. ס'גייט אדוירך א שטיקל צייט און איך הייב מיך אויף צו נעמען אביסל פאפקארן, איך נעם אראפ מיינע אויגן פון דעם באליבטן צייטונג און איך באמערק איר.

איך: וואס איז?

זי: איך וויל דיר דערציילן וואס ס'איז היינט געווען אין סקול

איך: זעהסט נישט אז איך בין ביזי?

איר פנים ווערט רויטלעך, אירע אויגעלעך נאס, און זי זאגט מיר: קיינמאל האסטו נישט קיין צייט צו מיר, אייביג ביסטו ביזי. כ'האב דיר געוואלט דערציילן אז אונז האמיר היינט אנגעהויבן צו לערנען אל"ף בי"ת.

קיינמאל האסטו נישט קיין צייט צו מיר!
עכ"ל

ליינענדיג די ארטיקל זלגו דמעות מעיני, איך שטיי און קוק ארויס בכליון עינים מתי יבא לידי, אז מיין אייגן קינד, עצמי ובשרי, זאל מיר וועלן עפעס פארציילן, זאל דארפן מיין עטענשאן, איך פארגיס נחלי דמעות מינימום 4 מאל א טאג, (ביי 3 שמונה עשרה'ס, און ביינאכט אין בעט, רוב טעג איז עס מער פון דעם)

קומט דא איינער וואס האט ברוך השם זוכה געווען צו דעם, און ווארפט דאס אוועק בידים, זאגענדיג:
זעהסט נישט אז איך בין ביזי?

ווען נישט וואס זי הייבט ווען אהן צו וויינען, וואלט עס נאך עד היום געווען אזוי,

תשמר שעורת אנוש, איך קען אזא מעשה נישט פארשטיין,

אוי באשעפער, מתי יבא לידי ואקיימנה,

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר