הדר וקבלוהו מאונס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

הדר וקבלוהו מאונס

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]כלל ישראל גרייט זיך אויף א מעמד הדר קבלוהו. וואס איז שלעכט מיטן ערשטן קבלה ווייס איך נישט. ביי מתן תורה האט מען געברויכט א הדר קבלוהו ווייל ביים ערשטן מאל איז עס געווען כפה עליהם ה'בַּארג כ'פֶעסל האט מען געברויכט מאכן א הדר קבלהו מרצון מתוך משתה ושמחה ושכרות. הגם דארט איז מיר אויך נישט קלאר וואס האט אויסגעפעלט א הדר וקבלהו לויט ווי מיר פסק'נען איז דאך כופין אותו עד שיאמר רוצה א בריסקע מהודר'דיגע רצון איז וואס פעלט אויס נאך א רצון. אבער גיי פרעג קשיות אויף אגדתא. אבער דא ביי אונזער קבלת התורה איז די קשיא מרפסין איגרא, דער ערשטע מאל איז דאך געווען מרצון גמירא וא"כ וואס פעלט אויס א חזר ונשנה בערבות מואב.

ועוד קשה בשלמא אנשים באו לשמוע את דבר ה' ברמה, אבער טף למה באו? וואס פעלט אויס צו עפענען די אויגן פון די תינוקות שלא טעמו טעם חטא. מיר שטאלצירן דאך כסדר בראש כל חוצות איבער אונזערע געלונגענע פארמאכטע חינוך. קינדער ווייסן נישט פון קיין לא תרצח און פון קיין לא תנאף. פון א מאלעסטער ווערט מען געוואר ווען ער קריכט ארויס פון אונטערן באנק. און פון טומאת שינה ווערט מען געוואר אין א שלש סעודות תורה אויף חטא הידוע אדער דורך איינע פון שיק'ס קונטרסים. איז מה נשתנה המעמד הזו אז מען אינטערדוסט אונזערע אפרוחים שלא נפתחו עיניהם צו די גאנצע געמיינהייט וואס אינטערנעט און טעכנעלאגיע האט צו פארקויפן??

איז אויף די ערשטע קשיא, קען מען זאגן אזוי. די ערשטע אסיפה איז געווען א כה תאמר לבית יעקב, אן אמירה רכה. מ'האט גערופן אזעלעכע רעדנערס ווי וואקסמאן און שיינער זאלן רעדן אויף די 'ביוטי' פון א תורה'דיגע לעבן אן קיין אינטערטעמענט. פארן מאנטריאלע רב האט מען מזהיר געווען חלילה נישט צו רעדן דברים קשים. און שוין דער דאקטער פון מאונט סייני און דער לויער פון ריווער דעיל איז געווען אימפרעססעד, 'האו נייס'! האט ער געזאגט פאר זיין ווייבל.

אבער יעצט אז די געסט זענען אהיים, די מאדערנע פעטער איז נישט אין תחום שבת, פאנגט מען אן צו רעדן צו אונז דברים קשים כגידים. מען פאכעט מיט א רצועה של עור, מען זאגט אונז אם שמוע תשמע בקולנו מוטב ואם לאו ראו המקל התלוי על הכותל, סופכם להלקות במקל זו. ווי ס'שטייט דארט ביי די מעשה פונעם בן מלך: מעשה בבן מלך שקלקל הרבה וכל זמן שאוהבו של מלך אצלו, לא רצה המלך להענישו שהיה מתבייש הרבה מאוהבו, כיון שנסתלק אוהבו עמד המלך וכפת בנו כעגל והתחיל להלקותו מנה אחת אפים.

איך שפיר אז דאס אלעס איז בדרך דרוש. מ'דארף דאך זאגן א פשט לפי פשוטו של מקרא, נאר לפי דרשת הרב חיים יושע האלבערשטאם שליט"א איז פארענטפערט ביידע קשיות בחדא מחתא. ר' חיים יושע זאגט אזוי אויסער די געוואלדיגע ריווח וואס די תינוקות של בית רבן וועלן האבן פון זעהן אזא גרויסע צאל אידן ארומגענומען מיט אש להבה'דיגע גייסט אקעגן דעם נגע המשחית המכלה בשר נפש רוח נשמה, און ווי אויך הערן די דרשות פון די באגאבטע בעלי דרשנים וואס דאס אליין איז אין לשער וואספארא רושם עס וועט מאכן אויף זייער אינגע הערצעלעך, וועלן מיר אין איינוועגס שטעלן א שומר חינם אויפן טאטען און מאמען. אז דער טאטע וועט ארויסנעמען דעם איי פאון וועט דער אינגל שרייען, ילמדנו רבינו איי פאון זה מי התיר לך? און אז די מאמע וועט ארויסנעמן איר בלעקבעררי. וועט דער אינגל פארפירן, וכי חילוק יש בדבר, אם אנשים נצטוו, נשים מי פוטרן?

איז פארשטיי מיר שוין וואס מען דארף א צווייטע הדר קבלוהו וויל די ערשטע מאל איז עס געווען מרצון און די צווייטע מאל גייט עס זיין מאונס. אונס זו אינו יודע מה הוא, עד שבא ר' חיים יושע ופרש הדברים כשמלה. איי וואס פעלט אויס אונס אז דער רצון איז דא? דער תירוץ איז פשוט ווייל וואס קומט דען צו צו א איסור מאונס. אלע יארן האט מען געוואוסט אז אן קיין כפיה דתית האלט זיך נישט קיין אידישקייט. און בכלל א זאך וואס עס קומט געצווינגענערהייט האט אסאך א שטערקערע חשיבות ס'איז א קלארע גמרא, גדול המצווה ועושה ממי שאינו מצווה ועושה. און לפי הנ"ל פארשטיי מיר שוין אויך די צווייטע קשיא טף למה באו, ווייל אן זיי האבן מיר נישט קיין חתונה. ס'בלייבט נאר שווער פארוואס רופט מען די טאטעס מען קען ווען רופן נאר די קינדער. ויש ליישב בדוחק.

איך פאנג שוין אן חושד צו זיין אז דאס וואס רש"י זאגט אין פרשת ויקהל טף למה באו בשביל ליתן שכר למביאהם איז נאר א דרוש. דער אמת'ע פשט איז ר' חיים יושע'ס פשט. משה רבינו האט מורא געהאט אז אויב וועט נאר רופן די מענער וועלן זיי פארקויפן לאקשן פאר די פרויען און קינדער. אזוי אז די פרויען און קינדער קומען אויך ווען דער טאטע וועט זאגן עה, דאס מעג מען, אדער דאס, דאס איז דאך א לכתחלה, וועט זיך דער קליינער יענקלע אויפשטעלן און זאגן אבא וכי לא כך כתוב בתורה ?

אז איך וועל גיין די וואך צום 'מעמד אדיר איום ונורא בצר לי לך אקרא' וועל איך בל"נ אייך איבערגעבן א שטיקעלע באריכט.[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שלו' עליכם בנימין!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ועוד יש לומר, טף למה באים, אנציפילען דאס פלאץ.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך בין זייער נייגעריג, די מוסדות וואס לאזן נישט די קינדער גיין צום גרויסן תהלים זאגן אין עשרת ימי תשובה ווייל זיי האבן מורא די קינדער גייען זיך טרעפן חלילה מיט 4 סלייס קאפלעך - וועלן זיי יעצט יא שיקן די קינדער?
You must be the change you want to see in the world
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אונזער פרעזידענט פרענקלין האט זיכער א ניצוץ פון דוד המיילך. יעדע מוצאי שבת גיט ער אונז געשמאקע חמין צו צובייסן צום קאווע.
כה לחי
Under influence
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מסתמא גייט מען עדזשאקעטן די קונדער ווי אזוי ציניצען די אינטערנעט. פון וועלכע סייטס מ'דארף זיך אכטונג געבן.
אדערווייז זע איך נישט פארוואס זיי זאלן דארט זיין.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

איז דאס א שטיקל הודאה אז די מוסדות זיכן מחנך צו זיין די קינדער לאו דוקא אין די גייסט פון רוב עלטערן?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בענדזי כ'מיין אז ביז גאנץ גערעכט (נישט קיין ווערטל) אז די קינדער שטייען אויף די טאטעס, עיין ערך ארץ ישראל..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שוין יארן וואס די מוסדות פאמפען אז זיי לייגן אריין כוחות אין די קינדער לגבי די מצוה פון כיבוד אב ואם, אבער מען זעהט ליידער נישט קיין שום פירות פון די איבערמידליכע ארבייט, ווייל די קליינע מחוצפים ווערן נאר ערגער מיום ליום ומחודש לחודש.
יעצט וועט מען דעמאנסטרירן ברבים ווי מען לייגט אריין אין די קינדער א הערצה און כבוד צו די עלטערן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

הוגה האט געשריבן:ועוד יש לומר, טף למה באים, אנציפילען דאס פלאץ.



ופשוט הוא.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

קרעדיט: זיידעטשקע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אביגדור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואסי טאקע פשט פון דעם?
איחוד הקהלות איז אריין אין די ליין פון כיבוד אב?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

פאר ווער ס'איז נייגעריג:
איך בין פייער פאר די כינוס!
מכמה וכמה טעמים וואס איך גיי נישט דא אלע דיסקוסירן (און איינס ווייל זייט דער פאריעריגער כינוס האב איך ב"ה k9 - א הצלה פורתא פאר אלע איבלען פון דער אינטערנעט).
בעיקר ווייל איך שוין זלמן ווידער, ער מוטשעט זיך מיט וואלד פייערן און קארבן מאנאקסייד צו ציען דעם גאטשע בענדל.
קומט אזא וואך, און ער איז זיך מחי' צוזאמען מיט זיינע צוהערער, ס'דא פון וואס צו מאלן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

איחוד הקהילות.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:פאר ווער ס'איז נייגעריג:
איך בין פייער פאר די כינוס!
מכמה וכמה טעמים וואס איך גיי נישט דא אלע דיסקוסירן (און איינס ווייל זייט דער פאריעריגער כינוס האב איך ב"ה k9 - א הצלה פורתא פאר אלע איבלען פון דער אינטערנעט).
בעיקר ווייל איך שוין זלמן ווידער, ער מוטשעט זיך מיט וואלד פייערן און קארבן מאנאקסייד צו ציען דעם גאטשע בענדל.
קומט אזא וואך, און ער איז זיך מחי' צוזאמען מיט זיינע צוהערער, ס'דא פון וואס צו מאלן.

א בחינה פון כדאי איחוד הקהילות לסמוך עליהם בשעת הדחק..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וועל אייך ערקלערן פארוואס מען דארף ברענגען די קינדער צום קינות, ווייל אנדערש ווי איר קלערט אז די הצלחה וועט פארטייטשט ווערן לויט וויפיל פילטערס וועלן אינסטאלירט ווערן, איז עס א שקר, די הצלחה איז וויפיל זיצן וועלן פיל ווערן, רבי חיים יושע אדער רבי טודרוס זאגן דרשות אבער מאכן נישט קיין קינייסים, דאס איז ארי' פרענקל'ס דזשאב, אדער זיינע קאלעגעס, זייער הצלחה אדער דורכפאל ווערט פאררעכנט אין ליידיגע בענקלעך.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

די קינדער קיקען ארויס צו א כינוס אויפן בעיסבאל פעלד, ווי מ'וועט אנאסירן א וואן סטרייק ענד יוא אר אוט רול. אין די חדרים און אויף די געלע באסעס שפילן נאכאנאנד די "נעם מיך ארויס צום באלי שפיל" ניגון און די קינדער זינגן דאס נאך פאר די טאטעס:

נעם מיך מיט צו די איחוד שפיל,
נעם מיך ווי ס'איז דא א ציבור פיל,
קויף מיר א זאזא מיט א גיטע השגחה,
לאמיר הערן די בנים על אבות הלכה,
איך בין א באלי אין די מוסד'ס געים,
צו פלאצירן מיין אדמו"ר אין די האלל אוו פעים,
טאטי! איין סטרייק און דו ביסט אויט,
דורך לייגן עלטערן טו שעים

אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

והיה כבלע.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

דער מעמד דארף ענדערש הייסן קבעוהו לדורות
א יאר יערליכע אסיפה {עמיר זעהן ווילאנג} קומט צוגיין, אויסגערענכט אויף "סיון" מען זאל קענען ענדיגן דעם כינוס מיט א פייערליכען סעקולענער ניגון,
א פלאץ ווי די רבנים קענען זיצן אויף א מעכטיגען אויבן אן, נישט ביי זיך אין בעסמעדרעש פאר א פאר אידן נאר טאקע במקהלות רבבות עמך בית ישראל,

אויב שוין יא זיך צאמקומען יאר יערליך וועל איך ענדערש גיין צו מעט לייף צום סיום הש"ס.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אויס מענטש האט געשריבן:דער מעמד דארף ענדערש הייסן קבעוהו לדורות
א יאר יערליכע אסיפה {עמיר זעהן ווילאנג} קומט צוגיין, אויסגערענכט אויף "סיון" מען זאל קענען ענדיגן דעם כינוס מיט א פייערליכען סעקולענער ניגון,
א פלאץ ווי די רבנים קענען זיצן אויף א מעכטיגען אויבן אן, נישט ביי זיך אין בעסמעדרעש פאר א פאר אידן נאר טאקע במקהלות רבבות עמך בית ישראל,

אויב שוין יא זיך צאמקומען יאר יערליך וועל איך ענדערש גיין צו מעט לייף צום סיום הש"ס.


קִיְּמוּ וְקִבְּלוּ...וְלֹא יַעֲבוֹר, לִהְיוֹת עֹשִׂים... הַיָּמִים הָאֵלֶּה כִּכְתָבָם וְכִזְמַנָּם בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יעצט פאלט מיר איין. HOW COME ביי חנוכה האבן די חכמי הדור נישט קובע געווען א יום טוב, ערשט נאך א יאר ווען זיי האבן געשפירט אן איתרעותא דלתתא, כידוע פון חסידישע ספרים. און דא, די פון עיקבתא דמשיחא, ווייסען שוין די חכמי הדור פון פאראויס, אז מ'גייט שפירען א דערהויבענקייט!?
נקודה למחשבה.
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נעכטן זעה איך א פרומער אידל אין בעסמעדרעש, ער רעדט אויף אלע באקן אז ס'גייט א רויעך. איך גיי צו אויסהערן וואס ער פארקויפט, והנה, ער רעדט מיט התלהבות פון די קומענדיגע "הדר קבלוה" ביג עווענט, ער שרייעט אז מען מוז גיין, ס'איז א געוואלדיגע זאך, א.א.וו. ממש ס'רינט שפייעכץ פון זיין מויל, און דער עולם שטייט ארום און מען הערט אים אויס, טייל מיט א ערנסטקייט, אנדערע מיט א האלבן שמייכל..

ווען ער האט געענדיגט און אפגעאטעמט, האב איך גענומען די קוראזש, און כ'פרעג אים: זאג מיר באמת, וואס איז דער ציהל פון די אסיפה? קענסט מיר מסביר'ן?

וואס הייסט? - נעמט ער זיך געוואלדעווען מיט קולות - מען וועט די כלים עוקר מן השורש זיין, דו וועסט נאך זעהן, אונזערע אייניקלעך וועלן נאך אמאל לאכן פון זייערע זיידעס און נישט קענען משיג זיין אז זיי האבן געהאט אזא זאך ווי "טעקסט"! פונקט ווי אסאך פון אונזערע זיידעס האבן געהאט TV, אנדערע פלעגן קויפן טעגליך שמוציגע צייטונגען, און ב"ה די רבנים האבן דאס מבטל געווען אזש היינט-צו-טאגס א איד וואס טוט די אלע זאכן קוקט מען אן ווי נעבעך רח"ל, אט גענוי אזוי וועט אויסקוקן אין אפאר יאר ארום די אלע כלים!.... אודאי נעמט עס נישט איין וואך אדער איין חודש, די מערכה וועט געדויערן א 5-10 יאר, אבער צום סוף וועסטו זעהן ווי אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן נישט קענען גלייבן אז אן ערליכער איד האט געהאט אזעלכע געמיינע כלים...

איך ווייס נישט צו פלארייד וואסער איז קעטשי, אבער איך האב שנעל אוועקגעוואקט פון דעם אידל, ווייל למיחש מיהא בעי.
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

הדא הוא דכתיב, וואו נעמט מען אביסעלע שכל.
פארשפארט