אוי טאטי האט געשריבן:איבער די איידעם/שווער סקאנדאל וואס טוט זיך די לעצטע פאר וואכן אין דער בלאט, האבן זיי די וואך א בריוו פונעם איידעם ווי ער בארואיגט אלע איידימער מען זאל זיך נישט רעגן אויפן שווער, ווייל ער איז דער איידעם און מען מיינט נישט קיין צווייטן, און ער לאזט וויסן דעם שווער אז ער איז נישט באליידיגט געווארן.. (א פליק צירוק..).
הקיצור- מען פילט אן די בלעטער..
נאך איידער כ'האב געענדיגט ליינען דער תגובה, האב איך געוויסט פון וועמען ס'גייט האבן א לייק...
הקיצור, ווער ס'ליינט נישט די בריוון פונעם אדיסי אינעם בלאט זעלבסט, נאר אנשטאט הערט דערפון דא אויף קאווע שטיבל אדער אויף "וואטס-עפפ" גרופעס, קען מיינען אז דער בלאט'ס העדליין וועכנטליך איז איבער די אדיסיס.
ווער עס ליינט אבער יא דעם בלאט, זעהט אז ס'פארנעמט נישט מער ווי א האלבע אדער דריי פערטל קאלום פונעם בריוון אפטיילונג אינעם בלאט, וואס דער בריוון אפטיילונג באשטייט פון נישט מער ווי איין פעידזש.
אגב, ס'איז טאקע קינדיש און נאריש די בריוון, אבער פארט איז עס מער אינטערעסאנט ווי צו זעהן דער איד'ס בריוון, וועלכע באשטייען פון בלינדע באהאלטענע שנאה און שרעקליכע האס קעגן זייער צד שכנגד, אדער גאר פון שטיקער שובבים תורה...