בטחון און די Law of Attraction
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
@הוגה
דיין אייגענע עקספיריענס הערט זיך מאדנע, און סדארף א הסבר, כגלייב אז סאיז פסיכאלאגיש.
אבער מטעים זיין מיט א רעמאוט אנטראל און כוואליעס איז פרעכע בלאפעריי. עס ווערט אנגערופן "פסודא סייענס".
קען מען דעטעקטן די כוואליע? די ענערזשי? ניין! נא וואס איז אפילו דא צו רעדן דערפון? סאיז דאך ברור אז סאיז פאנטאזיע!
ועל הכלל כלו יצא. אלע מכלומפערשטע הסברים פון דעם סארט אויף אומנאטורליכע זאכן זענען לעכערליך און ספאסט נישט פאר די עם חכם ונבון.
זע דא א הערליכע ארטיקל וואס איז לעצטענס ערשינען אויף ארס ווי זיי מאכן ללעג ולקלס די אזוי גערופנע "סייענטיפישע הסברים" אויף "האמעפעטיק"
שטארק רעקאמאנדירט!
http://arstechnica.com/science/2013/04/ ... omeopathy/

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממרום שלח אש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
לעיקוואד, פאר דעם מוטשען זיך מענטשן ווי דו און איך, ווייל מיר קענען נישט אקצעפטירן עפעס וואס פארלאנגט אביסל faith. די מענטשן וואס זענען סימפעל און גלייבערס בטבע האבן א גרינגערע לעבן.
אבער לויט דיין מהלך איז פארלאנגט פון א מענטש עפעס וואס מען קען נישט פארלאנגן פון אים. עט ליעסט לויט מיין מהלך איז פארשטענדליך ווי אזוי א מענטש קען ארבייטן און האבן בטחון.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:בקיצור, דיין קשיא הייבט זיך נאר אן אז דו נעמס אן אז בטחון הייסט אז עס מוז האבען א תוצאה זאל ארויסקומען וויאזוי דו ווילסט. און בפועל זעהט מען נישט סזאל זיין אזוי. לפי החזו"א הייבט זיך דאס נישט אן און סנישטא קיין שום הבטחה אז דער אייבישטער וועט מאכען אזויווי דו ווילסט סזאל געשעהן. בטחון הייסט דו ביסט רוהיג אז אלס פירט דער איבישטער און ער וייס וואס ער טוט, ער מוז אבער בכלל נישט טוהן וואס דו ווילסט.
אלע קשיות וואס איר האט אויפ'ן חזו"א פרעגט עם, איך בין נישט דא אחראי עם צו מיישב זיין. איך מיין אבער אז דער עיקר הכרח זיינע איז טאקע פון די מציאות און ער האט זיך נישט געשראקן איבערצושרייבען אזא יסודישע נושא אין יידישקייט טאקע היפך דברי החוה"ל וויבאלד ער האט געדארפט סזאל שטימען מיט'ן מציאות און מיט שכל. אדער אפשר קען מען איכשהו אריינקוועטשן דברי החזו"א בתוך הראשונים בדרך דוחק.
איך נוץ נישט דא דער חזו"א ווייל איך בין עפעס א שטארקע חסיד זיינע אדער עפעס, נאר פשוט אויב רעדט מען מציאותדיג און שכלדיג אין דער סוגיא איז דאס לכאורה די איינציגסטע וועג וואס מקען גיין.
דאס איז אלץ פון אויבן אויף, אבער אליבא דאמת גיין מיר דא אריין אין אמתער טיפע יסודישע נושאים וואס זענען נוגע ממש בחיי הנפש של המאמין, אפשר די מערסטע פון אלע נושאים וואס מהאט דא אמאל גערעדט. און דאס פאדערט א שטארקע עיון ובירור שאין לי כח לזה כעת.
מי יתן שיקוים באנו 'וקוי' ה' יחלפו 'כוח' לרבינו שליט"א ויברר ויעיין עניני קוי אל ה' ובטחון כמיטב כוחותיו.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
לעיקוואד, איך מוטשע מיך שוין אוין דער סוגיא פון בטחון עידן ועדנים, טו א מצוה און לייג צו א פלייצע.
דו ווייסט מן הסתם אויך וואס דער חזון איש שרייבט או"ח סי' נ"ט ד' וז"ל: ומי שבוטח בה' וקובע מזונות בנו באופן שאין מבשלין בשבילו בשבת וכבר הרגלו בכך אין מזניחין אותו עכ"ל. משמע אז אויף א געוויסן פארעם העלפט יא בטחון.
איך בין נישט קלאר.
דו ווייסט מן הסתם אויך וואס דער חזון איש שרייבט או"ח סי' נ"ט ד' וז"ל: ומי שבוטח בה' וקובע מזונות בנו באופן שאין מבשלין בשבילו בשבת וכבר הרגלו בכך אין מזניחין אותו עכ"ל. משמע אז אויף א געוויסן פארעם העלפט יא בטחון.
איך בין נישט קלאר.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ממרום,
איך בין מיט דיר אלל די וועי אז טראץ דעם וואס די חכמים האבן אן א.ג. סייענטיפישע הסבר איז עס אבער קלאר נישט סייענטיפיש ווייל עס איז געבויט אויף השערות און דמיונות און נישט אויף קראנטע זעהבארע זאכן.
מיט דעם אלעם פארמינערט עס נאך נישט די אויטענטישקייט פון דעם חק און דער טעאריע.
סייענס זאגט נישט אז עפעס וואס האט דערווייל נישט קיין הסבר אדער עס האט א הסבר אן קיין ריכטיגע באווייזן איז עס נישט קיים? די זאך קען פאקטיש דא זיין נאר מיר פארשטייען נישט ווי אזוי עס ארבייט. סייענס לאזט אלעמאל א מקום פארן פארשטיין און לערנען שפעטער.
די נושא פון האמיאופאטיע קומט דא נישט אריין, כ'פארשטיי אז דו האסט עס נאר געברענגט אלץ א דמיון.
די לאו אוו אטראקשען האט טויזנטער פובליצירטע סוקסעס מעשיות, (און מעגליך מיליאנען אומפובליצירטע). א פרוי אויס געהיילט פון יענע מחלה, א מאן געפונען זיין דריעם דזשאב, רייך געווארן, שידוכים, פארקינג ספעיס, א געוויסע מתנה וכדומה. מען קען צונעמען א יעדע איינציגע מעשה און פארענטפערן ווי אזוי עס איז געשעהן, אדער קען מען ענטפערן איין הסבר אויף אלע מעשיות. די עם חכם ונבון גייט מיט די איין תירוץ. די עם אויבער חכם גייט מיט די טויזנטער תירוצים.
איך בין מיט דיר אלל די וועי אז טראץ דעם וואס די חכמים האבן אן א.ג. סייענטיפישע הסבר איז עס אבער קלאר נישט סייענטיפיש ווייל עס איז געבויט אויף השערות און דמיונות און נישט אויף קראנטע זעהבארע זאכן.
מיט דעם אלעם פארמינערט עס נאך נישט די אויטענטישקייט פון דעם חק און דער טעאריע.
סייענס זאגט נישט אז עפעס וואס האט דערווייל נישט קיין הסבר אדער עס האט א הסבר אן קיין ריכטיגע באווייזן איז עס נישט קיים? די זאך קען פאקטיש דא זיין נאר מיר פארשטייען נישט ווי אזוי עס ארבייט. סייענס לאזט אלעמאל א מקום פארן פארשטיין און לערנען שפעטער.
די נושא פון האמיאופאטיע קומט דא נישט אריין, כ'פארשטיי אז דו האסט עס נאר געברענגט אלץ א דמיון.
די לאו אוו אטראקשען האט טויזנטער פובליצירטע סוקסעס מעשיות, (און מעגליך מיליאנען אומפובליצירטע). א פרוי אויס געהיילט פון יענע מחלה, א מאן געפונען זיין דריעם דזשאב, רייך געווארן, שידוכים, פארקינג ספעיס, א געוויסע מתנה וכדומה. מען קען צונעמען א יעדע איינציגע מעשה און פארענטפערן ווי אזוי עס איז געשעהן, אדער קען מען ענטפערן איין הסבר אויף אלע מעשיות. די עם חכם ונבון גייט מיט די איין תירוץ. די עם אויבער חכם גייט מיט די טויזנטער תירוצים.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איך האלט אז הוגה האט בכלל נישט געשריבן די הודעה ער האט בלויז געהאט בטחון אז ס׳גייט געשריבן ווערן ער איז געזיצן מיטן רימאוט אנגעשטעלט צו fox5 ביים screen און ריפרעשד איינמאהל ס׳איז נישט געלונגען.
ער האט געסוויטשד טשענעל צו CNN געדרוקט ריפרעש און..... ניין סגייט ווייטער נישט
ער׳ט געגעבן א סוויטש אראפ צו HBO געדריקט ריפרעש און בום!!!!! אן ארטיקל אויף קאווע שטיבל און תורה ומחשבה מיט 10 לייקס ........ ...
אוי פירטס מיך אריין צו בעלוויו שפיטאל.......

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קלעיקוואד, דאס איז אלעס ניו עיד'ג מאמבא דזובמא הבל הבלים, איך גאראנטיר אייך אז קיין איין איינציגער איז נאכנישט געווארן דאר דורך "ווילסט ווערן דאר? מוזט נישט גיין אין דזשים, קענסט ווייטער פרעסן הערינג מיט קעיק, ווילאנג דו טראכסט און דו גלייבסט בשלימות אז דו ביזט דאר".
די שטותים איז גוט פאר די היינטיגע וועלט ווי יעדער זוכט א 'אינסטענט רעסעפי' אויף אלעם און אלעס, מיר האט מען אויסגעלערנט אז גארנישט געשעהנט נישט פון זיך אליינס און אדם לעמל יולד. בדוק ומנוסה.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן עפעס וואס קומט פאר פרעמד, און זאגן אז עס איז מאמבאו דזשאמבאו. אין אמעריקא און בפרט ביים היימישע עולם מאכט מען שטארק אוועק ענערגיע (און אנדערע אלטערניטיווע) היילונגען, און מען טענה'ט דערויף אז עס איז מאמבאו דזשאמבאו טראץ דעם וואס מיליאנען מענטשן ארום די וועלט אנערקענען עס אלס אן עמטליכע היילונגס מיטל.
מיליאנען מענטשן ארום די וועלט באנוצן זיך מיט די לאו אוו טטראקשען פאר אלע זייערע באדערפנישן, דאס גייט שוין אן פאר הונדערטע יארן און עס איז שוין געדרוקט געווארן צענדליגע בעסט-סעלער ביכער מיט טויזנטע מעשיות, און דו ווילסט עס אפלייקענען מיט מאמבאו דזשאמבאו? אז דו ווילסט זאגן אז דו פארשטייסט עס נישט אדער אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל פארשטיי איך דיר, אבער עס אפצופרעגן דארף מען האבן אינטעליגענטער געשפרעך.
יעצט, לאמיר עקסטרע צונעמען דיין שאלה בנוגע די דייעט. און מען וועט עס עקסטער פרובירן צו ערקלערן הן מטעם די חק והן מטעם בטחון.
דיסקלעימער, איך בין נאך נישט איבערצייגט אין דעם, און פארדעם בין איך נאך אלץ ביזי מיט עטקין, הערשל מייזליש, דאקטאר לידער, וועיט וואטשערס, באלל דייעט, עקסערסייז וכו' איך האף אז איין טאג וועל איך יא זיין איבערצייגט.
ווי אזוי קען זיין אז צוויי מענטשן קענען עסן די זעלבע און איינער ווערט גראב און די אנדערע נישט? וועסטו ענטפערן אז איינער האט א שוואכע מעטאביליזם? וואס איז פלוצלינג געשעהן ביי די אכט און צוואנציג אז יענעמס מאטאביליזם האט אויפגעהערט צו פונקציאנירן?
צווייטענס, פארוואס קענסטו פארשטיין אז איינער זאל מאכן געלט דורך לאו אוו אטראקשען ענדערש ווי פארלירן וואג? אויב קען מען ציען צו זיך געלט מיטן מחשבה פארוואס זאל מען נישט קענען ציען צו זיך געזונטע באצילן מיט גוטע מחשבות?
דריטענס, לויט מיין פערזענליכע סברא וואס איך האב געשריבן אין די ערשטע הודעה איז עס נאך מער פארשטענדליך. ווייל לויט דעם, דאס טראכטן און שפירן בשלימות ווי א געזונטע מענטש, וועט אים מאכן ביהעיוון ווי איינס, דאס מיינט אז ער וועט עסן געזונט, מאכן איבונגען וכדומה. דאס האט ער נישט געקענט טון ווילאנג ער האט זיך געזעהן אלץ א גראבער פרעסער.
יעצט בנוגע בטחון. אויב האלטסטו אז ווען א מענטש האט בטחון אינעם אייבישטער באקומט ער זיין מבוקש, אויב אזוי פארוואס,שטעלט זיך אפ די אייבישטערס מבוקש ביי דעם? די אייבישטער קען נאר מאכן א מענטש געזונט אויב ער עסט נישט קארבס? אויב ער עסט קעיק מיט הערינג דאן קען שוין נישט דער אייבישטער? היפלא מהשם דבר? אלעס קען ער.
נאר וואס דען, למעשה אנשים כערכינו, וואס זענען געבוירן און לעבן אין די עולם העשייה איז גאר שווער צו לעבן מיט אזא שטארקע ביליף, עד כדי כך אז מען זאל זיין הונדערט פראצענט קאנווינסד אז עס וועט געשעהן, אשר על כן מוזן מיר אוועק שטופן די טעלער הערינג אויפן זייט און ערשט נאכדעם ווערט אונזער בטחון/ביליף בשלימות און מען ווערט דאר. אבער דער וואס קען זעך יא קאנווינסן אשרי לו.

- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
הוגה, זאגסט פיין, נאר ווי ביי יעדע זאך דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס.
עס איז קיין ספק אז א פאזיטיווער מענטש וועט אין אסאך פעלער בעסער אפשניידן, און זיכער שפירן בעסער און פרייליכער, ווי דעם פארדאגהטן פעסימיסט. דאס עצם האלטן אז עס גייט זיין גוט קען אויך אמאל ארויסהעלפן צוליב פארשידענע סיבות, צי ווייל מיט די קאנפידענץ קען מען צוציען מענטשן, מיט די אפטימיסטישקייט וועט מען מער פרובירן און האבן מער שאנסן, און צוליב נאך פסיכאלאגישע און אנדערע סיבות. אפילו ביי א קרענק, וואס מ'וואלט געקענט טראכטן איז א פיזישע געשעעניש מיט'ן קערפער, זעט מען דאך אז די פלאסיבא עפעקט האט א כוח, און איז, עכ"פ לויט רוב וויסנשאפטלער, אן אומגעלייזטע מיסטעריע וואס מ'ווייסט נישט וויאזוי גענוי דאס ארבעט צו קענען פאקטיש היילן א מענטש. אבער למעשה קען עס ארבעטן.
אבער זייער וויכטיג צו געדענקען איז אז "עס קען ארבעטן", ווערסוס "עס ארבעט". אוודאי איז דא נאך טויזנט זאכן וואס שפילן א ראלע און זיכער איז די לאו אף עטרעקשאן נישט "די רעסעפי" צו האבן א פערפעקטע לעבן. אפילו לאמיר זאגן אז דיין פאזיטיווע חבר האט קיינמאל טרעפיק און טרעפט טאקע אייביג פארקינג, קלערסטו נישט אז יעדער וואס זארגט זיך ווי דיר שטייט אין טרעפיק און זוכט פארקינג, און ווער נישט, נישט. דו קלערסט נישט אז די ריזיגע ליינס יעדן טאג ביי ראש אוער ביים דזשי-דאבעליו באשטייט פון מחנות פעסימיסטן... און די אלע קארס וואס "כאפן פארקינג" זענען די וואס האבן געטראכט אז נישט. קלערסט אויך נישט אז אלע מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די 9/11 אטאקעס זענען אלע געווען בלויז נעגאטיווע מענטשן און די פאזיטיווע האבן זיך צופעליג געראטעוועט.
נאר וואס יא, עס איז איינע פון די כללים וואס איז גוט צו געדענקען און פרובירן לעבן דערמיט ווען מעגליך און קען אביסל צוגעבן צו א רואיגן טאג און שטוב. אבער דעציט. און די אלע וואס טרייבן עס איבער און מאכן עס ווי עפעס "דער סוד" צו קינדער, געלט און יעדע זאך אין א גוט לעבן, דאס איז סתם באלאני. ער האט געוואלט מאכן אפאר דאלאר פון א גוטן בוך. כ'מיין אויב דער ארויסגעבער האט עס ארויס מיט אלע מפרשים, דארף אים דאך ממש אלעס גיין גוט אין לעבן. אבער קוק אים ביטע נאך און ברענג מיר א באריכט צי עס לויפן אים נישט אויך נאך זיין אייגן פעקל צרות. זאג מיר צי ער זיצט נישט מיט יעדן צוזאמען אין טרעפיק...
בקיצור, עס איז א פיינע געדאנק, אבער מיט א מאס.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
שרגא האט געשריבן:אבער זייער וויכטיג צו געדענקען איז אז "עס קען ארבעטן", ווערסוס "עס ארבעט". אוודאי איז דא נאך טויזנט זאכן וואס שפילן א ראלע און זיכער איז די לאו אף עטרעקשאן נישט "די רעסעפי" צו האבן א פערפעקטע לעבן. אפילו לאמיר זאגן אז דיין פאזיטיווע חבר האט קיינמאל טרעפיק און טרעפט טאקע אייביג פארקינג, קלערסטו נישט אז יעדער וואס זארגט זיך ווי דיר שטייט אין טרעפיק און זוכט פארקינג, און ווער נישט, נישט. דו קלערסט נישט אז די ריזיגע ליינס יעדן טאג ביי ראש אוער ביים דזשי-דאבעליו באשטייט פון מחנות פעסימיסטן... און די אלע קארס וואס "כאפן פארקינג" זענען די וואס האבןג עטראכט אז נישט. קלערסט אויך נישט אז אלע מענטשן ואוס זענען געשטארבן אין די 9/11 אטאקעס זענען אלע געווען בלויז נעגאטיווע מענטשן און די פאזיטיווע האבן זיך צופעליג געראטעוועט.
פארשטייסט אליינס אז די וועלט וועט ווייטער בלייבן א מיסטעריע אפילו נאך דעם וואס אלע טעאריעס און שיטות וועלן זיין פארשטענדליך. און אין דעם חק בין איך אליינס נישט קלאר, איך האב עס ארויפגעברענגט טאקע דערפאר ווייל איך האב געהאפט אז דא וועלן אויסגעגליכן ווערן מיינע צווייפלונגען און תמיהות.
1) פארוואס זאלסטו קענען בעסער פארשטיין אז דער חק זאל קענען אויסהיילן מענטשם פון שטערבליכע מחלות אבער ביי טראפיק זאל עס נישט העלפן?
2) לאמיר דיך צוריק פרעגן דיינע תמיהות פון א אידישע "בטחון" שטאנדפונקט:
דו קלערסט נישט אז די ריזיגע ליינס יעדן טאג ביי ראש אוער ביים דזשי-דאבעליו באשטייט פון מחנות מענטשן אן בטחון... און די אלע קארס וואס "כאפן פארקינג" זענען די וואס האבן יא בטחון. קלערסט אויך נישט אז אלע מענטשן ואוס זענען געשטארבן אין די 9/11 אטאקעס זענען אלע געווען בלויז מענטשן אן בטחון און די מענטשן וואס האבן יא בטחון האבן זיך צופעליג געראטעוועט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
הוגה, אפגעזען צי די ערפינדערס פינעם חוק האבן געגלייבט אין א higher power צי נישט, לויט דעם חוק אויב איינער איז attracted צי א קעדילעק אין איז זיך בוטח אינעם חוק אבער גלייבט נישט אין גאט, ווער דער חוק ארבעטן פאר אים?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
נישט אז ער איז אטראקטעד צו די קאדילאק, נאר אויב ער עטראקט די קאדילאק צו זיך, און די ענטפער איז יא. למעשה מוז דער מענטש גלייבן אין עפעס ווייל אז נישט ווער וועט עס אים ברענגען, די עפעס מוז אבער נישט זיין גאט, עס קען זיין די universe.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
You made my point
דער חובת הלבבות פארארבעט שטארק אז א חלק פין בטחון בה' איז וויסען קלאר אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף גארנישט אין דער וועלט, נאר אויף דעם אייבערשטן אליין!! (ולא כמטי פראנק ו tony robbins)
אויב די שפיץ פין בטחון וואלט געווען צי זיין פארזיכערט אז איך גיי באקומען די קעדילעק, וואלסטו גערעכט געווען. למעשה איז דאס קאפויער, בטחון מיינט אז טבע אין חוקי הטבע זענען בכלל נישט די בעלבאס צי איך זאל האבן צי נישט, נאר דער אייבישטער אליין, כגמל עלי אמו. ממילא אפילו אויב חרב חדה פין טבע זאגט אז איך גיי נישט, אדער איך קען נישט, באקימען די קעדילעק בין איך just as calm ווייל איך ווייס אז עס ליגט אין האנט פינעם כל יכול. (אין ער ווייל מיין טובה בטוב הנראה והנגלה, אין והבוטח בה' חסד יסובבנו)
דאס אלס זאגט נישט אז עס איז נישט דא קיין סגילה פין "טראכט גיט וועט זיין גיט" אדער די סא קאלד law of attraction
אמת, אויב איינער איז א אמתע מאמין בה' אליין האט ער אויך די fringe benefit פין די סגילות למינהים, באט ווער דארף עס???
אויף דעם וואס דו זאגסט אז עס איז שווער צו זיין א מאמין, פארדעם האט מען דיך ציגעטיילט 120 יאר (אפשר קענסטי ניצען די law of attraction ארויסצוהעלפן אין באקימען אמת'ע בטחון, אבער געדענק there is no guarantee)
דער חובת הלבבות פארארבעט שטארק אז א חלק פין בטחון בה' איז וויסען קלאר אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף גארנישט אין דער וועלט, נאר אויף דעם אייבערשטן אליין!! (ולא כמטי פראנק ו tony robbins)
אויב די שפיץ פין בטחון וואלט געווען צי זיין פארזיכערט אז איך גיי באקומען די קעדילעק, וואלסטו גערעכט געווען. למעשה איז דאס קאפויער, בטחון מיינט אז טבע אין חוקי הטבע זענען בכלל נישט די בעלבאס צי איך זאל האבן צי נישט, נאר דער אייבישטער אליין, כגמל עלי אמו. ממילא אפילו אויב חרב חדה פין טבע זאגט אז איך גיי נישט, אדער איך קען נישט, באקימען די קעדילעק בין איך just as calm ווייל איך ווייס אז עס ליגט אין האנט פינעם כל יכול. (אין ער ווייל מיין טובה בטוב הנראה והנגלה, אין והבוטח בה' חסד יסובבנו)
דאס אלס זאגט נישט אז עס איז נישט דא קיין סגילה פין "טראכט גיט וועט זיין גיט" אדער די סא קאלד law of attraction
אמת, אויב איינער איז א אמתע מאמין בה' אליין האט ער אויך די fringe benefit פין די סגילות למינהים, באט ווער דארף עס???
אויף דעם וואס דו זאגסט אז עס איז שווער צו זיין א מאמין, פארדעם האט מען דיך ציגעטיילט 120 יאר (אפשר קענסטי ניצען די law of attraction ארויסצוהעלפן אין באקימען אמת'ע בטחון, אבער געדענק there is no guarantee)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט מיט מיין צוזאמשטעלן בטחון און law of attraction. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז אויב איינער האט בטחון אין די יוניווערס דארף ער קיין בטחון אין די באשעפער נישט האבן, איך האב אויך נישט געמיינט צו זאגן אז איינער וואס האט בטחון דארף ער אויך אטראקטן צו זיך די זאך. וואס איך האב געזאגט איז אז בטחון איז אטראקשאן גופא. ווען איינער האט בטחון אין די אייבישטער און ער באקומט עס, דאס איז די לאו אוו אטראקשאן.
די חכמי הגוים האבן לויט דעם סך הכל גענומען בטחון און עס איבערגעטייטשט אן די באשעפער, און א יעדער קען אריינלייגן און זיך פארזיכערן און וואס ער גלייבט.
שפעטער האב איך נאר פרובירט צו גיין איין טריט ווייטער און מחדש זיין אז דאס ארבייט בדרך הטבע, איך ווייס אבער אז די חכמי law of attraction האלטן קלאר נישט ווי מיר. נו, עפעס לאקשן תורה האב איך דאך אויך א רעכט מחדש צו זיין...
די חכמי הגוים האבן לויט דעם סך הכל גענומען בטחון און עס איבערגעטייטשט אן די באשעפער, און א יעדער קען אריינלייגן און זיך פארזיכערן און וואס ער גלייבט.
שפעטער האב איך נאר פרובירט צו גיין איין טריט ווייטער און מחדש זיין אז דאס ארבייט בדרך הטבע, איך ווייס אבער אז די חכמי law of attraction האלטן קלאר נישט ווי מיר. נו, עפעס לאקשן תורה האב איך דאך אויך א רעכט מחדש צו זיין...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
הוגה האט געשריבן:ווען איינער האט בטחון אין די אייבישטער און ער באקומט עס, דאס איז די לאו אוו אטראקשאן.
איך האב פארשטאנען, באט פאר העווען סעק!!! ווער דארף דאס??? ער האט דאך דעם באשעפער מיט זיך! אין די main point is איז אז ער איז העכער טבע (וכל המוסיף גורע, וקוצץ בנטיעות)
הוגה האט געשריבן:די חכמי הגוים האבן לויט דעם סך הכל גענומען בטחון און עס איבערגעטייטשט אן די באשעפער, און א יעדער קען אריינלייגן און זיך פארזיכערן און וואס ער גלייבט.
דאס איז א סתירה צי בטחון, נו ווי קען זיי א סתירה צו בטחון, בטחון?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
הקטן האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:ווען איינער האט בטחון אין די אייבישטער און ער באקומט עס, דאס איז די לאו אוו אטראקשאן.
איך האב פארשטאנען, באט פאר העווען סעק!!! ווער דארף דאס??? ער האט דאך דעם באשעפער מיט זיך! אין די main point is איז אז ער איז העכער טבע (וכל המוסיף גורע, וקוצץ בנטיעות)
איך בין מיט דיר אלל דע וועי, מען דארף נישט מער ווי בטחון אין די אייבישטער, law of attraction, איז די אפטייטש פון בטחון, נישט קיין הוספה.
בנוגע מיין "טבע" טעאריע, כ'פארשטיי אז די באשעפער איז למעלה מטבע און דארף נישט טבע. אבער למעשה הנהגת העולם איז ע"פ דרך הטבע טראץ דעם וואס די אייבישטער דארף נישט צוקומען צו דעם. משום איזה סיבה שהוא וויל ער אזוי פירן די וועלט. נו, ווער זאגט אז סגולת הבטחון ארבייט נישט ע"פ דרך הטבע?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
יעצט הער איך וואס די זאגסט, אבער please פארצייל עס נישט פאר קיינעם, ווייל אויב די סוד פין די inner workings פין בטחון וועט ארויס ליקען האסטו געהארגט "בטחון" for ever ווייל דער מאמין דארף צי גלייבן אין העכר טבע אין וויסן אז טבע איז נישט gerenteet, אין דא שלעפסטו עם ציריק אראפ, אראן אין טיפען עולם כמנהגו. איך בעט דיך, למען ה', מאך א שוואג....
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך וועל מאכן א שווייג ווייל איך האב מורא אז איך וועל ווערן קהל'ס נער, איך בין דאך נישט זיכער אויב ס'שטימט בכלל, איך האב עס נאר דא ארויסגעווארפן פאר א טעסט דרייוו צו זעהן וואס אנדערע האבן צו זאגן דערוועגן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קול דודי האט געשריבן:ס׳איז זייער ביטער ווען איינער גלייכט צו די אייגענע אמונה צו דעם נעריש׳ן און אויסגעזויגן פון פינגער ״לאו אוו עטרעקשן״. עלובה עיסה וכו׳. הדא הוא דכתיב מילא בסלע ושתיקא בתרין. ודפח״ח ודו״ק
דודי טייערע, קיינער רעדט נישט דא פון אמונה, מען רעדט דא פון בטחון. הדא הוא דכתיב מיש נישט אויס די יוצרות, ונאמר חכמה בגוים תאמין. ודפח"ח ודוק.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
לעבן מיט אמינה איז די ערשטע דרגא אין בטחון,
בטחון וואס ווערט געניצט פשוט אלס א באראינגס מיטעל איז, לדעתי, נישט קיין בטחון - נאר א poor man's SSRI
ברעסלבערס אינטערשריפט ברענגט גיט ארויס ווי אינדער ערד די אפקורס איז, אין ווי וואט ער איז אנגעקימען מיט זיין התחכמות. אבער עס קען נישט געניצט ווערן as a selling pitch פאר בטחון. ודו"'ק
בטחון וואס ווערט געניצט פשוט אלס א באראינגס מיטעל איז, לדעתי, נישט קיין בטחון - נאר א poor man's SSRI
ברעסלבערס אינטערשריפט ברענגט גיט ארויס ווי אינדער ערד די אפקורס איז, אין ווי וואט ער איז אנגעקימען מיט זיין התחכמות. אבער עס קען נישט געניצט ווערן as a selling pitch פאר בטחון. ודו"'ק
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
הקטן האט געשריבן:לעבן מיט אמינה איז די ערשטע דרגא אין בטחון,
בטחון וואס ווערט געניצט פשוט אלס א באראינגס מיטעל איז, לדעתי, נישט קיין בטחון - נאר א poor man's SSRI
ברעסלבערס אינטערשריפט ברענגט גיט ארויס ווי אינדער ערד די אפקורס איז, אין ווי וואט ער איז אנגעקימען מיט זיין התחכמות. אבער עס קען נישט געניצט ווערן as a selling pitch פאר בטחון. ודו"'ק
איך כאפ נישט, סארי. איז דאס א קשיא, א תירוץ, א הערה? ביטע זייט מסביר.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]איך בין לעצטענס אנגעקומען צו א שטיקל רבי צדוק ז"ל וואס האט מיר אויסגעזעהן אז ער האלט אויך אז בטחון ארבייט ממש ווי די law of attraction. ער דערמאנט נישט די ווארט בטחון אבער עס זעהט אויס גאנץ קלאר אז ער האלט אז ווען איינער איז שטאק חושק צו עפעס און ער איז זיכער אז ער וועט עס באקומען וועט ער עס טאקע באקומען. איך האב עס געטראפן אין עטליכע פלעצער אבער איך וועל דא צוצייכענע דריי. וזה לשונו:
דאס איז מורא'דיג אינטערעסאנט. מען קען האבן וואס מען וויל, מען דארף נאר שטארק וועלן!
עס איז משמע דא אז אפילו א שוואכערע מענטש קען גרינגערהייט באזיגן א שטארקע מענטש ווילאנג זיין חשק איז שטערקער ווי יענעמ'ס.
קוקט'ס יעצט איבער די שמועס אין די אנהייב פון די אשכל וועט איר זעהן אז עס איז גאנץ ענליך און שטארק מסתבר אז מען רעדט פון די זעלבע זאך. אבער ווי שוין פריער ערווענט האבן די סגולות א clause ווי אזוי די פארשטייער זאלן זיך אלעמאל קענען ארויסדרייען און נישט קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך, אזוי ווי רבי צדוק אליינס שרייבט: "מיט חשק קענסטו באקומען וואס דו ווילסט, און אויב האסטו עס נישט באקומען איז א סימן אז דו האסט נישט חושק געווען גענוג שטארק". (וזה חוץ ממה שכותב שהכל בנאי שאין משפט נגדו בשמים.)
.[/justify]
החשק יש לו הכח לפעול אותו דבר שהוא משתוקק לו הרבה אפילו היא רע, כענין בדרך שאדם רוצה לילך וכו', מצד הרצון שלו פועל אפילו כל חמדת עוה"ז אם לא יהיה דבר מעכב שבמשפט אין מגיע לו זה ומונעין ממנו מה'. לולא זה ע"י החשק היה משיג כל מה שחושק.... וכפי תוקף התגברות כח החשק כך הוא משיג וכו'. (צדקת הצדיק אות רמ"ט)
דאס איז מורא'דיג אינטערעסאנט. מען קען האבן וואס מען וויל, מען דארף נאר שטארק וועלן!
הניצוח אדם לאדם היא ג"כ כפי 'גודל החשק' של אדם בניצוח, אם מתגבר מאוד (חשקו) אז הוא גובר, אם הם אך שוים במדת המשפט. (הנ"ל אות ר"נ)
עס איז משמע דא אז אפילו א שוואכערע מענטש קען גרינגערהייט באזיגן א שטארקע מענטש ווילאנג זיין חשק איז שטערקער ווי יענעמ'ס.
על כל מיני ישועות של הש"י לאדם יש בעתה ואחישנה, זכו אחישנה לא זכו בעתה. ובעתה, היינו שכבר חסר לו הדבר והוא צמא ומשתוקק ונצרך לה.... לזה זוכה כל נפש מישראל, אף הלא זכה. שבעתה (היינו כשמשתוקק וצמא להישועה) מזמין לו הש"י ישועה. ואם יראה שאין מזמין, זה לאות שעדיין אין צריך לה ויוכל להיות בלתה. (הנ"ל אות נ')