smartinof האט געשריבן:בקיצור די זאגסט אז איך זאל עס נישט פרעגן אויף דיר נאר אויפ'ן בעל שם, נישט עק וועלט, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז דער בעל שם האט געמיינט ממש ווי די לייגסט דאס אראפ "ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם", די אמאליגע פעלד ארבייטער, וואס מער פון באמיסטיגן פעלדער האבן זיי נישט געוואוסט, האט דער בעש"ט מחדש אז אפילו וואס ער טוט יא איז אויך חשוב, אפילו עס איז דא א גרויס חלק פון גאט'ס רצון, וואס ער ערפילט נישט, אבער ליב האבן און מקרב זיין איינעם וואס טוט נישט ווייל ער וויל נישט טון, און אים מחזק זיין אז ער זאל ווייטער נישט טון, און און שטארקייט צו טון ווייטער די זאכען וואס ער טאר נישט טון, דער בעש"ט האט דאס נישט געמיינט בכלל, ער האט געגעבן חיזוק פאר קיען און אויסזען פון מענטשען, וואס האבן אפילו צו זינדיגן קיין שכל נישט געהאט, און זיי איינגערעדט אז אפילו ער טאנצט ער זינגט און שפרינגט איז דאס אויך גוט, אבער מיט דעם האט ער נישט מחזק געווען מעשים וואס להכעיס קעגן גאט, נאר פשוט נישט געוואוסט ער האט זיי אפשר נישט אויפגעקלערט אז זיי דארפן טון מער וויפיל זיי וויסען
אויב דו ביזט נישט זיכער אויב די בעש"ט האט דאס געטון האסטו צוויי ברירות, אדער קענסטו גלייבן די לעגענדעס אויפן בעש"ט וואס פארציילן אז ער האט יא, און אויב דו ביזט סקעפטיקל דערין לערן זיין תורה און די תורה פון זיינע תלמידים וועסטו זעהן אז ער האלט אזוי.
אין יענע צייטן זענען געווען אסאך אידישע בעלי עבירה, נישט נאר פעלד ארבייטער. ביזן בעש"ט זענען זיי פראסט און פשוט פארשניטן געווארן פון כלל ישראל אדער עכ"פ געווען פון די נידעריגע קלאס, און די בעש"ט האט צוריק געברענגט די עכטע אידישקייט און האט אויסגעלערנט אז די אידן (פונקט ווי אלע אידן, אפילו חאניאקעס) זענען אויך א חלק אלוקי ממעל ועוד ועוד עיין בספריו.
אבער די היינטיגע חיזוק, מיט וואס מאיז זיי מחזק, ממינט עס אז וואס זיי טוען נאר איז גוט, איז מען זיי מחזק אז עטס קענטס אנגיין מיט ענקערע מעשים וואס איז בכוונה להכעיס קעגן גאט, בין איך נישט זיכער אז דער בעש"ט האט דאס געמיינט.
ניין נישט דאס האט די בעש"ט געמיינט. אבער וואס איז שלעכט מיט זאגן פאר א אידיש קינד איי לאוו יו? ס'געפעלט נישט איינעם? סאונד צו פראסט? אויב עס איז אמת איז עס שיין.
בקיצור, ווען איך האב געשריבן מיין ערשטע הודעה דא איז מיין כוונה נישט געווען צו געבן רעכט פאר די א.ג. בעלי עבירה, און נישט צו באשולדיגן דער סיסטעם, סך הכל האב איך געזאגט אז פונקט ווי די פארוויטאגטע עלטערן באקומען אזויפיל עטענטשאן און חיזוק, דארף זיך איינער זארגן פאר די פארוויטאגטע קינדער, און הרב יונגרייז טוט דאס.