היסטאריע אין ש"ס פארטיי: ארי' דרעי באקומט צוריק פארזיצערשאפט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

נאך 13 יאר גלות ליידן האט היינט פאסירט דאס אומגלויבליכע. הרב עובדי' יוסף האט צוריקגעגעבן דעם פארזיצערשאפט פון די ש"ס פארטיי פאר דעם כאריזמאטישן ארי' דרעי, און מיט דעם געמאכט א ענדע צום פאליטישען צירקוס וואס שפילט זיך אפ דאס לעצטע האלבע יאר זינט דרעי' איז צוריקגעקומען אויף ש"ס, ווי 3 חברה האבן געדינט אלס פארזיצערס.
ווי שוין באקאנט איז ארי' דרעי אומגעקערט געווארן צו די ש"ס פארטיי בעפאר די בחירות וואס זענען אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם חודש שבט. זיין אומקער האט געשאפן א סענזאציע אין די ישראלישע פאליטיק, און אויפגעשאקעלט די אינערליכע רייען אין די ש"ס פארטיי. זינט זיין אומקער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעקלארט דאס בילד ווער עס איז דער דה פאקטא פירער פון די פארטיי. נאר די 3 הויפט שפילער אלי' ישי, ארי' דרעי און אריאל אטיאס האבן ביינעזאם געדינט אלס פירער, און דאס האט געשאפן נאכאנאנדע קאפווייען פאר די פארטיי. אלע האבן געוויסט צו זאגן אז אזא ווירטשאפט קען נישט אנהאלטן אויף צו לאנג, נאכדעם וואס זי האט געברענגט מער חורבנות ווי אויפטואינגן.
ענדליך האט היינט הרב יוסף באשלאסן צו קרוינען ארי' דרעי אלס דער יו"ר ש"ס. וואס דאס מיינט אז ער ווערט דער בעה"ב אויף אלע אנגעלעגנהייטן אינערהאלב די פארטיי הן אויף די פארלאמענטישע און הן אויף מונציפאליטעטן.
באמת האט דרעי' גע'טענה'ט אלע יארן אז דער פארזיצערשאפט באלאנגט צו אים, נאך וואס הרב יוסף האט אים פארשפראכן ווען ער איז אריין זיצן אין טורמע אז ווען ער וועט ארויסקומען וועט ער דאס צוריקבאקומען, אבער צו זיין גרויס פארדרוס איז הרב יוסף געווען זייער צופרידן מיט די נייע פירערשאפט פון דעם מער פאלגזאמען אלי' ישי, און ער האט נישט צוריקגעגעבן די שליסלעך פאר דרעי. יעצט אבער, נאך 13 יאר פון די סומטאכע, האט ער דאס ענדליך צוריקבאקומען.

'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
לעמיל האט געשריבן:מיין מיינונג זייער שיין ביישריבען
אויב נעמט ישי אן די דשאב פון יו"ר החינוך דארף ארויס גיין פון כנסת? און וואס מיינט וואס אטיאס האט באקומען? איז נישט די יו"ר פון די סיעה די יושב ראש אויך און כנסת?
אויב ישי נעמט אן די פארשלאג, דארף ער רעזיגנירן פון כנסת, אזוי איז פארלאנגט לויט די געזעץ אין מדינת ישראל, מ'קען נישט דינען אויף צוויי פאסטנס בשעת מ'איז אין די כנסת.
צו דיין צווייטע פראגע, אטיאס נישט די פארזיצער פון די פארטיי, יו"ר סיעה, איז דער וואס שטעלט פאר די פארטיי אין די כנסת. ס'איז נישט עפעס א מכובד'יגע פאסטן ווער ווייסט וואס, נאר אויב יו"ר הסיעה איז פון די פארטיי וואס איז איןדי ממשלה, וואו ליכוד יעצט וואס זיין תפקיד איז צוזאמען ארבעט מיט אנדערע פארטייען אין די קאאליציע.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
עוד מישהו, ער דארף נישט אפטרעטן פון כנסת אויב ער נעמט אויף זיך די פירערשאפט פון "אל המעין". אבער סייוויאזוי האט ער שוין געמאלדן אז ער גייט דאס נישט אננעמען.
*
זייער שווער האט ישי אנגענומען די בשורה אז ער פארלירט דעם פארזיצערשאפט פאסטן, נאך וואס ער האט איר געהאט פאר אזויפיל יאר, און האט געהאלטן אז ער האט געטון א פיל בעסערן דזשאב פון דרעי. למעשה ליגן אפן יעצט אפאר אפציעס פאר ישי'ן. איינע פון די אפציעס איז אז ישי זאל לויפן פאר מעיאר אין ירושלים ביי די וואלן וועלכע וועלן פארקומען קומענדיג חודש חשון. לכאורה איז די אפציע די מערסטע מכובד פאר ישי'ן, און מ'קען אויך זאגן אז דאס איז א שיינע וועג וויאזוי דרעי קען ישי מסדר זיין ער זאל אים נישט שטיין אין וועג אויף טריט און שריט. די פראגע איז אבער צי ישי קען אנצוען גענוג שטארק צו געווינען דעם אמט. ימים ידברו.
געוויסע נאנטע צו ישי זאגן אבער אז ישי גייט אין ערגעץ נישט, נאר וועט בלייבן אין כנסת אויסצוטיילן צרות פאר דרעי.
דרעי האט שוין פרייטאג גערופן א זיצונג צווישן די אקטיווע מיטגלידער פון די ש"ס פירערשאפט מאכן די פלענער אויף פאראויס, בעיקר איבער די מוניפיצאליטעטן וואלן וועלכע קומען פאר אין ווינציגער פון א האלב יאר.
די נייעס בכלל איבער דעם פארזיצערשאפט האט אויפגערודערט דאס לאנד דורכאויס די וואך ענדע, ווען פאליטיקער און אנאליזירער האבן אפגעשאצט דעם מצב זה בכה וזה בכה, און פארגעשריבן עתידות פאר די ש"ס פארטיי אדאנק דעם טויש. רב יוסף זעלבסט האט ביי זיין וועכנטליכע מוצ"ש שיעור רעאגירט צום פארזיצערשאפט איבערגאנג, זאגענדיג אז דרעי האט יעצט צוריקבאקומען דעם פקדון וואס עס איז אים צוגעזאגט געווארן איידער ער איז אריין אין טורמע צו דינען זיין אורטייל. צו די זעלבע צייט האט ער שיין אויסגערימט אלי' ישי און באדאנקט פאר די אלע יארן געטרייע פירערשאפט.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
סאיז געווען גאנץ אנגעצויגן דארט די מצב די לעצטע פאר חדשים, נאכדעם וואס ש"ס האט נאר אנגעצויגן 11 מאנדאטן.
ארי' דרעי האט מיט א פילן מויל פרעדיקטעד, אז ער שלעפט ארויף די פארטיי צו 16-17 מאנדאטן וכו'.
שפעטער האט ער ארויפגעווארפן די שילד אויף אלי ישי, וועלכע האט איהם נישט געגעבן פילע בעלות אויף די פארטיי.
גאר שטארקע לחץ האט ער געלייגט, און ווי מ'ווייסט שוין די לעצטע 25 יאר, ווען ארי' דרעי וויל עפעס, פירט ער אויס......
ער איז א כאריזמאטישע פערסאנאליטעיט, א געשילטע פאליטישן, און א שטארקע עקשן.
בקיצור, מיין הארץ גייט אויס פאר אלי ישי, וועלכע האט זיך באמת מכניע געווען אלע יארן צו הרב עובדי', און געווען א עבד נאמן, און געטוהן זיין שליחות בשלימות.
ווידער ארי' דרעי, קומט פילע קרעדיט אלע יארן, וואס ער האט געבויעט די ש"ס פארטיי במו ידיו, אבער איז נישט אזוי אינטערטעניגט צום דעת תורה פון הגאון הנ"ל.
א אפמאך איז א אפמאך, אפילו עס טוט שטארק וויי.......

עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.
דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
די וועלט זאגט א ווערטל אז א גבאי קען נישט זיין חסיד. דאס זעלביגע איז כלפי ארי' דרעי מיט הרב עובדי', צו וועם עס איז נישט מעגליך ער זאל זיין אזוי נכנע וויבאלד זיי זענען אייניגע שותפים אינעם ש"ס געשעפט, ממילא שפירט דרעי אז האט אויך רעכט צו זאגן זיין מיינונג. משא"כ אלי' ישי האט באקומען אויף א גאלדענעם טאץ א סטאבילער שיינער פארטיי פון הרב עובדי', ממילא איז ער אויטאמאטיש געווען מער נכנע.
אודאי איז עס א רחמנות אויף אלי'ן, אבער סוף סוף האט ער געברויכט פאראויס זען דעם טאג, וויבאלד ארי' איז נישט געגאנגן אליינס אין פאליטיק נאר געווארט שיין אז הרב עובדי' זאל אים צוריק אהיים ברענגן, וואלט אלי' געברויכט וויסן אז ס'קען זיך איין טאג ענדיגן מיט זיין מלוכה און ער וועט דאס ברויכן צוריקגעבן פאר דרעי.
אודאי איז עס א רחמנות אויף אלי'ן, אבער סוף סוף האט ער געברויכט פאראויס זען דעם טאג, וויבאלד ארי' איז נישט געגאנגן אליינס אין פאליטיק נאר געווארט שיין אז הרב עובדי' זאל אים צוריק אהיים ברענגן, וואלט אלי' געברויכט וויסן אז ס'קען זיך איין טאג ענדיגן מיט זיין מלוכה און ער וועט דאס ברויכן צוריקגעבן פאר דרעי.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
מיין מיינונג,
אויף די ערשטע טייל, דפח"ח. גוט געזאגט.
אויף די צווייטע טייל בין איך מחולק, אריה דרעי האט גוט טעראריזירט הרב עבודי' ביז ער האט איהם בלית ברירה צוריק גערופן,
עס איז געווען א אולטימאטום, אדער קום איך צוריק, אדער עפן איך אויף א פארטיי פאר זיך.
ש"ס האט גוט מורא געהאט, און בלית ברירה, צוריק גערופן ארי'ן, מיט כלומר'שטע שותפות, וועלכע יעדער האט פאראויס געזעהן וואס דא גייט געשעהן, אין עי מעטער אף טיים.
דרעי'ן איז אנהייב געווען מסופק צו ער וויל גיין אין פאליטיק, דערפאר איז ער געווען שטיל, 5 יאר שפעטער האט באשלאסן אז יא ער איז דא.....
אויף די ערשטע טייל, דפח"ח. גוט געזאגט.
אויף די צווייטע טייל בין איך מחולק, אריה דרעי האט גוט טעראריזירט הרב עבודי' ביז ער האט איהם בלית ברירה צוריק גערופן,
עס איז געווען א אולטימאטום, אדער קום איך צוריק, אדער עפן איך אויף א פארטיי פאר זיך.
ש"ס האט גוט מורא געהאט, און בלית ברירה, צוריק גערופן ארי'ן, מיט כלומר'שטע שותפות, וועלכע יעדער האט פאראויס געזעהן וואס דא גייט געשעהן, אין עי מעטער אף טיים.
דרעי'ן איז אנהייב געווען מסופק צו ער וויל גיין אין פאליטיק, דערפאר איז ער געווען שטיל, 5 יאר שפעטער האט באשלאסן אז יא ער איז דא.....
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.
דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
יהודית יוסף האט געטוישט איר מיינונג שוין מיט א האלבע יאר צוריק, אנדערש וואלט ארי' דרעי נישט צוריקגעקומען צו די ש"ס פירערשאפט בכלל. זי מיט איר מאן משה יוסף זענען די מכריעים אין שטוב, און ווי ס'שיינט האט זיך אלי' ישי צופראסקעט מיט די הנהגה האט ער שנעל באקומען זיין פארדינטן שטראף.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
עס איז דא שמועות אז ארי' דרעי האט מצליח געווען זיך צו פאראייניגן מיט שלי חיימוביץ וואס דאס קען מיינען א נייע קאאליציע מיט ש"ס אינעווייניג, דאס איז א דאנק די פיפיגע פאליטיק פון ארי' דרעי, עס איז שטארק מעגליך אז יד דרעי באמצע, און ארי' דרעי האט מצליח געווען דאס נישט צוצולאזן ביז יעצט, צו באווייזן דוקא ווען ער איז דער איינציגער פירער אין ש"ס, דאס האט אלע פינגער אפדדרוקן פון דרעי, ימים ידברו.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.