די שרעקליכע התגרות פין די סוריא אטאקע,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

די שרעקליכע התגרות פין די סוריא אטאקע,

שליחה דורך חזקיהו המלך »

רבותי,

כ'גיי שרייבען דא וואס איך וויל , כ'געב נישט אן קיין מקורות, כ'שרייב וואס איך טראכט, אין איך האב א געבוירענע רעכט צי טראכטען פאר זיך אין נישט גלייבען אלעס וואס דער ניו יארק טיימס פיטערט פאר די קינדערלאך,

כ'וויל נישט אז קיינער זאל מיר אויסלאכען, ממילא בעט איך אז די וואס קענען זיך נישט איינהאלטען זאלען ארויס פינעם זאל, אויך וויל איך נישט מען זאל מיר באפאלען פארען זאגען מיין מיינונג, כ'האב א געבוירענע רעכט צי זאגען מיין מיינונג אין קיינער קען מיר דאס נישט אוועקנעמען,

יעצט צים ענין, א פאר מחללי שבת וואס פיהרען אן א רעגירונג וואס זיי ריפען פאר סאם סטרענדזש ריזען ממשלת ישראל, זיי האבען זיך צילאזט אין אטאקירט א פרעמדע אראבישע מדינה פלעין אזוי, מיטען פאלטשען תירוץ אז בלא בלא בלא, אז ס'דא מיסיל'ס צי וואס, וואס איז אויפען וועג צי חיזבאלע אין משום טעם הכמוס מיזען זיי עס באמבאדירען אין מיטען העלען סוריא, אזוי אז גאנץ סוריא זאל זיך שאקלען,

קודם אפיללו ס'ווען אמת האבען זיי נישט קיין רעכט צי זיך נעמען שיסען אויף א צווייטע לאנד אזוי שמיר ניש דיר ניש, אין צווייטענס גלייב איך עס נישט, ס'איז א גוטעןתירוץ כדי די קינדערלעך זאלען בלייבען שלאפען,

נאר וואס יא, איז אזוי, כ'וועל ענק זאגען אביסעל וואס כ'טראכט, אבער כ'ווארען נאכאמאל קיינער מיז נישט גלייבען, אבער פאר העווען'ס סעיק קיינער זאל מיר נישט באפאלען, כ'האב סך הכל געזאגט וואס איך טראכט ס'קומט זיך מיר נישט קיין שלעק, דעטס איט,

איז אזוי, כ'וועל שרייבען אין קורצען, והמשכיל יבין, מאריך זיין קען דויערען צי לאנג,

איז אזוי , ס'דא א גרופע וואס קוקען זיך אן ווי די עליטע פין די וועלט, לכאורה זענען זיי אויך צישפליטערט צווישען זיך אבער עכ"פ זיי האבען א גרויסע השפעה אויף די וועלטליכע פינאנץ אין פאליטיק, אבאמא איז נאר ווי א געצייג אין זייער הענט, ער ווייסט לכאורה אפילו נישט די די טיפקייט וואס זיי ווילען מיט זייערע פלענער, ער מיז אבער טוהן וואס זיי הייסען, זיי קאנטראלירען מער ווייניגער די מעינסטריעם מידיא, אין א פרעזידענט וואס גייט נישט אין שפאן מאכט מען אויף אים א סקאנדאל, זיי האבען ציגעגרייט מסתם שמוץ אויף יעדען פרעזידענט מיט וואס זיי קענען עים סטראשען, אדער קענען זיי ערלעידיגען אז דער פרעזידענט זאל געשאסען ווערען דורעך א מיסטריעזע איינצעלע שיסער אזוי ווי זיי האבען לכאורה געטוהן מיט קענעדי,

זיי האבען עפעס א פלאן עכ"פ ווי עס זעהט אויס זענען זיי ביזי יעצט אין מיטל מזרח צי עלימינירען די רעגירונגען וואס גיען נישט אין שפאן, קודם ליביע, קאדאפי האט זיך געפירט זיין אייגענע ווירטשאפט האט מען עים געדארפט עלימינירען, על קאידע איז א פראדוקט פין זיי וואס זיי ניצען ווי זיי דארפען, אין זיי האבען געניצט על קאידע אין ליביע חאטשיג ס'איז אויך געווען לגיטימע (פין סתם המון) פראטעסטען, דאך איז די גאנצע זאך אנגעדרייט געווארען דורעך זיי וואס מען וועט זיי ריפען די גלאבאליסטען,

נאכדעם אין מצרים האבען געוואלט אראפברענגען די דארטיגען כ'דענק נישט זיין נאמען, נאכדעם קומט סוריא, אויף אסאד זענען זיי שוין לאנג ברוגז, ווייל ער מאכט שבת פאר זיך, אין זיי ווילען עים אראפ ברענגען פאר זיי נעמען זיך צי איראן,

איז אזוי זיי האבען געהיידזשעקט די אמעריקאנע רעגירונג, די פאליסיס פין די אמעריקאנע רעגירונג איז אין שארפען קאנטראסט צי די אינטערעסען פין די בירגער, אבער ...... גראבער......, זיי מאנעווירען אזוי צי ניצען די אמעריקאנע מיליטערישע אין פינאציעלע שטארקייט פאר זייערע אינטערעסען, אין זיי ווילען אויך אראפ ברענגען די אמעריקאנע שטארקייט אין שטאלץ אין זיי האבען עס אנגעהויבען צי טוהן דורעך ניין - עלעווען אין ס'איז א פרשה פאר זיך,

עכ"פ זיי ווילען ציברעכען אסאד, אין לכאורה נאכדעם אריינברענגען א עקסטרעמיסטישע מוסלעמענער רעזשים וואס זאל אונטער די קאליסען זיין אונטער זייער קאנטראל, אבער זייער פלאן איז אויך צי עלימינירען מדינת ישראל, ס'מיז נישט זיין אז ס'וועט זיי געלונגעכן אין דער באשעפער זאל האלטען די רעכטע האנט אויף זיינע קינדער אבער דאס איז זייער פלאן,

יעצט אמעריקע שיקט מיליאנע דאלארען פאר די סוריא רעבעלען, אבער אמעריקע איז נאכנישט גרייט צי אטאקירען סוריא, ווייל ווי עס קוקט אויס איז די יעצטיגע בלאף פין ביאלאגישע וואפען נאכנישט אזוי גוט אנגענומען ביי דעם אמעריקאנער המון, אין ס'קען בעקפייערען,

סאו יעדער ווייסט אז די שטאלצע צה"ל שיסט נאר ווען אמעריקע לאזט, אין ווען אמעריקע זאגט ניין זיצען זיי איינגעלייגט, סאו קיינער זאל מיר נישט פארקויפען אז מדינת ישראל האט אייגענע רויטע ליניע'ס בלא בלא בלא, ס'איז אלץ פאבליק רילעישענס גארביטש, נאר אמעריקע וויל נישט נעמען די היץ, ווערט מען פאניע בראט מיט מדינת ישראל אין מען ארבעט ציזאמען מיט זיי צי עלימינירען אסאד, די גאנצע חיזבאלע פשעטעל איז גארביטש פאר די קינדערלעך צי שלונגען, אין מדינת ישראל שפירט זיך גוט צי שפילען ציזאמען מיט די גרויסע קינדער, זיי חאפען נישט אז די חשבון פין די גלאובאליסטען איז אזוי צי נאך מער צי פארשארפען די שנאה אויף מדינת ישראל אין די אראבישע וועלט, כדי ווען די צייט וועט קומען נאכדעם וואס מדינת ישראל ווען זיין ארום גענומען מיט איסלאמישע עקסטרעמיסטישע רעגירונגען וועלען זיי קענען ניצען דעי האס קעגען מדינת ישראל,

די גאנצע זאך לוינט זיך נישט פאר מדינת ישראל, חוץ פין דעם וואס אסאד איז בעסער ווי די מוסלעמענישע ברודער, איז בכלל בעסער פאר זיי זיך נישט צי מישען אין נישט צי אנצינדען די צארען פין די מוסלעמענער, ווייל אפילו די וואס זענען קעגען אסאד קוקען אבער נישטו מיט קיין גוט אויג ווען מדינת ישראל מישט זיך, כ'זעה נישט גארנישט וואס זיי האבען דערפין, חוץ זיך שפירען גוט אז זיי שפילען מיט די גרויסע קינדער, אין פארקויפען חלומות אז זיי האבען רויטע ליניעס ........, זיי פאלען דא פאר א פאסטקע אויסגעשפרייט דורעך די גלאובאליסטען, אין זיי שפילען זיך מיט אידישע לעבענס, ווער געבט זיי דאס רעכט,

די גרויסע צידרייטע אמעריקע פארשטייט אז ס'בעסער מ'מישט זיך נישט (אפיציעל) אריין אבער די קליינטשיגע מדינת ישראל גייט שיסען אינמיטען העלען סוריא, א שרעקליכע מיסטעיק,

אין פין דא גייט ארויס מיין ווארענונג צי די מדינת ישראל מיליטערישע פירער: הערט אויף צי שפילען מיט די גלאובאליסטען אין מיט אמעריקע ווייל זיי מיינען נישט ענקער טובה, רעגטס נישוט אויף אלע ענקערע שכינים ווייל זיי ברענען פאר נקמה אין די קענסט קיינמאל נישט וויסען צי זיי וועלען קענען נקמה נעמען, סארא חוצפה מען קריכט אריין צי יענעם אין דיינינגראם אין מען באמבאדירט, אין ווער א לאנד וואס איז ארום גענומען מיט פיינט, ענק האבען נישט גענוג פיינט ?, אין לאמיר ענק עפעס זאגען, טאמער ס'וועט קומען די גורל'דיגע מינוט וועט ענק אמעריקע לכאורה לאזען אויפען וואסער, גלייבטס נישט זייערע הבטחות, זיי זענען געביגעלטע בלאפער'ס, ענק זענען אויך אויך די ליסטע פין די גלאובאליסטען, נאר קודם ווילען זיי ענק אויסניצען פאר זייערע אינטערעסען,

ס'דא נאר איין עצה, יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וישב אל ה' וירחמהו ואל אלקינו כי ירבה לסלוח, דאס איז די איינציגע וועג וואס וועט העלפען צי ראטעווען אידישע קינדער פין זייערע פיינט, די גלאובאליסטען זענען ענקערע פיינט אין זיך חנפנען צי זיי וועט נישט העלפען נאר ערגער מאכען,

נאר אונזער גרויסע טאטע דער בורא עולם קען אין וועט אונז העלפען, אין ער ווארט מען זאל תשובה טוהן צי אים, אין שוין וועט ער שיקען דעם גואל צדק צי אויסלייזען די נדחי ישראל, בב"א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געלייקט פאר דעם
בעט איך אז די וואס קענען זיך נישט איינהאלטען זאלען ארויס פינעם זאל, אויך וויל איך נישט מען זאל מיר באפאלען פארען זאגען מיין מיינונג, כ'האב א געבוירענע רעכט צי זאגען מיין מיינונג אין קיינער קען מיר דאס נישט אוועקנעמען,
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

WOW WOW WOW, "חזקיהו", ס'איז מעכטיג!
איך וויס נאכנישט פונקטליך וואס איז סארקאזים און וואס איז ערענסט! נאך אלעם זענען א חלק פונקטן ביטער גערעכט, און מצד שני דער הומאר אריינגעמישט....
ס'באאמט!
-------------------
ראשאקאל האקט.
געלייקט פאר יעדע ווארט!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אוי, כ'וויל שוין גיין שלאפען.
קעי, 'ך וועל יעצט לייקן און מארגען לייענען. א גוטע נאכט.
Under influence
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך האב אייך געלייקט, אבער גענומען בענדזשאמין פרענקלין'ס היתר פון לייקן אן אינדארסירן אייער מיינונג.
איך וועל נעמען דאס ווארט הגם דער מלך האט נישט אויסגעשטרעקט דעם שרביט הזהב, און דאס איז צוליב מיין מיינונג וואס איך בין בארעכטיגט צו זאגן, מיט א גלייכבארעכטיגטן זכות פון האלטן א מיינונג גענוי ווי אייך, מילא בעהט איך איר זאלט נישט אוועקנעמען מיין געבוירענע רעכט. און זינט דאס איז א זייטל אפען פארן פאבליק, קענט איר פארלאנגן וואס איר ווילט, אבער אז איר עפענט אן אשכול בשער בת רבים, און לייגט ארויף שארפע אידילאגישע מיינונגען וועלעכע זענען נישט אין איינקלאנג מיט א מייאריטעט ליינער דא, גלייב איך איר האט ערווארטעט עפעס תגובות.

ביטע נעמט דאס נישט אן אלס אן אנפאל אויף אייך, איך גלייך זייער אייער שרייבעריי, און וויבאלד איר שרייבט איבער סענסעטיווע ענינים אייער מיינונג, וועל איך נעמען די רשות צו שרייבן מיין מיינונג. כ'האף איר נעמט דאס נישט אן אלס אן אטאקע, עס איז בלויז א דיסעגרימענט.

קודם כל, דאס איז שוין גארנישט אייער אייגענעם מיינונג, איר האט נישט אליינס געוועבט דעם ברייט באקאנטע קאנספעראציע איבער די אונטערוועלט גרופע וועלעכע קאנטראלירט דעם וועלט, איר האט זיך געווייקט ביי אלעקס דזשוינס טישן, און געשעפט אסאך פון אים. איך וועל מוזן מודה זיין עס איז אינטערסאנט אים אויסצוהערן. איך מאך נישט גענצליך אוועק די זארגן, ס'גאנץ מעגליך דא עפעס וואס אמת דערין.

איך וויל פארשטיין. אין פאל די ישראלים זענען נישט קיין מחללי שבתות, וואלט איר דאן געשטיצט זייער מיסיע אין סיריע ? אויב יא וואס האט דאס מיט קאנספיראציעס, און אויב נישט וואו קומט אריין זייער אידישקייט סטאטוס דעבאטירנדיג זייער אומרעכט, (רעכט).

צווייטענס, איר נעמט אן זאכן פאר א פאקט, באזירט אויף א מיינונג, בעת אינעם ווירטואלן וועלט, (קען זיין איר קריגט זיך דערמיט אויכעט) ווערן זאכן באזירט אויף מיינונגען אנגערופן - טעאריע.
איר שרייבט: פאלשן תירוץ בלא בלא בלא אז ס'איז דא מיסילס. איך בין גרייט אנצונעמען אז עס איז פאלש, אפשר ברענגט איר אפילו איין ראיה אז עס איז פאלש ?
און אויב ס'איז באמת געוועזן אויפן וועג צו כיזבאלא דארפן מיר אויך אנעמען אז כיזבאלא ארבייט אינטער די קוליסן פאר מדינת ישראל, אדער זיי זענען באמת א דראענדע געפאהר פאר מדינת ישראל?

איר שרייבט אמעריקע וויל באמת העלפן די רעבעלן אין סיריע, זיי קענען פשוט נישט ווייל דער פאלק וועט דאס נישט אזוי אפקויפן.
איי אפשר האבן זיי שוין געמאכט א טעות אין ליביע, און אבאמא איז עטוואס ניכטערער ווי דער קיה אייגענטומער - פרעצל געשטיקטער בוש, אדער ווי דער געשוואלענעם מאניאק,דער אלטן מארשמעלאו דזשאן מקעין מיטן זויערטייגיגן באק, וועלעכע חוץ פון וועלן זעהן אמעריקאנע סאלדאטן מארשירן ארום דער כדור העולם, וויל ער גארנישט.
סיריע איז א פארפלאנטערטן נושא וואו יעדער ראצינאלער מענטש וויל שטיין ווייט פון א סוטאציע וואו פון איין זייט שטייט א דיקטאטור און שעכט מענטשן ווי הינער, ומאידך גיסא זענען פארהאן ראדיקאלע מוסלאמענער וועלעכע זענען אין אומשטאנד צו חרוב מאכן די וועלט, מילא איגנארירן מאסן רציחה קאן מען ניט, ווידעראום שטיצן דעם אפאזיציע איז זעלבס מארד.
און איר זענט אויך איבערצייגט אז א ראדיקאלע מוסלאמענער רעגירונג וועט זיין אונטער די קוליסן א קנעכט פאר אמעריקע, אזאך וואס זיי קענען נישט טוהן מיט אסאד, און לכאורה טאקע איז בין לאדין געוועזן אמעריקע'ס געשווירענע פריינד.

איר ווייסט זיכער וואס ס'לוינט זיך פאר מדינת ישראל, און איר וויסט זיכער וואו זיי באגייען זיך גוט, און וואו זיי גייען זיך אום ווי וואנזיניגע נאראנים, און געוויס האט קיינער אין די רעגירונג ג'מאכט א חשבון אז איינס מיט איינס איז צוויי.
איר טיילט ווארענונגען פאר אן אומבאהאלפן לאנד, וואס האט שוין לאנג פארגעסן פון קענען שאפן פריינד, און זייער איינציגסטע דאגה איז צו פארזיכערן זייערס אן עקזיסטענץ, און לכבוד דעם וועלן זיי טוהן וואס מעגליך.

יעצט, איך בין בכלל נישט קיין גרויסע רעגירונג'ס פריינד, אין פאקט בין איך א רעגיסטריטן רעפאבליקאנער וועלעכער האט געשטימט אין די פריימעריס פאר ראן פאול. (הגם איך בין אזא רעפאבליקאנער ווי הדד בן בדד א באבובער). איך קען פשוט נישט דערליידן קיין עקסטרעמיזם, און "פאקטן" שיסעריי. יעדער איז בארעכטיגט נוטה צו זיין צו געוויסן צד, אבער אז איר ווילט אנאנסירן פאקטן בריש גלי, דאן פראבירט כאטש אויפצוווייזן דעם מינומום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

מיין קונספירציה, אז די סירישע אסאד האט אריינגעלייגט פלארייד אין חזקיהו'ס קוואל וואסער.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך וויל מוחה זיין, מ'דערגייט די יארן פונעם חשובען קעניג. ווי לאנג נאך וועט מען אים דעריאגן אויף די פלארייד וואסער? פארוואס דארף דאס אין יעדער אשכול וואס ער שרייבט אריינבלאנדזשענען? קען מען אים נישט דן זיין אין יעדן אשכול באשר הוא שם? @ chosen people איך מיין נישט דווקא אייך, יעדן דריטן טאג שרייבט דאס א צווייטער.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

חזקיהו המלך האט געשריבן:סאו יעדער ווייסט אז די שטאלצע צה"ל שיסט נאר ווען אמעריקע לאזט, אין ווען אמעריקע זאגט ניין זיצען זיי איינגעלייגט, סאו קיינער זאל מיר נישט פארקויפען אז מדינת ישראל האט אייגענע רויטע ליניע'ס בלא בלא בלא, ס'איז אלץ פאבליק רילעישענס גארביטש, נאר אמעריקע וויל נישט נעמען די היץ, ווערט מען פאניע בראט מיט מדינת ישראל אין מען ארבעט ציזאמען מיט זיי צי עלימינירען אסאד

חזקיהו המלך האט געשריבן:די גרויסע צידרייטע אמעריקע פארשטייט אז ס'בעסער מ'מישט זיך נישט (אפיציעל) אריין אבער די קליינטשיגע מדינת ישראל גייט שיסען אינמיטען העלען סוריא, א שרעקליכע מיסטעיק

איז דאס נישט קיין סתירה?

מיין געבוירענע רעכט זאגט אז סיי אמעריקא און סיי מדינת ישראל זענען בכלל נישט אינטערעסירט זיך אריינצומישן אינעם קאנפליקט, נעכטן האט אמעריקא געזאגט אז די רויטע ליניע וואס אבאמא האט געמאכט איז נישט געווען ממש אקוראט, דאס מיינט אז אפילו ווען סיריע וועט ניצן ביאלאגישע וואפן וועט זיך אמעריקא אויך נישט אריינמישן, און לכאורה איז דאס די זעלבע נוגע אויף מדינת ישראל וואס גייען געווענטליך אין שפאן פון אמעריקא.
נאר וואשע דען די אטאקע איז געווען בלויז אויף געוויסע מיסיל'ס וואס מדינת ישראל האט געקלערט אז עס קען אנקומען צו חיזבאלא צו שעדיגן מדינת ישראל, ווייל אויב די אטאקעס זענען געווען פשוט אונטער צו ברענגן סיריע, וואלטן זיי געהאט בעסערע צילן ווי צו גיין.

דער צווייטער חלק וואס דו זאגסט וועגן מחללי שבתות וואס זענען זיך מתגרה באומות וכו' ביזטו לכאורה יא גערעכט, אבער דאס קומט נישט אהער לגבי די פאליטיק.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

הרב יואב פארוואס פארשטייסטו נישט, בשעת איך האב געליינט די ארטיקל האב איך געהאלטן אינמיטן טרינקן א גלעזל וואסער, און זייט חזקיהו'ס ארטיקל פון די פלארייד, יעדע מאל וואס איך נעם א גלעזל וואסער בלאנדשעט מיך אריין אין מיין מח די פלארייד ארטיקל, זעהט זיך אויס עס געשעהט ביי אנדערע אויכעט
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך atmybest »

אונז אלע ווייסן אז דער סייט ווערט דורכגעזיפט דורך יודן וואס זענען אראפ פון וועג. די שרייבסט 'די גרויסע צודרייטע אמעריקא'. דאס איז נישט התגרות באומות?
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

דער געמעקטער הודעה איז אויכעט מסתם געמעקט דורך די גלאובאליסטן וואס עס געפעלט זיי נישט וויאזוי אונזער קעניג טוט זיי דא אויס נאקעט און דעקט אויף זייערע בייזוויליגע פלענער!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

atmybest האט געשריבן:אונז אלע ווייסן אז דער סייט ווערט דורכגעזיפט דורך יודן וואס זענען אראפ פון וועג. די שרייבסט 'די גרויסע צודרייטע אמעריקא'. דאס איז נישט התגרות באומות?


נע, ווען צה"ל שרייבט ווען אויף א פארום אז סוריא איז צידרייט וואלט איך זיי נאכנישט באשולדיגט אין שרעקליכע התגרות, אין כ'גלייב אז סוריא וואלט נישט געשוואוירען נקמה,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

אריין צום Anti-globalization movement אשכול!
און דאס איז אונזער נייעס קוואל...
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

חזקיהו המלך האט געשריבן:רבותי,

...........................

איז אזוי , ס'דא א גרופע וואס קוקען זיך אן ווי די עליטע פין די וועלט, לכאורה זענען זיי אויך צישפליטערט צווישען זיך אבער עכ"פ זיי האבען א גרויסע השפעה אויף די וועלטליכע פינאנץ אין פאליטיק, אבאמא איז נאר ווי א געצייג אין זייער הענט, ער ווייסט לכאורה אפילו נישט די די טיפקייט וואס זיי ווילען מיט זייערע פלענער, ער מיז אבער טוהן וואס זיי הייסען, זיי קאנטראלירען מער ווייניגער די מעינסטריעם מידיא, אין א פרעזידענט וואס גייט נישט אין שפאן מאכט מען אויף אים א סקאנדאל, זיי האבען ציגעגרייט מסתם שמוץ אויף יעדען פרעזידענט מיט וואס זיי קענען עים סטראשען, אדער קענען זיי ערלעידיגען אז דער פרעזידענט זאל געשאסען ווערען דורעך א מיסטריעזע איינצעלע שיסער אזוי ווי זיי האבען לכאורה געטוהן מיט קענעדי,

..................................

אין פין דא גייט ארויס מיין ווארענונג צי די מדינת ישראל מיליטערישע פירער: הערט אויף צי שפילען מיט די גלאובאליסטען אין מיט אמעריקע ווייל זיי מיינען נישט ענקער טובה, רעגטס נישוט אויף אלע ענקערע שכינים ווייל זיי ברענען פאר נקמה אין די קענסט קיינמאל נישט וויסען צי זיי וועלען קענען נקמה נעמען, סארא חוצפה מען קריכט אריין צי יענעם אין דיינינגראם אין מען באמבאדירט, אין ווער א לאנד וואס איז ארום גענומען מיט פיינט, ענק האבען נישט גענוג פיינט ?, אין לאמיר ענק עפעס זאגען, טאמער ס'וועט קומען די גורל'דיגע מינוט וועט ענק אמעריקע לכאורה לאזען אויפען וואסער, גלייבטס נישט זייערע הבטחות, זיי זענען געביגעלטע בלאפער'ס, ענק זענען אויך אויך די ליסטע פין די גלאובאליסטען, נאר קודם ווילען זיי ענק אויסניצען פאר זייערע אינטערעסען,





אדוני המלך
זיי זשע מסביר די סתירה אין דיינע ווערטער, ברענגסט ארויס ווי שטארק די "גלאבאליסטען" זענען, זיי זענען דער ממליך מלכים, זיי קענען אונטערברענגען די גרעסטע הערשאפט אין דער וועלט, "אמעריקא", און אין די זעלבע תגובה שרייבסטו ארויס אן עצה און א "ווארענונג" צו די מדינת ישראל פירער, אז זיי זאלען נישט פאלגען די "גלאבאליסטען"!!!!!!

גיי פארשטיי, דורך נישט פאלגען וועלען זיי דורך זיכער חרוב ווערען!!
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ניין, די גלאובאליסטען קענען נישט טוהן אלעס וואס זיי ווילען, ווען יא דארפען זיי נישט קאנספירירען, זיי קענען ווען גיין אפען, נאר וואס דען, זיי טרייען לויט וויפעל זיי קענען, א בחינה פין הבא נתחכמה לו, און מיטארבעטען מיט זיי איז נישט גוט, זיי זענען כיטרע אין געביגעלטע בלאפער'ס אין מען טאר זיי נישט גלייבען אין נישט ארבעטען מיט זיי,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

חזקיהו המלך האט געשריבן: כ'האב א געבוירענע רעכט צי זאגען מיין מיינונג אין קיינער קען מיר דאס נישט אוועקנעמען,


איך אנערקען נישט די דאזיגע רעכט דיינע. פון ווי נעמסטו די רעכט? פונ׳ם אמעריקאנעם קאנסטיטאשן, ווי די גלאובאליסטן און ליבעראלן האבן דאס אריין געשמאגלט כדי חרוב צי מאכן אמעריקא? זיכער נישט פון די תורה הקדושה, ווי אזא ״רעכט״ עקזעסטירט בכלל נישט און גרעניצט זיך אפטמאל מיט הארבע איסורי דאוירייתא!
I post, therefore I am
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אדוני המלך, איך וועל הנאה האבן אויב איר קענט קאמאנטירן אויף מיין תגובה, פשוט צו זיין קלארער, און זיך אויסגלייכן מיטן לאגיק פון די זאך.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

חזקיהו המלך האט געשריבן:ניין, די גלאובאליסטען קענען נישט טוהן אלעס וואס זיי ווילען, ווען יא דארפען זיי נישט קאנספירירען, זיי קענען ווען גיין אפען, נאר וואס דען, זיי טרייען לויט וויפעל זיי קענען, א בחינה פין הבא נתחכמה לו, און מיטארבעטען מיט זיי איז נישט גוט, זיי זענען כיטרע אין געביגעלטע בלאפער'ס אין מען טאר זיי נישט גלייבען אין נישט ארבעטען מיט זיי,


ממש א חידוש, אבאמא ציטערט אווער פאר זיי, אבער די אדוני המלך ביסט לעילא מכל ברכתא, און די ביסט נאך מייעץ מדינת ישראל זאל אויך נישט מורא האבען פין זיי.

אפשר גיבסט די מיר זייער נומבער, איך וויל זיי זאגען אז דא אין קאווע שטיבעל איז דא א קעניג וואס לאכט פין זיי......


איז אזוי , ס'דא א גרופע וואס קוקען זיך אן ווי די עליטע פין די וועלט, לכאורה זענען זיי אויך צישפליטערט צווישען זיך אבער עכ"פ זיי האבען א גרויסע השפעה אויף די וועלטליכע פינאנץ אין פאליטיק, אבאמא איז נאר ווי א געצייג אין זייער הענט, ער ווייסט לכאורה אפילו נישט די די טיפקייט וואס זיי ווילען מיט זייערע פלענער, ער מיז אבער טוהן וואס זיי הייסען, זיי קאנטראלירען מער ווייניגער די מעינסטריעם מידיא, אין א פרעזידענט וואס גייט נישט אין שפאן מאכט מען אויף אים א סקאנדאל, זיי האבען ציגעגרייט מסתם שמוץ אויף יעדען פרעזידענט מיט וואס זיי קענען עים סטראשען, אדער קענען זיי ערלעידיגען אז דער פרעזידענט זאל געשאסען ווערען דורעך א מיסטריעזע איינצעלע שיס
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט