שפארזאם אדער קארג?
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
שפארזאם אדער קארג?
איך מוז מקדים זיין אז איך פערזענליך האלט נישט אז איך בין א קארגער, איך האלט אז איך בין שפארזאם און נישט מער.
כ'מיין, איך גיב דאך א קוואדער פאר יעדע שנארער אין בית המדרש, איך צאל א שיינע סכום שכ"ל פאר מיינע קינדער, און איבער דעם א מכובד'יגער סכום ביים יערליכע דינער. איך לעב א נארמאלע לעבן און איך לייג נאך אוועק א סכום הגון אין סעיווינגס.
היות איך טאלעריר אנדערע מענטשנ'ס מיינונגען בין איך גרייט צו הערן וואס די עולם האלט. איך וועל געבן אפאר דוגמאות און איך וועל אי"ה מוסיף זיין מער מיט די צייט.
דוגמאות:
איך וועל ענדערש נוצן געהעריגע געשיר און עס וואשן ווי איידער נוצן דיספאזעבל. פארשטייט זיך אז איך לאז מיין ווייב און קינדער נוצן דיספאזעביל.
איך נוץ איבער דיספאזעביל גלעזער מער ווי איין מאל. למשל, איך קען נוצן די זעלבע קאווע גלעזל צוויי טאג. איך טו די זעלבע ווען איך טרינק מער ווי איין קאווע אין בית המדרש אדער ביי די ארבייט.
ווען מיין ווייב אפערט מיך א קאווע צופרי פארן דאווענען זאג איך איר אז עס איז א שאד, איך קען דאך טרונקן פון בית המדרש.
איך נוץ בערך צוויי דריטל פון א פעקל ספלענדא פער קאווע. איך לייג אלעמאל צוריק אין באקס די איבערגעבליבענע.
איך טרונק נאר סינק וואסער טראץ דעם וואס ביי מיר אין דער היים איז דא א שפע פון געבאטעלטע וואסער.
איך וועל בשו"א נישט באצאלן פאר אן אתרג מער ווי פופציג דאלער. (בעצם איז דאס א שיטה זאך, העמיר עס לאזן פאר אן עקסטרע שמועס.)
איך פאר כמעט נאר מיט אפענע פענסטער אין שטאט אנשטאט מיט עיר קאנדישאן, ווייל איך רעד מיך איין אז איך שפאר גאזאלין.
חנוכה און שבת פיל איך אן די גלעזלעך מיט אויל נאר אויף העלפט ווייל איך האלט אז עס פעלט נישט אויס מער.
איך טויש העמדער נאר איין מאל אין צוויי טעג צו שפארן די דאלער און א פערטל פון קלינערס.
דיסקלעימער: זאקן און אונטערוועש טויש איך יא טעגליך!!!
איך טרעף אלעמאל וואו צו קויפן מצות אויף פסח פאר גאר ביליג. (נישט פון קיין צדקה ארגעניזאציעס)
ווען איך גיי צו א וואך נאכט (בערך איין מאל א וואך) פריי איך מיך צו די פעקלעך פאטעיטא טשיפס כמוצא שלל רב, איך נעם אהיים פאר אלע קינדער (און איינס פאר די ווייב, פארשטייצעך) אזוי שפאר איך מיך איין לכה"פ איין טאג ריסעס. און אויב קומט עס נאך מיט א וועיפער אדער לאלי צוגעקלעפט דערצו, האב איך דאך שוין פאר שבת אויך.
שוין, גענוג דוגמאות. איך גיב פולקאמער רשות אז די עולם זאל מיך נעמען אויפן צימבל, האקטס א לעבן אויף מיין חשבן, אבער נאר ווילאנג עס קאסט מיר נישט קיין געלט.
דריי שאלות האב איך.
בין איך קארג אדער שפארזאם?
פארוואס האלט איר אזוי?
וואס פארע סארט זאכן זענט איר זיך נוהג וואס קען אריין גיין אין די זעלבע גרעי עריע פון קארג ווס. שפארזאם. ביטע טיילט עס דא מוט, זאלן זיך אנדערע קענען פרייען אויף אייער חשבן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
Everything you said (except the extreme happiness you described for free potato chips) could be that you are simply very rational. Why should you just throw away even a penny for no reason? If you define stingy vs. prudent as just being rational vs. having an obsession, then the question is whether you have an irrational attachment to you belongings or not. I would guess you do. If, for example, it is becoming a shalom bais issue then it is clearly irational.
אמת מארץ תצמח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
איך האלט זיך אויך זייער שפארזאם, און דערפאר קען איך דיר זאגן אז דו ביסט אדער קארג אדער א גאליציאנער. דו געסט עניוועי אויס דאס געלט צו קויפן וואסער, אבער דיין גלעזעלע מוזטו טרינקען סינק וואסער. א.מ.א., דאס איז א ריכטיגע קרענק.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
סינישט קיין שלום בית אישו, ווייל ווי שוין געשריבן אויבן, די שפארזאמקייט טו איך נאר פאר מיר אבער איך פארלאנג עס נישט פון אנדערע. (טראץ דעם וואס איך וואלט געוואלט אז זיי זאלן עס אויך טון.) און פארדעם דעת, טרינק איך וואסער פון די סינק ווייל איך האלט אז געבאטעלטע וואסער איז ארויסגעווארפן געלט. אבער איך פארלאנג נישט פון מיין ווייב צו טון די זעלבע. איך קוק עס אן אז ווען איך טרינק מיינע אכט גלעזלעך וואסער א טאג פון די סינק שפאר איך בערך צוויי קעיסעס וואסער א חדש. 24 קעיסעס יאר. (דער חשבן האב איך יעצט געמאכט פאר דאס ערשטע מאל.)
איך האלט אז איך בין פשוט אויסגערעכנט, פונקט ווי מיין טאטע איז געווען, . אבער קען זיין אז איך נער זיך און איך בין באמת א קארגער, אדער גאר א גאליציאנער, ווי דעת האט געשריבן.
איז עפעס ראנג מיט מיר?
איך האלט אז איך בין פשוט אויסגערעכנט, פונקט ווי מיין טאטע איז געווען, . אבער קען זיין אז איך נער זיך און איך בין באמת א קארגער, אדער גאר א גאליציאנער, ווי דעת האט געשריבן.
איז עפעס ראנג מיט מיר?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
galitzyana האט געשריבן:And what does this mean? i cant take out myself money of the bank but i let my wife do it or me but i myself cant do it even for legit expenses
דאס איז מאדנע, איך זע נישט וואס דאס זאל האבן צוטון מיט שפארזאמקייט אדער קארגשאפט. איך ווינדער מיך טאקע וואס איז פשט??????
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
און וואס אויב איך לייג עס אוועק צו קענען חתונה מאכן אן דארפן צוקומען צו מתנת בשר ודם? וואס אויב איך לייג עס אוועק אז איך זאל האבן אויב עס קומט אמאל אונטער א גוטע ביזניס דיל? וואס אויב איך לייג עס אוועק פאר א רעיני דעי?
דרך אגב, דערמאנסט מיר נאך א פרט. פאר אפאר טעג צוריק בין איך געווען ביי א מסיבה פאר א הכנסת כלה ארגעניזאציע, וואו מען האט פארלאנגט פון אלע משתתפים צו געבן לכה"פ 180 דאלער. ביים ארויסגיין גיב איך פארן עסקן 25 דאלער. בעט ער זיך ביי מיר אז איך זאל געבן 180. זאג איך אים בזה"ל, " איך האב דיר געגעבן 180, 25 האסטו יעצט און די אנדערע הונדרט פינף און פופציג וועל איך אוועקלייגן אז איך זאל דיר נישט דארפן בעטן ביי מיין טאכטערס חתונה בעז"ה."
דרך אגב, דערמאנסט מיר נאך א פרט. פאר אפאר טעג צוריק בין איך געווען ביי א מסיבה פאר א הכנסת כלה ארגעניזאציע, וואו מען האט פארלאנגט פון אלע משתתפים צו געבן לכה"פ 180 דאלער. ביים ארויסגיין גיב איך פארן עסקן 25 דאלער. בעט ער זיך ביי מיר אז איך זאל געבן 180. זאג איך אים בזה"ל, " איך האב דיר געגעבן 180, 25 האסטו יעצט און די אנדערע הונדרט פינף און פופציג וועל איך אוועקלייגן אז איך זאל דיר נישט דארפן בעטן ביי מיין טאכטערס חתונה בעז"ה."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
איך פארשטיי נישט די חילוק, פארוואס ביי די ביליגע מצות שריכסטו אונטער אז זיי זענען נישט פון צדקה געלט, און קאווע אין ביהמ"ד איז דיר מער לכתחילה פון דיין ווייבס אפפער?
לגוף הענין, איך למשל בין נישט שפארזאם בכלל, אאני ון געוויסע פון דיין ליסטע זענען same here, אבער איך טראכט נישט יעדעס מאל ווען איך שווענק אויס דעם פלסטיק גלעזעל אז כ'שפאר מיך איין געלט. טראכטען דערפון, לעבען דערמיט, איז נישט קיין גוטע סימן.
ועוד, פארוואס זאלן די אויל לעכט נישט ברענען אריין אין סעודה?

Under influence
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די חילוק, פארוואס ביי די ביליגע מצות שריכסטו אונטער אז זיי זענען נישט פון צדקה געלט, און קאווע אין ביהמ"ד איז דיר מער לכתחילה פון דיין ווייבס אפפער?
לגוף הענין, איך למשל בין נישט שפארזאם בכלל, אאני ון געוויסע פון דיין ליסטע זענען same here, אבער איך טראכט נישט יעדעס מאל ווען איך שווענק אויס דעם פלסטיק גלעזעל אז כ'שפאר מיך איין געלט. טראכטען דערפון, לעבען דערמיט, איז נישט קיין גוטע סימן.
ועוד, פארוואס זאלן די אויל לעכט נישט ברענען אריין אין סעודה?
איך טראכט אויך נישט דערפון בשעת מעשה, עס איז מושרש אין מיין טבע צו זיין שפארזאם/ קארג. איך האב היינט פונקט געטראכט דערפון משום מעשה שהיה.
די אויל לעכט ברענען ביי מיר געווענטליך ביז א האלבע שעה נאכן סעודה. ווען איך פיל עס אן אינגאנצן ברענט עס ווען נאך א דריי פיר שעה.
בנוגע דיין קשיא פון די קאווע, קען איך ענטפערן אז די קאווע אין שול איז מיוחד בין לעניים ובין לעשירים, ועוד איך בין דאך מנדב איין טאג קאווע אין שול.
דערווייל זעהט מיר אויס אז צוויי אירע האלטן אז איך בין קארג און איינער האלט אז נישט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
און מיין קליין קעפעלע פארשטייט, אז ווילאנג סלויפט אויף דיין חשבון, קענסטו דעך עכ"פ איינרעדן ביסט שפארזאהם.
אבער ביי די קרי"ש ליייענען און די קאווע אין ביהמ"ד, דאס איז שוין סימני קארגשאפט.
די סיבה דערפון איז פשוט.
עקספענסעס, ווערן לכאורה צוטיילט אויף צווייען, די קלענערע העלפט איז נעסעסיטי..... און די גרעסערע העלפט איז לאקזשורי.
א שפארזאהמע מענטש, האט נישט מורא פון "נעסעסיטי", ווייל וואס מ'דארף, קויפט ער, ער אידעך נישט 'קארג'. ווידער לוקזשערי, וועט ער נישט האבן, ווייל ער אידעך שפארזאהם.
אבער א קארגע מענטש, האט נישט די גדר פון נעסעסיטי VS לוקזשערי, ווייל יעדער פעני ער גיט ארויס פון טאש איז איהם א מיטמאכעניש. צו סאיז נעסעסיטי צו לוקזשערי. ממילא, ווען ער האט א אפציע אז יענער זאל דערויף באצאלן שטאטס ער, כאפט ער זיך דערויף כמוצא שלל רב!
בד"וו, דו ביסט שפארזאהם, און די גיסט דיינע העמדער צו די קלינערס? נישט פארהאן קיין וואש מאשין ביי דיר?

עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.
דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Atgan האט געשריבן:בד"וו, דו ביסט שפארזאהם, און די גיסט דיינע העמדער צו די קלינערס? נישט פארהאן קיין וואש מאשין ביי דיר?
ער פארקויפט אינשורענס פאלעסיס (פאר בני גילו, אין פאליש) און ער דארף מאכן אן אימפרעשען, ממילא איז א געפרעסטע העמד א must.
אדער קען זיין ער זינגט פאר שירה/מזמרים ועוד, וטעמא כנ"ל.
Under influence
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
אטגאן, איך בין גרייט מקבל צו זיין אז איך בין א קארגער. מיין שאלה דערנאך איז צו איך דארף מיך טוישן אדער נישט. עס שאדט נישט פאר מיין שלום בית ווי שוין ערווענט פריער, מיינע קינדער און איך פילן נישט אז ס'פעלט אונז עפעס, און ס"ה שפאר איך נאך געלט.
איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן וואס מיין ארגינעלע שאלה איז בכלל געווען. איך לעב א באקוועמע לעבן. א שיינע דירה, א ליעסד קאר, געהעריג אנגעטון פון קאפ ביז פוס. די סיבה איך שוק העמדער צו קלינערס איז ווייל איך פיל אז עס איז וויכטיג פאר מיר אויסצוזעהן די בעסטע וואס איך קען, ספעציעל אז איך קען מיך עס ערלויבן. משא"כ ביי די וואסער, פאטעיטא טשיפס און קאווע אין בית המדרש פיל איך אז ס'סתם ארויס געווארפן געלט צו באצאלן ווען מען קען באקומען בחנם.
דאס איז מיין ראציאנאל יעצט, פארשטייט זיך אז איך טראכט נישט דערפון א גאנצע טאג, עס געשעהט ווי פון זיך אליינס, מושרש בטבע.
איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן וואס מיין ארגינעלע שאלה איז בכלל געווען. איך לעב א באקוועמע לעבן. א שיינע דירה, א ליעסד קאר, געהעריג אנגעטון פון קאפ ביז פוס. די סיבה איך שוק העמדער צו קלינערס איז ווייל איך פיל אז עס איז וויכטיג פאר מיר אויסצוזעהן די בעסטע וואס איך קען, ספעציעל אז איך קען מיך עס ערלויבן. משא"כ ביי די וואסער, פאטעיטא טשיפס און קאווע אין בית המדרש פיל איך אז ס'סתם ארויס געווארפן געלט צו באצאלן ווען מען קען באקומען בחנם.
דאס איז מיין ראציאנאל יעצט, פארשטייט זיך אז איך טראכט נישט דערפון א גאנצע טאג, עס געשעהט ווי פון זיך אליינס, מושרש בטבע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל
ס'איז דא זייער א דינע ליניע צווישן שפארזאמקייט און קארגשאפט און ס'ווענט זיך אסאך און איינעמס פינענציאלע מצב. וואס פאר איינעם איז שפארזאמקייט און אויסגרעכטנקייט איז פארן צווייטן קארגשאפט און קראנקהייט.
איינער וואס מאכט פערציג טויזענט דאלער א יאר און קויפט נעכטיגע ברויט, איז שפארזאם, אן עושר וואס טוהט עס, איז א קארגער.
שפארזאם איז ווען איינער פראבירט נישט אויסצוגעבן געלט אויף זאכען וואס ער קען זיך באגיין אנדעם ווייל ער וויל קענען לעבן, ער וויל מארגן האבן פון וואס צו עסן, ער דארף דאס געלט כדי צו לעבן. קארגשאפט איז א לייף סטייל, א מחלה. א מענטש וואס קען נישט הנאה האבן פון זיין געלט. ער לעבט פארן געלט.
א שפארזאמער מענטש וועט געווענדליך נישט אויסגעבן קיין איבעריג געלט אויף גארנישט. א קארגער וועט אויסגעבן געלט אויף אומנויטיגע זאכן אבער וועט האבן א פראבלעם מיט פחים קטנים. כ'האב א חבר וואס איז א באלבאטישער אינגערמאן און עסט אין רעסטאראנט כמעט יעדע נאכט (זיין ווייב קאכט זייער גוט, ער האט פשוט ליעב צו עסן אין רעסטאראנט) ער דרייווט אן עס יא ווי אד"ג, אבער יעדן שבת האט ער א גאנצע מערכה מיט די גרעיפ דזשאוס. ער האלט דעם גרעיפ דזשאוס לעבן זיך ווי ס'וואלט געווען א דיימאנד, קיינער טאר נישט נעמען אליינס, ער גיסט אן פאר יעדעם נאר ביז די ערשטע ליין, ס'טאר נישט אויסגיין מער ווי איין פלאש א שבת, אריינגערעכענט הבדלה. א שבת וואס ס'גייט ביי אים אויס ווייניגער ווי א פלאש, איזה ששון ושמחה, ער זעהט אויס כחתן ביום חפתו.
איז ער שפארזאם? ניין. ער איז א קארגער במלוא מובן המלה. ס'איז אן אריינגעגעסענער געוואוינהייט. ער איז ללעג ולקלס ביי זיין משפחה.
פון דעם אלעם וואס די האסט אויסגערעכנעט, וויפעל געלט שפארסטו דיך א יאר? כ'מיין אז פינף הונדערט דאלער איז אסאך געזאגט (כ'רעכן נישט אריין דעם אתרוג, ס'איז דאך א שיטה... ס'האט נישט צו טאן מיט קארגשאפט/שפארזאמקייט...). די שאלה איז צו ס'לוינט זיך דיר דאס מיטמאכעניש פאר די פאר טאלער. אויב האסטו נישט דאס געלט דעמאלטס לוינט זיך עס אודאי, אויב אבער די האסט יא דאס געלט, דעמאלטס זאלסטו פטור ווערן דערפון.

The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
@אקאונטענט, דיין גרעיפ דזשוס חבר איז נישט ממש די סעמפעל קארגע עושר גיבט אריין זיינע צוריסענע הויזן צו לייגן לאטעס, און וואס צוטיילט זיך א טעקסי מיט א בחור פון די ערפארט קיין ירושלים, נאר ער האט א איינגעגעסענע טבע וואס ער האט געזען ביי זיין טאטן, אדער האלט ער צופיל איז נישט געזונט, ווייל דו זעסט דאך אז די געהאקטע לעיבער און די העלזל אין די טשולענט קארגט ער נישט.
לעניננו, הוגה, ס'זעט אויס ווי בטבע ביסטו יא אביסל קארג, אבער האסט גענוג שכל דאס נישט ארויפצוצווינגן אויף אנדערע, מיין איך אז ווילאנג דו טשעפעסט נישט קיינעם איז no harm no foul, נישטא גארנישט ראנג מיט איבערנוצן א פלעסטיק גלעזל, און בשעת מעשה קען זיין אז דו סעיווסט נאך די פלאנעט אויך.

- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איך בין א זינלאזע ספענדער, קלאר ארויס פון יעדן פראפארץ. יעצט, קען זיין איר זענט טעכניש, צו באמת'דיג בלויז שפארזאם, איך וואלט אייך אבער באצייכנט אלס קארג, עספעשעלי מיט די עירקאנדישן אין קאר. קען זיין דאס בעצם איז שפארזאם, אבער עס סימבאליזירט אין מיינע אויגן א געוויסע מענטאליטעט. נאכאמאל, איך רעד יעצט פון געפיל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל
שמעקעדיג, כ'וואלט געוואלט זעהן די סטאדיס וואס די רעדסט פון. לויט ווי איך בין באקאנט, וועט כמעט אייביג עירקאנדישאן ניצן מער געז פון אראפגעלאזטע פענסטער. ס'ווענדט זיך ווי אזוי די קאר איז געבויעט אבער כמעט אין יעדען פאל ניצט עירקאנדישאן מער.
איך זאג כמעט, ווייל כ'האב נאכנישט געזעהן קיין סטאדי ווי אזוי ס'וועט זיין ביי א גראדען קאר ווען ס'פארט הונדערט מייל פער שעה אין א הונדערט און צען וועטער. ס'קען זיין אז אין אזא פאל וועט עירקאנדישן אויסקומען בעסער. אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, נישטאמאל הוגה פארט מיט אפענע פענסטער ווען ער פארט אויף הונדערט (און אויך נישט ווען ער פארט אויף זעכציג).
אלע סטאדיס וואס זענען דורכגעפירט געווארן (עט ליעסט די וואס איך בין באקאנט מיט) ווייזן אז עירקאנדישן ציט מער געז. זעה למשל דא.
ס'איז א קלא שאין לו רגלים אז אראפגעצויגענע פענסטער ציט מער געז. ס'איז א שיינע סברה, אבער במציאות איז עס נישט אמת.
איך זאג כמעט, ווייל כ'האב נאכנישט געזעהן קיין סטאדי ווי אזוי ס'וועט זיין ביי א גראדען קאר ווען ס'פארט הונדערט מייל פער שעה אין א הונדערט און צען וועטער. ס'קען זיין אז אין אזא פאל וועט עירקאנדישן אויסקומען בעסער. אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, נישטאמאל הוגה פארט מיט אפענע פענסטער ווען ער פארט אויף הונדערט (און אויך נישט ווען ער פארט אויף זעכציג).
אלע סטאדיס וואס זענען דורכגעפירט געווארן (עט ליעסט די וואס איך בין באקאנט מיט) ווייזן אז עירקאנדישן ציט מער געז. זעה למשל דא.
ס'איז א קלא שאין לו רגלים אז אראפגעצויגענע פענסטער ציט מער געז. ס'איז א שיינע סברה, אבער במציאות איז עס נישט אמת.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
מפג עפפישענסי
http://www.popularmechanics.com/cars/ne ... is-weekend
מער טעכניש
http://www.howstuffworks.com/fuel-effic ... s-down.htm

.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
עס איז שוין אדורך קנאפע 24 שעה זינט איך האב געפאוסט דער ארטיקל. איך האב נישט געגלייבט אז עס וועט ערהאלטן אזוי פיל ריספאנסעס.
אין מיין קאפ זעה איך מיך אלץ א ראציאנאלע מענטש און בכלל נישט קיין אויסגערעכנטע קארגער. סל הכל האב איך געהאלטן אז גאט האט מיר געשאנקן א נאטירליכע מתנה אז סאבקאנטשעסלי בין איך קאנטשעס נישט צו אויסגעבן אן איבעריגע דאלער.
איך האב אנערקענט דער נאטור נאך זייענדיג יונג, און ווען איך האב חתונה געהאט האב איך געארבייט אויף זיך נישט צו באלעסטיגן מיין ווייב מיט מיין געבענטשטע נאטור (טראץ דעם וואס איך פריי מיך אז זי איז נישט קיין גרויסע ספענדער בכלל).
יעצט אבער הייב איך אן צו טראכטן אז אפשר בין איך יא קראנק. אפשר בין איך יא א קארגער? איז דאס א שלעכטע מידה? האלטן די געטרייע חברים אז איך זאל ארבייטן דערויף? אויב יא, אויף ווי ווייט? זאל איך ארבייטן נאר אויף אפאר קלייניגקייטן? אדער זאל איך אין אנהייב גיין עד קצה האחרון ביז איך ברעך די מידה, און איך זאל פון היינט און ווייטער אפשר טרונקען א יעדע קאווע מיט צוויי גלעזלעך?
נעמט אין באטראכט אז איך בין נישט קיין בחור'ל און איך האב אויך נעכטן נישט חתונה געהאט. איך בין שוין גאנץ געסעטלד אין מיין לעבן און צו מאכן א דראסטישע טויש וועט נישט אנקומען גרינג.
אגב, איך האב דיסקוסירט די נושא מיט מיין ווייב היינט ביי נאכטמאל. זי האלט אז איך בין נישט קיין קארגער, נאר זי האלט נאך אלץ אז איך זאל מיך טוישן. זי טענה'ט אז ווען מען לעבט בהרחבה קומט אריין די שפע בהרחבה, און אז מען לעבט בקמצנות קומט די שפע אויך בקמצנות.
איז זי גערעכט? אויב יא, דאן וואו איז די גדר צווישן לעבן בהרחבה און פזרנות וואס פארארימט דאס מענטש?

Accountant האט געשריבן:פון דעם אלעם וואס די האסט אויסגערעכנעט, וויפעל געלט שפארסטו דיך א יאר? כ'מיין אז פינף הונדערט דאלער איז אסאך געזאגט (כ'רעכן נישט אריין דעם אתרוג, ס'איז דאך א שיטה... ס'האט נישט צו טאן מיט קארגשאפט/שפארזאמקייט...). די שאלה איז צו ס'לוינט זיך דיר דאס מיטמאכעניש פאר די פאר טאלער. אויב האסטו נישט דאס געלט דעמאלטס לוינט זיך עס אודאי, אויב אבער די האסט יא דאס געלט, דעמאלטס זאלסטו פטור ווערן דערפון.
אלץ אקאונטענט וואלסטו געדארפט מאכן די חשבון אז אויב איך פיר מיך אזוי פאר פופציג יאר, פון די צוואנציג ביז די זיבעציג, און איך לייג אריין די 500 דאלער אין אן אינוועסטמענט מיט אן אכט פראצענט ריטורן ברענגט עס מיר 400 טויזנט דאלער. נישט שלעכט, הא?
לגבי וואס דו ביזט מחלק צווישן איינער וואס פארדינט פערציג טויזנט, און א גרויסע עושר. האסט אויסגעלאזט א ברייטע פעלד אינדערמיט! וואס טוט זיך מיט איינער וואס פארדינט צווישן הונדערט פופציג און צוויי פופציג? ער איז נישט ארים, אבער קיין עקסטרע געלט צו פארשווענדן האט ער דאך אויך נישט?